- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 221
- רעאקציע ראטע
- 1,725
- פונקטן
- 213
(איך האב געטראפן אין בליץ איבעראשונג דעם רבי׳ן אויפן וועג צום מקווה של מעלה קומענדיג פון בית הכבוד של מעלה אין געיעג צו כאפן חצות אין ראדני של מעלה, טו איך מיך דערפאר אנטשולדיגן פאר די ליינער אז די אינטערוויו איז נישט מספיק זעטיג און כהאב נישט עספייעט צו שמועסן מער מיט דער מענטש אוו דער לעגענדע און ארויס דערשנאפן וואס מער ווערטער פונעם מויל פונעם סנפרינון של לוחות הברית)
א גוט מארגן רבי זכרונו לברכה! ....
אה אההה .... צפרא דמריא טב...
פארוואס זאגט איר שטענדיג אההה? פארוואס רעדט אור נישט פשוט?...
אש קודש... אש קדח בקרבי, ברוך׳ל... (קלאפט ענטוזיאסטיש מיט דער רעכטער האנט אויפן דערנעבנדיגער פאך מיטן קלאפ וואס ברענגט ארויס אויסדרוק, באגלייט מיט בליקן צום אין סוף ווי צו ארויסברענגען דעם יותר ממה שכתוב כאן…)
זייט ביי זייט מיט אייער לוחם מלחמות השם, ווייסן מיר אלע איר האט א סענס אף יומער...
ברוךךך! ברוךךךך!!!…. (מיט אן אתנחתא מלרע ווי דער סוף פון א תקיעה גדולה)
רבי זכרונו לברכה, זאגט אונז... האט איר שטענדיג געקלערט אויפצו וואקסן א רבי זכרונו לברכה???...
אה, ווען וועלט וואלט געווען וועלט!… אבער בעונותינו הרבים, אינעם חשכות הגלות, אהההה..
אבער מען ווערט נישט געבוירן א רבן של כל בני הגולא
איי, אם ראשונים כמלאכיםםם, פאר א וועלט מיט חמורים וואס איז שוין א רשכבה״ג
ס׳דאך דא דער גערער, ר׳ שלמה זלמן
בן גיריען איז שוין בעסער פאר זיי
און וואס זאגט איר צו סאטמאר אין דערהיים
איי, (ווידער א דגושה׳דיגער קלאפ) פרשת סאטמאר עיר קורח
און וועמענס שילד איז עס? מען זאגט דאך טייטלבוים איז בגמטריה מחלוקה
אההה אלץ בזכות די זיידעס
וואס זאגט איר אויפן ברך משה?
אה וזאת הברכה אשר ברך משה... איז דא א מדרש פליאה...
ניין ניין איך מיין ר משה טיטטלבוים...
אה.. דער סיגוט׳ער, אההה דעם ברידערס א זון דעם ברידערס א זון, בזכותו איז עפעס איבערגעבליבן פונעם זיידןס משפחה
אבער וואס זאגט איר צו אים אליינס?....
נו, וואס זאל איך זאגן, א יונגערמאן א בעל משפחה ... א דאנק אים איז עפעס געבליבן פונעם זיידן׳ס משפחה...
וואס זאגט איר צו רעב אהרן?
איי אהרן עשה את העגל?..
ניין נישט דער ר אהרן...
אה דער אהרן.... פון דעם אהרן קען איך דער געבן וויפיל דו ווילסט...
עפעס א גוט ווארט אויף אים רבי
אפרוח שלא נפתחו עיניו....
וואס הייסט, ער איז תלמיד חכם עצום א מפלפל
תורתו תורת הבל היא... תלמיד חכם שאין בו דעת… א חמור נושא ספרים... איין טאג א מלאך איין טאג א גלח
און וואס זאגט איר צו זלמן לייב
א בארד אן איד
ער טראגט דאך דעם דגל הקנאות בדורינו
אוי לנושאים בפיהם שמי!… ברוךך!…
איז זאגט מיר שוין רבי זכרונו לברכה איינמאל פאר אלעמאל, וואס זענט איר אזוי אבסעסט מיט די מדינה
קיין מדינה נישט…. איי די גאולה הטמאה
דיין ויואל משה איז א באלאגאן, האסטו עס נישט געקענט בעסער מסדר זיין?
אין מוקדם ומאוחר, און עקסטערדעם, ווער ס׳וויל פארשטיין פארשטייט און ווער ס׳וויל נישט עט נישט פארשטיין באלף הסברות, ושבתם וראיתם בין עובד אלוקים ללא עבדו
זאלט איר רוהען אין לעכטיגן גן עדן רבי זכרונו לברכה
מיט די ציונים דארט?… היה לא תהיה…

לעצט רעדאגירט: