נאחי יאווא nachi uncensored

איך בין נייגעריג וואס עים טוט וויי
איך בין נישט קיין פסיכילאג אבער ס'קומט מיר פאר ווי א געמיש פון חסידישע טראמא, פארבלאנדזשעטע אידענטיטי קריזיס, און היפאקריטיע, ווען ער האט געוואלט עקספאוזן די ניימאן פרשה און ארומגעלאזט ריקארדירונגען פון די רבנים וואס זענען געווען קעגן אים איז אים עפעס גאנץ ווייניג אנגעגאנגען אז די מענטשן האבן אויך משפחות און טוען שיינע שידוכים. shut the fuck up

אן אלטע פארשטויבטע טראמא בונד וואס מיר אידעלעך האבן ווען מ'זעהט איינער וואס קאלירט ארויס פון די ליניע, און "פארציילט" זאכן הויעך! גיי פאר הילף יושע'עלע! מ'מעג רעדן און אינטערוויא'ען און ווייזן פאר די גאנצע וועלט וואס ס'קומט פאר, יא אפילו פאר די טעלעוויזיע, און טראסטן די מענטשן זיי זאלן נוצן זייער אייגענע אינטואישן צו פרובירן צו פארשטיין וואס גייט פאר אין אולטרא ארטאדאקסיע.

@חוקר ודורש איך בין גערעכט?
 
הלכה שאלה..

אויב די נייע עפיסאד קומט ארויס מוצאי שבת פונקט ביים זמן, קען מען מקיל זיין און אריינלייגן די פאפקארן אין די מייקראוועיוו אפאר מינוט פריער?
וואט עי וועיסט אויף פאפקארן... איך האב ממש געוויינט פאר אים.. זאל אים די לעבן גרינג ווערן בקרוב! :cry:
 
איך בין נישט קיין פסיכילאג אבער ס'קומט מיר פאר ווי א געמיש פון חסידישע טראמא, פארבלאנדזשעטע אידענטיטי קריזיס, און היפאקריטיע, ווען ער האט געוואלט עקספאוזן די ניימאן פרשה און ארומגעלאזט ריקארדירונגען פון די רבנים וואס זענען געווען קעגן אים איז אים עפעס גאנץ ווייניג אנגעגאנגען אז די מענטשן האבן אויך משפחות און טוען שיינע שידוכים. shut the fuck up

אן אלטע פארשטויבטע טראמא בונד וואס מיר אידעלעך האבן ווען מ'זעהט איינער וואס קאלירט ארויס פון די ליניע, און "פארציילט" זאכן הויעך! גיי פאר הילף יושע'עלע! מ'מעג רעדן און אינטערוויא'ען און ווייזן פאר די גאנצע וועלט וואס ס'קומט פאר, יא אפילו פאר די טעלעוויזיע, און טראסטן די מענטשן זיי זאלן נוצן זייער אייגענע אינטואישן צו פרובירן צו פארשטיין וואס גייט פאר אין אולטרא ארטאדאקסיע.

@חוקר ודורש איך בין גערעכט?
אן אריינגיין אין די עצם דעבעטא, דיין תגובה שיינט צו זיין אַ שטרוימאן ארגומענט.
פרידמאנ'ס אישו איז נישט אז מ'לופטיגט אויס אונזערע שיטות אינעם פובליק, זיין פראבלעם איז אז מ'נעמט אדווענטעדזש פון איינעם וואס מוטשעט זיך מיט מענטל העלט.
פרידמאן וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם ווען עס איז דא אן אפציעלע דעבאטע מיט ר' ז"ל טייטלבוים (למשל), און דעריבער איז אויך נישט קיין קשיא פארוואס ער האט פאבליצירט רעקארדינגס פון רבנים.

לויט פרידמאן, האט איינער דא פשוט אויסגענוצט אן אומגעזונטער מענטש פשוט כדי צו געבן אונטערהאלטונג פאר מענטשן.
 
דער שפיטיווקער איז אויסדריקלעך נישט קיין משוגענער, פארקערט דאס עם אוועקמאכן אלץ משוגענער איז זייער דיסרעספעקטפול, ער איז זיך מסביר זיינע שיטות און דריי פערטל-מאנראו האלט ווי עם (מען מוז נישט מסכים זיין מיט עם) און אנשטאט עם אפ-פרעגן געט מען א מאך מיט די האנט, ער איז דאך סתם א משוגענער.
יא, ער האט טאקע א אינטערעסאנטער כאראקטער און איז זייער פּעשענעט מיט זיינע שיטות, אבער עם סטעמפלען אלץ משוגענער איז זאמד אין די אויגן.
 
איך האב ליב די אלע קאומענטס אויף YouTube פון דזשאָסעף קרויס׳ס אינטערוויו מיט נאחי.

״נעבעך, ער איז א רחמנות״ , ״ס׳פעלט אים א שראַפעל״

אין אנדערע ווערטער:
There’s nothing to see here
אונזער סאסייעטי איז זייער נארמאל!
ער איז נעבעך א משוגענער!
ער איז זיך אליינס שולדיג אין אלעס!
אונזער סיסטעם איז גאלד, אָן קיין שום פראבלעמען!
קיינער האט אים נישט געהייסן זיין א אויבערחכם!
ס׳איז דא גענוג עשורים אין אונזער קאמיונטי אפילו זיי קענען נישט קיין ווארט ענגליש!!!
נעבעך ער איז אינגאנצען צודרייט!

ידינו לא שפכו את הדם הזה!!!​


נאכדעם זאגן זיי ״אונז זענען נישט קיין קולט״ - לב טהור איז א קולט, אונזער סיסטעם איז זייער נארמאל, קוק אויף יואלי לאנדא און משה שמואל דזופניק….

יא יא…

לאוו איט…!!!
 
חברה דעי דזשאוסעף איז א סקעם ער איז בכלל נישט ווערט צי דו זיין, ער איז א רעידזשבעיטער, דהיינו א סטראטעגיע אויף יוטיוב צי זאגן אויפרעגנדע זאכן און דער עולם רעגט זיך און מען גייט וויירעל, ער זאגט עס אליין, נחי פרעגט עם פארוואס ביסטו אזוי פארנימען מיט די חסידים? ווילסט עסן טריפה ווילסט מחלל שבת זיין פיין טו וואס די ווילסט אבער פארוואס ביסטו א גאנצן טאג פארנומען מיט דיין עבר פארוואס פאוקסטו נישט אויפן עתיד?
ענטפערט עם ר׳ יוסף׳ן, -הערט אייך אייך טייערע ליינער וואס ער זאגט דא- איך האב פרובירט צי מאכן נערמאלע ווידיאוס פון ריעל עסטעיט און נאך נושאים און קיינער איז נישט געווען אינטערעסירט איך האב נאר באקומען 50 וויאוס, אבער ווען איך בעש חסידים באקום איך אפאר טויזנט וויוס, מילא שטעל איך דעיס צי פארן עולם.
בקיצור ער מיינט עס אויך נישט ערנסט, לאמיר נישט פאלן פאר זיין רעידזשבעיט, לאז עם עסן זיין נבילה מיט גיד הנשה אין יום כיפור, לאז עם שרייען אז אינז זענען א קולט און פארקויפן וואסערע (עפ״ר) ליגענט ער וויל, ווייל ער איז סייווי נישט דא פאר די אמת.
(נישט אז ער האט נישט אמת׳דיגע נקודות אין זיך, אבער מיטן פארקויפן שקרים טוט מען נישט אויף)
 
לעצט רעדאגירט:
איך האלט 14 מינוט אין די אינטערוויו איך מוז עס געבן פאר קראוס, די גאנצע חסד ביי חסידים איז נאר פאר אין די קאמיוניטי, ס'איז נישט צו העלפן מענטשן ס'איז צו העלפן אידן,
 
מיר קוקט אויס, אין ער זאגט עס אויך, אז ער האט געהאט א פארקאקטע טשיילדהאד.. אן עביאסעוו מאמע, אין א טאטע א טשיקן , אבער פאר סאם ריזען וויל ער נישט ארויפלייגן די שילד אויף זיי, נאר אויף די "קאלט", איך ווייס נישט פארוואס.

אין די גאונות וואס ער זאגט, אז די חסד וואס גייט פאר ביי אינז, ווי למשל צישטעלן כשרע עסן אין שפיטאל איז א חלק פון די קולטס פינסטערע וועגן אזוי דיר צי האלטן דארט, ווען עכט קענסטו ווען האבן געשמאקע שפיטאל עסן..

סיריעסלי? וואס האט עס מיט די קולט צי טוען באשעפער אין הימל? די תורה לאזט נישט.. מענטשן ווילן נישט עסן טרייף ווייל די תורה לאזט נישט.. ווי קומט אריין די קאמיאנעטי? די קענסט טוען וואס די ווילסט, אויב די ווילסט כשר, איז דא א חסד אפעראט וואס שטעלט דיר עס צי..
 
איך האב נאכנישט געזען די פאדקעסט מיט קראוס, אבער א קליין קליפ האב איך יא געזען ווי קראוס פראבירט צו מסביר זיין אז ס'איז דא א פסיכילאגישע וואנט ארום ק"י, און נחי פארדרייט אים אויב ער רעדט פון די 'עירוב' וואס ווי ס'שיינט כאפט נישט קראוס זיין שאלה, און ער שאקלט מיטן קאפ צעמישטערהייט, און נחי מאכט א גאנצע סענזאציע ארום דעם....
ס'האט מיך געפערלעך פארעקלט, ר' איד, אויב דער קראוס איז יא גערעכט אדער נישט, קען מען דעבאטירן, אבער סתם אריינלייגן ווערטער אין זיין מויל איז עקלדיג!
ס'איז קלאר אז ער האט גערעדט פון א פסיכילאגישע וואנט, און נישט פון קיין שום עירוב.
 
דער גאנצע ציל דא איז ווי מער וויויס און אויב ער מאכט ר׳ יוסל׳ן טאנצן פון דער הויט וועט ער האבן מער וויויס, דער IQ פון דזשאסעף איז גאר גאר נידריג און עס איז גרינג צו טריפן אויף אים, ווי אויך קען ער זייער נישט גוט ענגליש און דאס מאכט אים זייער שווער זיך צו מסביר זיין.
 
ווען קרויס האט מסביר געוועהן
איך האלט 14 מינוט אין די אינטערוויו איך מוז עס געבן פאר קראוס, די גאנצע חסד ביי חסידים איז נאר פאר אין די קאמיוניטי, ס'איז נישט צו העלפן מענטשן ס'איז צו העלפן אידן,
מסכים, אבער עס איז נאכאלץ א שטארקע זאך אז א קאמיוניטי האט organizations וואס געבן זיך אפ צי העלפן אנדערע פון די קאמיוניטי. די אחדות אין care וואס עס איז דא ביי אונז איז נישט שכיח אין אנדערע קאמיוניטיס.
 
איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס דאס איז טאקע געווען אויף ענגליש?
אסאך פון דער חברה ווילן פארגעסן אידיש עס איז א חלק פון דער טראומע זיי גייען טוען אלעס צו דווקא רעדן ענגליש, ווי אויך מאכט עס זיי און זייער אויגן אויסזען מער פראפעשענעל.
 
האט נחי געמיינט אז ער איז אפשר קרויס'ס טערעפיסט ? אזוי קיקט עס אויס

נחי האט געמאכט א שוואכע ארבעט דאס מאל סאיז געווען כמעט אזוי שלעכט ווי די נחום ראזענבערג וואן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top