נאחי יאווא nachi uncensored

ווען קרויס האט מסביר געוועהן

מסכים, אבער עס איז נאכאלץ א שטארקע זאך אז א קאמיוניטי האט organizations וואס געבן זיך אפ צי העלפן אנדערע פון די קאמיוניטי. די אחדות אין care וואס עס איז דא ביי אונז איז נישט שכיח אין אנדערע קאמיוניטיס.
מאן יאמר אז די חסד מיז גיין האנט אין האנט מיט הימל שרייענדע אביוז?
 
די יעצטיגע פאדקעסט ליגט נישט אויפן דרייוו
איינער האט עס אויף א דרייוו?
 
סא איז צירוק שווער, פארוואס ענגליש?
וואס פארשטייטו נישט ער וויל ביידע זאלן פארשטיין, אגב ביז די שפאטיווקע עפעסאד האב איך נישט געהערט אין שול רעדן פון די פאדקעסט
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב ליב די אלע קאומענטס אויף YouTube פון דזשאָסעף קרויס׳ס אינטערוויו מיט נאחי.

״נעבעך, ער איז א רחמנות״ , ״ס׳פעלט אים א שראַפעל״

אין אנדערע ווערטער:
There’s nothing to see here
אונזער סאסייעטי איז זייער נארמאל!
ער איז נעבעך א משוגענער!
ער איז זיך אליינס שולדיג אין אלעס!
אונזער סיסטעם איז גאלד, אָן קיין שום פראבלעמען!
קיינער האט אים נישט געהייסן זיין א אויבערחכם!
ס׳איז דא גענוג עשורים אין אונזער קאמיונטי אפילו זיי קענען נישט קיין ווארט ענגליש!!!
נעבעך ער איז אינגאנצען צודרייט!

ידינו לא שפכו את הדם הזה!!!​


נאכדעם זאגן זיי ״אונז זענען נישט קיין קולט״ - לב טהור איז א קולט, אונזער סיסטעם איז זייער נארמאל, קוק אויף יואלי לאנדא און משה שמואל דזופניק….

יא יא…

לאוו איט…!!!
אויף ענגליש רופט מען דאס victim blaming
 
יא סאשאד אז ער רעדט ענגליש, ער וואלט סאל בעסער געקענט זיך ארויס ברענגען אין זיין first language אידיש.

קרויס איז למעשה גערעכט אז חסידות איז א קאולט (עכ"פ היינט) און עס געבט א גוטע משל פון לב טהור אז סך הכל איז חסידות מער עסטעבלישט, גרעסער, עלטער, רייכער, ממילא איז עס 'נארמאל'.
 
נאכי איז סתם א היפאקריט, ווען נישט זיין געלט וואלט ער געשלאפן אין די קארדבארד באקס נעבן קרויס, איך ווייס נישט וועלכע audience ער פרובירט צו געפעלן אבער ער ווייסט זייער גוט וואס דזויסעף גייט דורך, איינער עסט חזיר אויף אינסטעגראם און די אנדערע לייגט ווידיאוס מיט מיידלעך אין שבת, זיי זענען גארנישט אנדערש
 
ווי שטערקער די קולט איז אלטס מער וועט זיין די הילף פון איינעם דעים צווייטן, דאס איז איינע פון די מעלות פון א קולט אז מען פילט זיך זייער סעיף,
 
אן עקל פון נאחי נישט ארויסצושניידן די שטיקלעך ווי דער בחור פראקט אויס זיין עלטערן'ס שלום בית קריגערייען אין פאבליק.

נישט גענוג וואס זיי האבן זייער קליגע תכשיט'ל אין די פאבליק דארפן זיי נישט יעצט האבן נאך פיטער און בושות אויף די גאס.

אביסל ריספעקט.

(און אויב נאחי וויל קען ער עסן @דוד הלוי כהן פאר פרישטאג)
 
איך האב נאכנישט געזען די פאדקעסט מיט קראוס, אבער א קליין קליפ האב איך יא געזען ווי קראוס פראבירט צו מסביר זיין אז ס'איז דא א פסיכילאגישע וואנט ארום ק"י, און נחי פארדרייט אים אויב ער רעדט פון די 'עירוב' וואס ווי ס'שיינט כאפט נישט קראוס זיין שאלה, און ער שאקלט מיטן קאפ צעמישטערהייט, און נחי מאכט א גאנצע סענזאציע ארום דעם....
ס'האט מיך געפערלעך פארעקלט, ר' איד, אויב דער קראוס איז יא גערעכט אדער נישט, קען מען דעבאטירן, אבער סתם אריינלייגן ווערטער אין זיין מויל איז עקלדיג!
ס'איז קלאר אז ער האט גערעדט פון א פסיכילאגישע וואנט, און נישט פון קיין שום עירוב.
קרויס האט גערעדט אויף זיינע ווידיאוס אז סאיז באמת דא א "וואנט" ארום קרית יואל . נישט פיסכעלאגישע. אויף דעים האט זיך נאחי מיט רעכט גערעגט פארוואס ער זאגט גראבע ליגענט אין באשמיצט זיי מיט זאכן וואס איז שקר
 
אויף ענגליש רופט מען דאס victim blaming
ער באשילדיגט אויך נחי אז ער איז וויקטאם בלעימינג,

איז ער? ער זאגט אים קוק אויף מיר, די סיסטעם האט אויך נישט געארבעט פאר מיר, איך בין ארויס, אין שלום על ישראל.
אז די טשאסט צי זיין האומלעס כל הכבוד.. וואס האט עס מיט די קאמיאנעטי?
 
אויף ענגליש רופט מען דאס victim blaming
victim blaming איז ווען איינער איז א victim.

ווען איינער קוקט זיך אהן אלץ victim און באשילדיגט אנדערע פאר זיין דורעכפעלער, הייסט עס self-victimization.

עס איז א חילוק פון קריטיקירן א קאמיוניטי versus זיי באשילדיגן פאר אלע דורעכפעלער אינעם אייגענעם לעבן. למשל דעיס אז Joseph האט נישט קיין job, און דעיס אז ער איז homeless האט פשוט צי טוהן מיט דעהם אז ער איז somehow נישט גרייט צי זיך צושטעלן צי א job. ווען ער וויל מאכן עפעס געלט קען ער דרייוון פאר uber אדער טוהן אנדערע פשוטע jobs פינקט ווי די מעקסיקאנער אימיגראנטן האבן jobs. וויבאלד ער קוקט זיך אהן דורך די lense פון self-victimization האלט ער זיך צירוק פון נעמען אחריות אויף זיין לעבן און פון צי מצליח זיין.
 
לעצט רעדאגירט:
נאכי איז סתם א היפאקריט, ווען נישט זיין געלט וואלט ער געשלאפן אין די קארדבארד באקס נעבן קרויס,
זאגסט זייער גוט, נחי האט געמאכט א דעסישען צי מאכן געלט, אנשטאט ארויסגעבן ווידאוס ווי ער עסט פיטער חזיר, ווייל ער האט נישט געוואלט זיין האומלעס
איך ווייס נישט וועלכע audience ער פרובירט צו געפעלן אבער ער ווייסט זייער גוט וואס דזויסעף גייט דורך, איינער עסט חזיר אויף אינסטעגראם און די אנדערע לייגט ווידיאוס מיט מיידלעך אין שבת, זיי זענען גארנישט אנדערש
גארנישט אנדערש? איי בעג טא דיפער, די האלסט נחי לייגט ארויס דעי ווידיאוס צי אונען די קאמיאנעטי? איי דאנט טינק סאו, ער וויל דזשאסט טון וואס ער וויל.
 
נישט גענוג וואס זיי האבן זייער קליגע תכשיט'ל אין די פאבליק דארפן זיי נישט יעצט האבן נאך פיטער און בושות אויף די גאס.

אביסל ריספעקט.
ס'האט א נאמען, ס'הייסט FAFO!

יעצט איז די צייט צי האגן די חשובע קינדערלעך! אין מאכן זיכער זיי זאלן נישט ווערן קיין יאסעלעך
 
ווי שטערקער די קולט איז אלטס מער וועט זיין די הילף פון איינעם דעים צווייטן, דאס איז איינע פון די מעלות פון א קולט אז מען פילט זיך זייער סעיף,
איך הייב אן טראכטן אז א קולט איז א גוטע זאך!
 
איך האלט 14 מינוט אין די אינטערוויו איך מוז עס געבן פאר קראוס, די גאנצע חסד ביי חסידים איז נאר פאר אין די קאמיוניטי, ס'איז נישט צו העלפן מענטשן שרעס'איז צו העלפן אידן,
ער זאגט נישט דעיס ער זאגט אז מען צינדט אינטער די פייער מיט טוזענט ריסטריקשענס נאכדעם קומט מען דיך העלפן מיט כשר'ע עסן


מסתמא וועגן דעם איז דא חסד ריידס ליעזאן ריזיגע נעטווארק פון מעדיקל עדווייס און ווייטער שוין עד כאן נאר געענפערט אויף די נקודה
 
דער גאנצע ציל דא איז ווי מער וויויס און אויב ער מאכט ר׳ יוסל׳ן טאנצן פון דער הויט וועט ער האבן מער וויויס, דער IQ פון דזשאסעף איז גאר גאר נידריג און עס איז גרינג צו טריפן אויף אים, ווי אויך קען ער זייער נישט גוט ענגליש און דאס מאכט אים זייער שווער זיך צו מסביר זיין.
וואס עפעס איז זיין IQ נידריג? דו האסט אים געמאכט א IQ טעסט? וואס האקסטו אין קאפ אריין? און וואו קומט אריין דא IQ בכלל?
איך זאג אז דיין IQ איז זייער נידריג, און דזשאסעף קרויס איז זייער א קלוגע בחור׳ל וואס איז דורך אסאך טראמא ווייל ער איז אויפגעוואקסן אין א משוגענע קולט וואס האט גארנישט צוטוהן מיט אידישקייט און נארמאלקייט.

איך זעה נישט קיין סיבה אין די וועלט לויט ווי ער האט גערעדט מיט נאחי יאבוי אז ער זאל זיין עפעס א נער אדער ווייניגער קלוג פון איך און דו. ער איז דירעקט זייער א קלוגע בחורל וואס האט זיך געכאפט יונגערהייט אז ער איז אין א קולט, און ער באלאנגט נישט דארט!!!

לויט די גאנצע וועלט , אפילו די אידישע וועלט (חוץ די עקסטרעימיסטן) איז ער נארמאל און אונז זענען משוגע!!!!

ער איז גארנישט אנדערש ווי יעדע 22 אידישע יונגעל אין די פייף טאונס. ער איז נאר אויפגעוואקסן מיט עקסטרעימע עלטערן וואס עביוזען זייערע קינדער, אוואדי אויב א זעכצען יעריגע בחורל וויל האבן א פליפ פאון און פארדעם באקומט ער מכות רצח ביז בלוט… און אז ער קוקט אויס אזוי נארמאל נאכדעם קומט אים אסאך קרעדיט!!!!

דו מעגסט זיך שעמען אין דיין פנים אריין מיט דיין כלמורשטע ״הויכע IQ” אינאיינעם…
 
איך האב נאכנישט געזען די פאדקעסט מיט קראוס, אבער א קליין קליפ האב איך יא געזען ווי קראוס פראבירט צו מסביר זיין אז ס'איז דא א פסיכילאגישע וואנט ארום ק"י, און נחי פארדרייט אים אויב ער רעדט פון די 'עירוב' וואס ווי ס'שיינט כאפט נישט קראוס זיין שאלה, און ער שאקלט מיטן קאפ צעמישטערהייט, און נחי מאכט א גאנצע סענזאציע ארום דעם....
ס'האט מיך געפערלעך פארעקלט, ר' איד, אויב דער קראוס איז יא גערעכט אדער נישט, קען מען דעבאטירן, אבער סתם אריינלייגן ווערטער אין זיין מויל איז עקלדיג!
ס'איז קלאר אז ער האט גערעדט פון א פסיכילאגישע וואנט, און נישט פון קיין שום עירוב.
ער טריפט אויף אים קרויס ווייסט וואס א עירוב איז און כאפט אז ער מאכט חוזק פון די וואנט וואס ער טרייבט אראפ צי מאלען
 
דער גאנצע ציל דא איז ווי מער וויויס און אויב ער מאכט ר׳ יוסל׳ן טאנצן פון דער הויט וועט ער האבן מער וויויס, דער IQ פון דזשאסעף איז גאר גאר נידריג און עס איז גרינג צו טריפן אויף אים, ווי אויך קען ער זייער נישט גוט ענגליש און דאס מאכט אים זייער שווער זיך צו מסביר זיין.
מסכים אבער ער טוישט אביסל זיין אימעדז ווען ער כאילו נעמט זיך אהן און האלט און האט ליב די חרדישע וועלט
 
Back
Top