נאחי יאווא nachi uncensored

נאחי פרובירט עם צו מאכן אויסזעהן מער פאריקט ווי ער איז ווייל ער וויל אינטערטימענט און מער וויאוס אבער ער האלט זיך שטארק.
 
אזוי קוקנדיג די ווידעא איז מיר דורכגעלאפן א מחשבה, אז דער שפעטיווקער רבי איז די מערסטע ענדליך ווי די צדיקים פון אמאל לויט ווי מיר האבן געהערט.
איך קען זען ווי מען זאל פארציילן אויפן צאנזער רב (נאר א משל) אז ער האט אפגעהאלטן אזא שמועס און ס'וואלט אייזן געשטימט.
איך האף אז די ביסט נישט גערעכט 🤦‍♂️
 
נאחי איז זיך אליין סותר
אויב די סיבה פון טשידן ביי אונז איז צוליב די אופן פון בעשאוס, פ''ו איז דא 80 פראצינט טשידינג לויט גוגל אין די וועלט ?
אלא מאי דו גייסו אייביג גליסטן....
און בכלל אויב וויל ער עכט דורכטהון יודישקייט
זאל ער פליז ארויפברענגען קלוגערע מענטשן
חוץ אויב וויל ער סתם פאן אז מ'זאל לאכן איז ער גוט
איך מוז זאגן דער שפאטיווקער מאכט א פיינעם רושם, טאקע אביסל אינטערסאנט, אבער ער רעדט מער ווייניגער צום זאך, איך גלייב נישט אז סאיז דא נאך אסאך אזאנע וואס קענען ארויפגיין אויף אזא שאו אין דיפענדן די היימישע שיטות.
אויב ער איז שוין די קלוגע....
פראשטיי איך שוין פ''ו די עולם דא איז אזוי אנטי אונזער קאמיונעטי.......
ס'דא יודן וואס קענען דיר ענפערן דעי שאלות אז ענק גייען שפרינגען....
(איך בין פאלי פאר די סיסטעם , איך ליין נאר קרעמל וויל איך זייער נייגעריג וואס די אויפגעקלערטע האלטן און צו זיי האבן טאקע עפעס צו פראקויפן... ביז דערווייל זעה איך אז דיר עולם דא האט נישט קיין אהנונג וואס יודישקייט איז בכלל.. ואתכם הסליחה)
 
גראדע דעם מושג פון זעהן אויב ס'געפעלט דעם מבנה הגוף פונעם בעשאו מאכט סענס צו מיר. אבער די טאטע זאגט פארן קינד אז אפי' אויב ס'ציהט נישט מיינט גארנישט ווייל ס'קומט מיט די צייט! 😱
ווי אויך איז דא א פראצענט וואס ווייסט נאכנישט געהעריג וואס מ'טוט מיטן פרוי בשעתן זעהן דעם מיידל...
און נאחי'ס טענה פון ווערן פארמיאוסט פונעם אפגאלן די קאפ מאכט אויך סענס פאר מיר.
און בעיקר. מ'קען זיך אויסקומען מיט א געזונטער מענטש, אבער ס'מיינט נאכנישט אז דאס איז אפי' א קאזין מיט ליבע וואס איז דעם שורש פון אלעס!

ווי אויך דעם מושג פון פעמענין ענערגיע איז נישט געמאכט צו טראגן דעם אחריות מאכט סענס צו מיר.
א געזונטער ווייב וויל א מאן וואס נעמט קעיר פון איר! און א געזונטער מאן רעדט זיך דורך מיטן ווייב צו הערן און פארשטיין דעם פעמענין הרגשה איבער זאכן און איז עס מחשיב, און אזוי טראסט זי אים צו האלטן די לייצעס. (שוין א שלום בית פארשטייער...)

אבער אז דערפאר מעגן זיי נישט דרייווען פארשטיי איך נישט.
 
איך פארשטיי יא וואס עס האט איינס מיט די אנדערע, אמאל האט א פרוי נישט געהאט פארוואס צי דרייווען, עס איז געווען א מענערישע זאך ווייל עס האט געהאט צי טון מיט ארבעט אדער אויפטון און זיין פארנומען וואס די זאכן זענען נישט געמאכט פאר א פרוי (פעמינין בלע״ז).

למעשה היינט איז דרייווען א חלק פון לעבן און מען קען נישט אנדעים, מילא האט עס מער נישט מיט פעמינין און מעסקיולען. מילא איז אינזער צודרייטע סאסייעטי אויפגעקומען מיט א עצה אז אנשטאט דרייוון זאלן זיך די פרויען מייחד זיין מיט א פרעמדע זכר איעדע מאל זיי ווילן קומען אדער גיין ערגעץ ורבים חללים היפולה, און דאס מיינט אז די בית המקדש איז חרוב געווארען ווייל שהעמידו דבריהם על דברי תורה, מען איז געגאנגען קאפ אין וואנט מיט עקספייערעטע איידיעס.
 
ס'האט זיכער געטוישט מיין בליק אויפן רבי'ן.
נישט אז איך האלט ווי עם, אבער ער איז נישט אזוי משוגה ווי די קליפס וואס פארן ארום פון עם.
ער פארשטייט גאנץ פיין א עסק.
סאיז דא גאר אסאך אזאלעכע מענטשן וואס האבן גאר אסאך צו פארקויפן זיי זענען קליג און האבן שכל און זיי ווייסן גוט וואס זיי ווילן נאר וואס ספעלט זיי איז די געזונטע Social Skills ( מיט נאך 10 לעבלס) ביי אים איז עס מער און צו דעם האט ער נישט מורא פון גארנישט און זיכער נישט אז די גייסט רעדן אויף אים וואס 80 % פון אונז ציטערן פון דעם מער ווי פון טויט אליין
סאו קומט ארויס זיין שיטה אויף אזא וועג
נאחי אליין האט נישט אייביג ווי אזוי אים צו ענפערן
שפטיווקא!! לחיים
 
איך בין פאלי פאר די סיסטעם , איך ליין נאר קרעמל וויל איך זייער נייגעריג וואס די אויפגעקלערטע האלטן און צו זיי האבן טאקע עפעס צו פראקויפן... ביז דערווייל זעה איך אז דיר עולם דא האט נישט קיין אהנונג וואס יודישקייט איז בכלל.. ואתכם הסליחה
לאמיר הערן וואס דו ווייסט וואס אידישקייט איז, קום אריין קלאר.
אפשר אין אן עקסטערע שנירל?
 
אויב ער איז שוין די קלוגע....
פראשטיי איך שוין פ''ו די עולם דא איז אזוי אנטי אונזער קאמיונעטי.......
ס'דא יודן וואס קענען דיר ענפערן דעי שאלות אז ענק גייען שפרינגען....
(איך בין פאלי פאר די סיסטעם , איך ליין נאר קרעמל וויל איך זייער נייגעריג וואס די אויפגעקלערטע האלטן און צו זיי האבן טאקע עפעס צו פראקויפן... ביז דערווייל זעה איך אז דיר עולם דא האט נישט קיין אהנונג וואס יודישקייט איז בכלל.. ואתכם הסליחה)
די טעות איז אז דעיס איז נישט אידישקייט,
אויף זיינע שאלות, זענען בכלל נישט די תירוץ עפעס פון אידישקייט, נישט קיין חילוק ווי קלוג איינער איז, קען ער נישט ענטפערן צופיל בעסער...

ע''פ אידישקייט איז נישט דא קיין שום פראבלעם אז א פרוי דרייווט
(און אויך אז אינגלעך דרייווען שגץ בייקס - וואס איז אגב נאר גע'אסר'ט געווארן אין וויליאמסבורג, עפעס א גז''ש מיטן עירוב פארוואס סאטמאר האט צוויי תורות איינס פאר וויליאמסבורג און א צווייטע פאר מאנסי)

ע''פ אידישקייט איז אויך נישט דא קיין שום תירוץ פארוואס מ'פארלאנגט פון די פרויען זיך אפצוגאלן
נישטא
אלע דורות פון מתן תורה ביז בערך 250 יאר צוריק איז נישט בייגעפאלן פאר א ערליכע פרוי צו טוהן אזא זאך, אז אין שו''ע שטייט אז א פרוי איז בכלל נישט ערלויבט זיך אפצושערן ווי א מאן (אלץ איסור לא תלבש)

אויף די פאלטשע אידישקייט איז נישט דא קיינער, אפי' די קלוגסטע מענטש וואס קען ענטפערן

(אוודאי אויף אמת'ע אידישקייט איז דא אויף אלעס תירוצים, אבער אויף זיינע שאלות האט ער נישט געקענט ענטפערן צופיל בעסער...)
 
אמר"ש, מיר שיינט די דאזיגע איסור צו זיין די שארפסטע שאס אין די פיס פון וויליאמסבורגע חרד'יזם
 
איך האב געטראכט אז ענדליך וועט שוין זיין איינער נאחי'ס לעוועל, למעשה זע איך די שפטיווקער איז אויך אסאך קלוגער ווי אים...

עס איז ממש א שאד אונז האבן נישט א האלב נארמאלע מענטש מיט נאחי'ס גאטס. די שמועסן וואלטן געקענט זיין אזוי גוט, אבער ער פארשטייט כמעט גארנישט ווען איינער מאכט א פוינט אנדערש ווי ער איז געוואוינט, און ער וויל נאר א גאנצע צייט צוריק גיין צו זיינע ג' אמות.
 
נאחי רעדט זייער פרעך אויף איבערוואגיגע פרויען.

און ער איז שוין אויפגעקלערט, ער איז נישט אינעם חסידישע באקס.

אורח דו!
 
די טעות איז אז דעיס איז נישט אידישקייט,
אויף זיינע שאלות, זענען בכלל נישט די תירוץ עפעס פון אידישקייט, נישט קיין חילוק ווי קלוג איינער איז, קען ער נישט ענטפערן צופיל בעסער...

ע''פ אידישקייט איז נישט דא קיין שום פראבלעם אז א פרוי דרייווט
(און אויך אז אינגלעך דרייווען שגץ בייקס - וואס איז אגב נאר גע'אסר'ט געווארן אין וויליאמסבורג, עפעס א גז''ש מיטן עירוב פארוואס סאטמאר האט צוויי תורות איינס פאר וויליאמסבורג און א צווייטע פאר מאנסי)

ע''פ אידישקייט איז אויך נישט דא קיין שום תירוץ פארוואס מ'פארלאנגט פון די פרויען זיך אפצוגאלן
נישטא
אלע דורות פון מתן תורה ביז בערך 250 יאר צוריק איז נישט בייגעפאלן פאר א ערליכע פרוי צו טוהן אזא זאך, אז אין שו''ע שטייט אז א פרוי איז בכלל נישט ערלויבט זיך אפצושערן ווי א מאן (אלץ איסור לא תלבש)

אויף די פאלטשע אידישקייט איז נישט דא קיינער, אפי' די קלוגסטע מענטש וואס קען ענטפערן

(אוודאי אויף אמת'ע אידישקייט איז דא אויף אלעס תירוצים, אבער אויף זיינע שאלות האט ער נישט געקענט ענטפערן צופיל בעסער...)
גערעכט

די פראבלעם פון די פאלטשע יודישקייט איז, נישט די עצם זאך וואס מפירט זיך, ס'איז די וועג וויאזוי מלערנט עס אויס , וואס איז אסור און וואס איז א חומרא און וואס איז סתם א טעות וכו'
יעדע מענטשן האט רעכט צו פירן זיין לעבן וויאזוי ער וויל, און אזוי אויך זאגן פאר זיינע קינדער וואס ער האלט, ווילאנג ער רעדט נישט קיין ליגנט, און די קינדער וועלן שוין טהון וואס זיי האלטן,
יודישקייט באשטייט נישט פון אסור, שגץ, גיהנום וכו'
די תורה איז פשוט א אינסטראקשן ביכל צו לעבן די בעסטע וועג אין דעי וועלט (אין די תורה ווערט נישט דערמאנט קיין איין מאל עולם הבא)
א מענטש וואס לעבט אמתדי'ג מיט די תורה גייט נישט זאגן אז דעי זאכן זענען אסור, וויל ס'באמת מותר,
אבער ער גייט דורכטהון די נושא , פ''ו מ'האט געמאכט דעי תקנה און טרייען צו פארשטיין, און טהון וואס ער האלט ס'איז די רצון ה',
א קינד וואס באקומט א ריכטיגע חינוך וואס איז עכט יודישקייט האט נישט קיין שום פראבלעם אז זיין ווייב שערט זיך און דרייווט נישט, עס איז נאר דעי אלע וואס זענען סתם אזוי אנגעווייטאגט אויף דעי גאנצע זאך, און אויף די תורה אליין קען מען זיך נישט רעגן, געט מען אויס די ווייטאג אויף דעי אלע זאכן, און איך פארשטיי זיי 100% ווייל ווער וויל דין נישט האבן א גוט לעבן,
 
א קינד וואס באקומט א ריכטיגע חינוך וואס איז עכט יודישקייט האט נישט קיין שום פראבלעם אז זיין ווייב שערט זיך און דרייווט נישט
איך וויל נישט מיין ווייב זאל אויסזען ווי א אשת יפת תואר וואס די תורה הייסט אפשערן אירע האר כדי איר צי פארמיסן פאר איר מאן, פאר א געגאלטן קאפ קען איך שוין שלאפן מיט א מאן, דערווייל בין איך נישט געי, און דאס איז חוץ פון די איסור לא תלבש.
און איך וויל אויך נישט אז מיין ווייב זאל זיצן באיסור יחוד אין א קאר מיט פרעמדע מענער וואס איז נישט אפשר קען עפעס געשען, נאר מען ווייסט אז עס האלט אין איין געשען.
 
גערעכט

די פראבלעם פון די פאלטשע יודישקייט איז, נישט די עצם זאך וואס מפירט זיך, ס'איז די וועג וויאזוי מלערנט עס אויס , וואס איז אסור און וואס איז א חומרא און וואס איז סתם א טעות וכו'
יעדע מענטשן האט רעכט צו פירן זיין לעבן וויאזוי ער וויל, און אזוי אויך זאגן פאר זיינע קינדער וואס ער האלט, ווילאנג ער רעדט נישט קיין ליגנט, און די קינדער וועלן שוין טהון וואס זיי האלטן,
יודישקייט באשטייט נישט פון אסור, שגץ, גיהנום וכו'
די תורה איז פשוט א אינסטראקשן ביכל צו לעבן די בעסטע וועג אין דעי וועלט (אין די תורה ווערט נישט דערמאנט קיין איין מאל עולם הבא)
א מענטש וואס לעבט אמתדי'ג מיט די תורה גייט נישט זאגן אז דעי זאכן זענען אסור, וויל ס'באמת מותר,
אבער ער גייט דורכטהון די נושא , פ''ו מ'האט געמאכט דעי תקנה און טרייען צו פארשטיין, און טהון וואס ער האלט ס'איז די רצון ה',
א קינד וואס באקומט א ריכטיגע חינוך וואס איז עכט יודישקייט האט נישט קיין שום פראבלעם אז זיין ווייב שערט זיך און דרייווט נישט, עס איז נאר דעי אלע וואס זענען סתם אזוי אנגעווייטאגט אויף דעי גאנצע זאך, און אויף די תורה אליין קען מען זיך נישט רעגן, געט מען אויס די ווייטאג אויף דעי אלע זאכן, און איך פארשטיי זיי 100% ווייל ווער וויל דין נישט האבן א גוט לעבן,
די פראבלעם איז אבער אז מען לערנט ליידער יא אויס אזוי

מיין ווייב האט מיך נישט געוואלט גלייבן אז ביז 250 יאר צוריק האט זיך קיין ערליכע פרוי נישט געשרויען
מ'לערנט אויס פאר די מיידלעך היינט אז דאס איז נאך ארגער ווי סיי וועלכע דאורייתא,
די זעלבע מיט נאך אסאך זאכן

א קינד וואס באקומט א ריכטיגע חינוך וואס איז עכט יודישקייט האט נישט קיין שום פראבלעם אז זיין ווייב שערט זיך
פארוואס?
אז ער באקומט א ריכטיגע חינוך, און ער ווייסט אז להלכה איז נישט דא קיין שום ענין זיך צו שערן, (נאר אויב עפעס פארקערט), פארוואס זאל ער נישט האבן קיין פראבלעם?
פארוואס זאל אים עס נישט שטערן?

(ואגב, איך פראביר שוין לאנג צו דערגיין, ווער ס'האט איינגעפירט די מאדנע זאך, און פארוואס, איך בין שטארק חושד אז בעצם קומט עס נישט פון קיין גוטע מקור, ואכמ''ל)
 
איך האב אמאל געליינט (געדענק שוין נישט ווי) אז אין יענע תקופה האבן זיך אפילו די גויטעס געשוירן צוליב די לייז אין מחלות וואס האבן זיך געדרייט דעמאלס, און שפעטער ווען דער עולם איז געווארן ריינער און מען האט אויפגעהערט שערן, איז געבליבען ביי די אונגערישע אידן די חדש אסור מן התורה און מען טאר נישט טוישן די מנהג.

לויט טשעט גיפיטי (ער ברענגט נישט קיין מקור) האט מען טאקע ביי די טיפוס מגיפה אפגעשוירן די האר פון די פרויען וויבאלד עס איז צושפרייט געווארן דורך די לייז פון די האר.
 
לעצט רעדאגירט:
פליז נישט פארוואנדלען דעם אשכול אין נאך א אידישקייט אשכול. שוין דא גענוג אנדערע. לאמיר דאס לאזן נאר פאר נאחי'ס פאדקעסטס.
 
Back
Top