איינע פון די זאכן וואס כ'האב הנאה געהאט איז ווי נאחי פרעגט צו די רבי האט עם פיינט, ער ענטפערט אז ער געבט נישט אויף און ער האפט אז נאחי וועט נאך תשובה טוהן, ער זאגט איך זאג דיר מוסר אבער ס'קומט נישט פון קיין שנאה, נאחי ענטפערט אז די רבי מיט עם האבן א גיטע רילעשענשיפ און די רבי געבט עם מוסר און ער פרובירט עס אנצונעמען וכו' די רבי געבט זיך א רוף אן "אבער איך וואלט זיך נישט משדך געווען מיט דיר".
אסאך מאל האט ער מיר באמת געמאכט שמייכעלען און כ'האב אזוי הנאה געהאט עם צו הערן רעדן.
נאחי זאגט עם אז ער האט א פאדקעסט מיט איינער וואס האלט זיך פאר משיח זאגט עם די רבי "זייער גיט, כ'האב נישט קיין פראבלעם אז די ברענגסט ארויף משוגעים און צודרייטע מענטשן, נאר נישט קיין שמוץ."
ווי אויך זאגט עם די רבי כסדר אז דאס אז ער טוהט זיינע עבירות איז איין זאך אבער פארשפרייט עס נישט, ווייז נישט ווי די נעמסט מיידלעך אויף דובאי, קענסט זיך נישט איינהאלטן פון מחלל שבת זיין? לייג אבער נישט ארויס די ווידיאו און זיכער נישט אויף שבת.
פאר איך האב געזעהן דעיע פאדקעסט און די פאלאו אפ ווידיאו וואלט איך נישט גע'חלום'ט אז ער קען רעדן אזעלכע דברים של טעם און עגריען אז א מענטש קען דורכפאלן אבער האלט זיך כאטש איין פון ווייזן פאר אנדערע.