נאחי יאווא nachi uncensored

יא האט אויסגעזען פאלטש
שפטיווקע רבי קען מען הייסן עקטן ?
וואס ער טראכט און טוט איז מער ווייניגער איינס, סקען זיין, אבער סמאכט מיר נישט קיין סענעס עס זאל זיין אפגעשמיסט.
 
כ׳האב אמאל געהערט א שיעור פון ר׳ שמואל ניימאן אויף דעם ווי ער איז מסביר די טעם פארוואס מען האט עס איינגעפירט לכתחילה, ( כ׳געדענק נישט פונקטלעך, כ׳וועל עס אויפזוכן שפעטער און אהער ברענגען).
געטראפן?
 
נאחי איז זיך אליין סותר
אויב די סיבה פון טשידן ביי אונז איז צוליב די אופן פון בעשאוס, פ''ו איז דא 80 פראצינט טשידינג לויט גוגל אין די וועלט ?
אלא מאי דו גייסו אייביג גליסטן....
מסתם האבן אונז פשוטי עם א אנדערע גוגל ווי אים אונזער גוגל זאגט 20%
 
קען מיר עמיצער אפשר זאגן ווער דער שפיטקעווער איז? וויאזוי הייסט ער? וועמענס איידעם איז ער? וואו וואוינט ער? וכו וכו.. ישר כח.
 
קען מיר עמיצער אפשר זאגן ווער דער שפיטקעווער איז? וויאזוי הייסט ער? וועמענס איידעם איז ער? וואו וואוינט ער? וכו וכו.. ישר כח.
הרב יעקב שמשון טייטלבוים, איידעם ביי טענענבוים טשאטע רב, וואוינט אין מאנרא
 
דרייוו
NPS.mp4

די רבי קומט אריין ביי 10:40
איך האב שוין געזאגט נאכן פאדקעסט און יעצט זעה איך עס נאך מער, די רבי איז בכלל נישט אזוי משוגה ווי מ'האט אייביג געמיינט ווען מ'פלעגט זעהן די קליינע ווידיאוס ווי ער איז מוחה וכו'

ער זאגט גיטע פוינטס און ווערט נישט פארלוירן, ס'איז אפילו דא פוינטס וואס איך עגרי מיט עם אינגאנצן אדער לכל הפחות למחצה לשליש ולרביע.

ס'איז אינטערסאנט צו זעהן ווי פעגי האט אפילו געפילט ווי זי דארף זיך פארענטפערן פארן רבי'ן און צום סוף אפילו געענטפערט וואס זי נעמט זיך אינטער לאור זיינע דיבורים.

איך וואלט געוואלט נאחי זאל לאזן פעגי מער זיך דורכשמועסן מיטן רבי'ן אן ער זאל אזויפיל אריינרעדן.
 
לאו דוקא, דו דארפסט האבן נחי אים צו דרייען די ביצים, אלי וואלט נישט געקענט אים אנדרייען ווי נחי טוט!
עקזעקטלי, דער נחי גרילט דעם רבי'ן!! שוין טו מאטש לדעתי....
מען דארף פארמאגן אייגענע שטארקע ביצים צו קענען אזוי דרייען יענעמ'ס ביצים...
 
איינע פון די זאכן וואס כ'האב הנאה געהאט איז ווי נאחי פרעגט צו די רבי האט עם פיינט, ער ענטפערט אז ער געבט נישט אויף און ער האפט אז נאחי וועט נאך תשובה טוהן, ער זאגט איך זאג דיר מוסר אבער ס'קומט נישט פון קיין שנאה, נאחי ענטפערט אז די רבי מיט עם האבן א גיטע רילעשענשיפ און די רבי געבט עם מוסר און ער פרובירט עס אנצונעמען וכו' די רבי געבט זיך א רוף אן "אבער איך וואלט זיך נישט משדך געווען מיט דיר".

אסאך מאל האט ער מיר באמת געמאכט שמייכעלען און כ'האב אזוי הנאה געהאט עם צו הערן רעדן.

נאחי זאגט עם אז ער האט א פאדקעסט מיט איינער וואס האלט זיך פאר משיח זאגט עם די רבי "זייער גיט, כ'האב נישט קיין פראבלעם אז די ברענגסט ארויף משוגעים און צודרייטע מענטשן, נאר נישט קיין שמוץ."

ווי אויך זאגט עם די רבי כסדר אז דאס אז ער טוהט זיינע עבירות איז איין זאך אבער פארשפרייט עס נישט, ווייז נישט ווי די נעמסט מיידלעך אויף דובאי, קענסט זיך נישט איינהאלטן פון מחלל שבת זיין? לייג אבער נישט ארויס די ווידיאו און זיכער נישט אויף שבת.

פאר איך האב געזעהן דעיע פאדקעסט און די פאלאו אפ ווידיאו וואלט איך נישט גע'חלום'ט אז ער קען רעדן אזעלכע דברים של טעם און עגריען אז א מענטש קען דורכפאלן אבער האלט זיך כאטש איין פון ווייזן פאר אנדערע.
 
דרייוו
NPS.mp4

די רבי קומט אריין ביי 10:40
יעצט געענדיגט וואטשן, הילעריעס!... 😅

דער רבי ווערט אסאך מאל סטאק, ווי למשל ביי פרויען דרייוון (כמובן), און אביסעלע ביי די האר, אבער ער שמייסט שטיקער אין די היינטיגע פעמיניסטישע פרויען וואס מיינען אלעס קומט זיך זיי, ער שרייעט אז פעגי זאל אויסלערנען די פרויען צו פאלגן די מענער! און זיך נישט גט'ן אזויפיל!

טאטעניו, כ'האב אזוינס צאמגעלאכט...
 
דער שפיטיווקער גייט א גאלדענע בעקיטשע מיט א טלית, איז דאס רעקאדירט געווארן שבת פארן דאווענען?
גייט אזוי אויך אינדערוואכן
(גייט אויך מיט ווייסע זאקן אין דערוואכן, אזויווי די עכטע רבי'ס...)
 
די פאדקעסט מיטן שפעטיווקער האט שוין 43 טויזנט וויאוס אויף יוטוב אליין ! די חידוש איז אז סאיז אויף אידיש
און דאס איז חוץ די גוגל דרייווס וואס פארן ארום ביים היימישער ציבור, און איז שוין געזעהן געווארן דורך טויזענטער
 
נאכן זעהן די שמעוס ציווישען שפיטיווקע און פייגי האלט איך אז שפטיווקע וואלט ווען געגאנגען פאר פריוואטע שמעוסען ביי פייגין אין אפיס… און ער וואלט עס אינדשויט..
 
אימעיזינג! פיינע נייעס דאס.

נישטא וואס צוצולייגן, דער עולם האט פיין ארויסגעברענגט די רעאקציעס.

וואו דער רבי איז געבליבן סטאק: שערן, מהלך פון שידוכים, גט'ן-אפלאזן שידוך.
 
Back
Top