נאחי יאווא nachi uncensored

photo_2025-05-25_20-50-43.jpg
 
איך האב צוויי שאלות אויף דעים קרויס.

די טענהסט אז די סטראגעלסט און די קענסט נישט טרעפען קיין דזשאב ווייל די קענסט נישט קיין ענגליש.

צוויי שאלות פאר דיר, קודם וויאזוי זענען דא טויזענטע מאנארא קולט אינגערלייט וואס מאכן שווערע געלטער מיט די זעלבע צובראכענע ענגליש ווי דיר, און צווייטענס, אויב איז די חדר שולדיג אז די קענסט נישט גארנישט וואלסטו כאטש אידיש יא געדארפט קענען דעיס לערנט מען פיין ביי אונז איז פארוואס איז דיין אידיש ספעלינג אזוי שלעכט ווי דיין ענגליש???
 
לעצט רעדאגירט:
איך קען נישט גלייבן די victimising די victim וואס גייט דא פאר.

אמת טאקע אז ער איז אביסל immature מיט זיין צוטריט צו די זאך, אבער ער האט valid points, ער קומט מיט אסאך פעין, און טאקע וואס ווערט געטון דארכן סיסטעם.
נחי האט גוט אנגעמערקט אז ער זאל זיך אביסל צאמנעמען און נישט פראבירן צו פאררעכטן יעדעם איינעם, און נעמען א מער פאזיטיווע מהלך פאר זיין אייגענע לעבן, אבער ער אויך געפעלט צו געבן אביסל validation און פארשטאנד צו זיין מצב.
Joseph איז נאך אביסל יונג מיט זיין קוק, און וואלט בענעפיטעד פון אביסל העלף.
אבער פארוואס סתם באשמוצן וועגן דעם?
אקיי ער האט געזאגט א וואנט.. ס׳איז נישט קיין עכטע וואנט נאר פסיכאלאגיש.. אבער הער עם אויס, פראביר עם פארשטיין.
אקיי ער וויל שמד׳ן כלל ישראל... ווייל ער איז ברוגז אויף די ווייטאג וואס ס׳האט עם געברענגט, און אין זיינע אויגן וויל ער העלפן אז אנדערע זאלן נישט דארך גיין וואס ער איז אדארך. סאו ער איז אביסל קינדעריש, שוין וואס איז..
אל תדין את חברך... און בפרט אז ער האט אויך עכטע פוינטס.
איך האב נאך נישט געזעהן וועלכע פון זיינע פוינטס זענען וועליד, עס איז דא וועליד פוינטס אקעגן די קאמיוניטי אבער רעכנט עס נישט אויס.
איך גלייב נישט אז פלוצלונג בין איך גאר דער דיפענדער פון די קאמיוניטי.

איך האב ליב געהאט ווי נחי האט עם אריינגענערט מיט א אמן, איינער דארף עם מסביר זיין ווי א גרויסע כח דאס האט אויף יענע וועלט.
 
איך האב צוויי שאלות אויף דעים קרויס.

די טענהסט אז די סטראגעלסט און די קענסט נישט טרעפען קיין דזשאב ווייל די קענסט נישט קיין ענגליש.

צוויי שאלות פאר דיר, קודם וויאזוי זענען דא טויזענטע מאנארא קולט אינגערלייט וואס מאכן שווערע געלטער מיט די זעלבע צובראכענע ענגליש ווי דיר, און צווייטענס, אויב איז די חדר שולדיג אז די קענסט נישט גארנישט וואלסטו כאטש אידיש יא געדארפט קענען דעיס לערנט מען פיין ביי אונז איז פארוואס איז דיין אידיש ספעלינג אזוי שלעכט ווי דיין ענגליש???
ביי אונז לערנט מען עכט גארנישט אויס חדר/ישיבה איז מער ווייניגער א בעיביסיטינג פראגראם.

אויף יעדער איינער וואס מאכט געלט האסטו עטליכע ארימעלייט, אבער מען ברענגט ארויס די וואס מאכן געלט צו פראוון א פוינט, צווישן אזויפיל מענטשן גייט אייביג זיין רייכע און ארימע, (the law of large numbers) די מיטעלע עולם פאלט ארויס און וואלט געקענט טון זייער גוט מיט א גוטע עדיוקעישן.
 
איך האב נאך נישט געזעהן וועלכע פון זיינע פוינטס זענען וועליד, עס איז דא וועליד פוינטס אקעגן די קאמיוניטי אבער רעכנט עס נישט אויס.
איך גלייב נישט אז פלוצלונג בין איך גאר דער דיפענדער פון די קאמיוניטי.

איך האב ליב געהאט ווי נחי האט עם אריינגענערט מיט א אמן, איינער דארף עם מסביר זיין ווי א גרויסע כח דאס האט אויף יענע וועלט.
דו חכם דו ער האט גענטפערט אמן ווי א קריסט...
 
איך האב צוויי שאלות אויף דעים קרויס.

די טענהסט אז די סטראגעלסט און די קענסט נישט טרעפען קיין דזשאב ווייל די קענסט נישט קיין ענגליש.

צוויי שאלות פאר דיר, קודם וויאזוי זענען דא טויזענטע מאנארא קולט אינגערלייט וואס מאכן שווערע געלטער מיט די זעלבע צובראכענע ענגליש ווי דיר, און צווייטענס, אויב איז די חדר שולדיג אז די קענסט נישט גארנישט וואלסטו כאטש אידיש יא געדארפט קענען דעיס לערנט מען פיין ביי אונז איז פארוואס איז דיין אידיש ספעלינג אזוי שלעכט ווי דיין ענגליש???
ווי לערנט מען אידיש ביי אונז? איך האב געלערנט אין א היימישע מוסד ביז די 15 און איך קען ציילן אויף איין האנט וויפיל שעות אונז האבן געלערנט אידיש

און למען השם ביטע הערט אויף ארויפברענגען די טויזנטער (ליין צענדליגע) עשירים, זיי צאלן נישט מיין רענט, עדזויקעשען צאלט יא
 
לענ’ד דער קרויס בחור רעדט פון ריינע רויע אימאושנס. די גאנצע טענה׳ריי לאו איי קיו היי איי קיו יא קלוג נישט גלוק איז אירעלעוענט. דער רעדט פון הארץ, נישט פון מח. יעצט, ווען מען פארשטייט דאס, איז בכלל נישט נוגע זיינע טענות. ער דארף וועלידעישן! וועלידעישן! וועלידעישן!
הערט אים באמת אויס, וואס ער זאגט יא און וואס ער זאגט נישט, איך זעה א נשמה וואס וויינט! איך קען מיך נישט פארשטעלן וואס ער איז דורכגעגאנגען אין זיין אינג לעבן צו האבן אזויפיל הורט און פעין! ער פרובירט זיך מאכן א לעבן, אבער אלע טראומע פון פריער שטייט אים פאר די אויגן! פארוואס ער עסט חזיר יום כפור? ער עסט נישט, זיין פיין און טראומה עסט דאס! זיין פערזענליכע היטלער עסט דאס! איך האב אים קיינמאל נישט געטראפן, אבער איך האב מיטגעוויינט מיט אים! רבותי, שטעלטס ענק אפ א מינוט, און טראכט וואס מאכט א זיבעצן יעריגער בחור זאל עסן חזיר יום כפור, איך קען נישט נחי׳ס היסטארי, אבער עס זעהט נישט אויס ווי ער קען אים אפילו פארשטיין. עס זעהט אויס ווי נחי ליווד די גוד לייף. ער נישט! לאז אים! נחי, אויב די קענסט נישט פארשטיין וואס דרייווט אים, אפשר לאז אים דרייוון אליינס?
 
עס געפעלט מיר ווי דער קרויס הייבט אן די שמועס מיטן משל הידועה וואס סאטמאר רב ברענגט אין זיין ספר על הגאולה, פון א מענטש וואס צינדט אן א פייער און נאכדעם העלפט ער עס אויסלעשן. (די נמשל זאגט סאטמאר רב זענען די ציונים...) אזוי אומוועלענדיג פארשפרייט ער די סאטמארע שיטה הקדושה וואס מען האט אין אים אריינגעבאקן פון קליינווייז אן, אין די שטאט וואס האט אן עירוב...

🎵 דאס פינטעלע איד וועט אייביג בלייבן 🎵 ל.ו.ל.
 
לעצט רעדאגירט:
לענ’ד דער קרויס בחור רעדט פון ריינע רויע אימאושנס. די גאנצע טענה׳ריי לאו איי קיו היי איי קיו יא קלוג נישט גלוק איז אירעלעוענט. דער רעדט פון הארץ, נישט פון מח. יעצט, ווען מען פארשטייט דאס, איז בכלל נישט נוגע זיינע טענות. ער דארף וועלידעישן! וועלידעישן! וועלידעישן!
גענאגלט! מ'קען זיך אסאך מאל פארלירן אין ווערטער, מ'פארגעסט אז דא זיצט א מענטש וואס איז ציבראכן אויף פיצלעך, איך אויך,

דאס האט א קלוגע איד געשריבן ווען די פריוויא איז ארויסגעקומען..
 
אן אריינגיין אינעם גאנצן טעהנעריי צו ער האט יא גוטע פוינטס אדער נישט, בין איך אמאל זיכער אז ווען ער זאל אויף וואקסן א גוי מיט בערך די זעלבע סארט עלטערן וואלט ער געהאט נאך א שוואכערע עדישקעישן, ער וואלט ארויסגעדראפט נאך אסאך פריער ווי ער איז ארויסגעפאלן פון ישיבה, און דער וואלט געווען אסאך א גרעסערע אנזעץ ווי ער איז יעצט… א גוי מיט אזא פארדרייטע קאפ ציט נישט אן צי דאס וואס ער איז אנגעקומען…

ער דארף דאנקבאר זיין די סוי קאוילט קאולט אז ער איז עדעשקעטעט אויף וויפיל ער איז..
 
דערווייל קוקט אויס ווי נאחי'ס פאדקעסט קאנצעטרירט זיך כמעט אויסשליסליך אויף (האלבוועגס אדער גאנצוועגס) אפגעפארענע חסידים (פעגי, חיימא, לאה פארסטער, ריקי ראוז, העלבראנץ, נחום, פלעטבוש גירל, עבי שטיין, פיני עסטרייכער, גאלדהאבער), די שאלה איז צו ס'גייט קומען צו א פוינט ווי דער עולם גייט נמאס ווערן פון הערן נאכאמאל און נאכאמאל הערן ווי שלעכט אונזער עדיוקעשן איז, און ווי שטארק אביוזט די אלע OTD'ס זענען געווען, און צום סוף ווארפט מען אריין אביסל ניבול פה למען ירוץ בו הקורא, ויקרא שמו בישראל פאדקעסט... כ'מיין קאם אן, בעיסיקלי יעדער מיט די זעלבע סטארי.

וואס האט דזשאוסעף קראוס דיך מחדש געווען מער ווי עבי סטיין (חוץ אז קרית יואל האט אן עירוב...)?

וואס האט ריקי ראוז דיך מחדש געווען מער ווי לאה פארסטער?

וואס האט מיכל אמיר דיך מחדש געווען מער ווי פעגי?

וואס האט שפאטיווקא דיך מחדש געווען מער ווי נחום ראזענבערג (ביידע טענה'ן אז חרדים מסר'ן נישט קיין מאלעסטערס)?

ריקי ראוז האט נאך (דערווייל) נישט מחדש געווען גארנישט זי איז נאכנישט געווען אויף זיין פאדקעסט
 
Back
Top