נאחי יאווא nachi uncensored

סתם א שטות דער שפטיווקער האט אויך געבעטן פאר זיין קאמפיין אויך געלייגט א א לינק און ער האלט אונטער טויזנט
דאס איז װײל דער שפיטיװקער האט סײװי א גוט-גײענדע ביזנעס.
sarcastic.gif
 
אײם סארי כ'מײן נישט אפצולאכן פון זײן הצטרכות לבנ"א. כ'װאלט געטראכט אז עמיצער װי אים באקומט פלענטי אף העלפ אין די קהילה. װען נישט װאלט ער נישט געספענט אזױפיהל צײט פרײליך מאכן מענטשן.
 
ער זאגט דאך אזוי גוט . קוק אויף די היפאקראטיע פון אונזער קאמיוניטי, פון איין זייט שרייט מען אזעלכע פזמונים ווי
ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא,
בין כך ובין כך בני הם,
כי לא ידח ממנו נדח,

אבער פלוצלונג ווען איינער ווערט אפגעפארן וויל מען דיר נישט קענען!
זייער נישט ריכטיג וואס דו זאגסט!

אויב עפעס איז עס פונקט פארקערט!

מ'פרעדיגט ברבים, אז יעדער קליינע שינוי אין יהדות איז די סאמע ערגסטע זאך

אבער גיי פרעג אלע עלטערן וואס זייער קינדער הייבן אהן גליטשן, היינט זאגן אלע רבנים אז מ'זאל נאר גיין מיט חיזוק!
קיינער קיינער לאזט נישט היינט ארויסווארפן א קינד וואס גליטשט, מ'לאזט שוין נישט היינט אפי' זאגן אז זיי גייען ברענען אין גיהנום, ס'האלט היינט ביי א מצב, אז געוויסע קינדער מוזן אפפארן כדאי די עלטערן זאלן זיי באמת מְקַרֵב זיין

יעדער וואס פארט אפ, באקומט פלוצלינג אסאך מער מענטשן וואס ווילן אים קענען פון אונזער קאמיוניטי, דוק וטושטיך

נאר איינער וואס לאזט זיך נישט, איינער וואס איז להכעיס, איינער וואס וויל שעלטן, ער איז דארט ווי דעם צוגרייטן יוספל..

זיין פראבלעם איז נישט אז ער וויל נישט זיין ערליך אדער אידיש
ער וויל נישט זיין נארמאל!
 
כ'האב עס יעצט געענדיגט װאטשן. די ראיון מיט יהוסף קרױס. כ'האב עס געמוזט מאכן אױף 1.5 ספיד כדי כ'זאל נישט אײנשלאפן. מה נאמר. זײן פראבלעם איז ער איז סאושעלי נישט קליג אבער אינטעלעקטשועלי יא. ער האט אפילו א געװיסע כאריזמע און אױך זעהט ער נישט אױס שלעכט. סאוי ער פיהלט מסתמא אז ער פאסט נישט ארײן אין מעקדאנלד, אז ס'קומט זיך אים מער, און דאס קאנטריביוט צו זײן נישט קענען אנהאלטן א דזשאב. איך דערמאן מיך װי-אזױ איך האב געפיהלט װען איך האב אנגעהױבן און איך רילעיט אביסל. נאר איך בין יא אדורך די שװערע ארבעט און ס'האט מיר געבױעט. ער ברױך אױפהערן טראכטן אז ער איז 'די אײזערנע קאפ' אדער ספעשאל און געדענקן אז די סיבה פ"װ אנדערע מענטשן אין זײן עידזש האבן שױן א באקװעמע לעבן און שטוב מיט קינדער איז װײל זײ לעבן נישט אין די װײלד.

אבער איך מײן אז יעדע אנדערע עװערידזש בחור װאס װאלט געטוהן װי אים, אפגעלאזט, װאלט אױך גערעדט אזױ װי אים. די גרעסערע תמיהה איז אז ער האט אפגעלאזט. איך מײן אז ער רעפרעזענטירט גוט די אמאליגע סארט משומדים, דיע װאס האבן נישט איבערגעלאזט א װיקיפידיע פעידזש.

און נחי, על אף װאס ער פּראַקט אין אים ארײן איז קענטיג אז ער זעלבסט האט אױך הנאה געהאט צושמועסן מיט אים. נארװאס, איך פארשטײ נישט פארװאס נחי פּרעטענד אז אלעס איז געלט און סוקסעס. יהוסף זאגט א פוינט. ער זאגט ער האט געװאלט ברעכן די סײקל כדי זײנע קינדער זאלן נישט דורכגײן די זעלביגע. ער איז נישט אינגאנצן משוגע. זאל ער זוכה זײן צו מאכן אפאר. גוט ער איז זיך סותר אסאך און ער קומט פון זײער א שמאלע פױנט אף װיאו בּאָט איך קען זײן משפחה און זײן זײדע איז נישט קײן נאר. ער ברױך נאך אביסל לעבן און שפעטער װעט ער זיך אלײנס שעמען פאר די אלע װידעאוס. א שאד נאר אז ער פארברענט אלע בריקן.
 
איינער האט א לינק צו די דשאסעף קראויס קאמפיין?
 
I know...

איך בין דאך א עקס סאטמאר'ע וויפיל מ'וויל אים מאכן אויסזעהן ווי א רחמנות קעיס, מוז ארויסגעברענגט ווערן פאר די וועלט, אז ער רעפרעזענטירט גאנץ א גרויסע ציבור מענטשן וואס טראכטן ממש אזוי ווי אים, קענען נישט פארשטיין א צווייטע מהלך אין אידישקייט, נישט קענען האבן קיין סימפאטיע פאר א צווייטע מענטש אלעס איז דאגמעטיסטישע "אזוי הייס איך און אזוי איז" ער מאכט נאך די ויואל משה מיט זיינע צופייערונגען מעלטדאון'ס ווי מיר גוים רופן עס... ס'איז דאך צוקער זיס, אלע מיינע מלמדים האבן אזוי גערעדט און געטראכט, סך הכל איז דאס די ערשטע פאדקעסט פאר די וועלט צוצוקוקן.

מיין רבי פלעגט נאך שרייען: פארוואס קענסטו נישט?!! זאג איבער די חומש וואס מ'האט פארגעלערנט! איך פארשטיי דאס נישט! ביי לאנטש האט מען אים געהערט קולי קולות און יעצט ווען מ'לערנט איז שטיל! מ'פלעגט אונז וואונטשן אז עטס וועטס נאך רייכענען שבת, איך רייכער גראדע אבער איך אליין האב נישט זוכה געווען צו דעם ברכה... כאפסט די מצב? ס'איז אזא געוויסע אגרעסיווקייט וואס מ'כאפט נישט ווי אינעפעקטיוו ס'איז אבער ווייל דו ביסט יעצט געווען אביסל א wise guy וועסטו שוין רייכענען שבת אויך... פארוואס נישט?

בקיצור ווער ס'איז נישט פון סאטמאר קען איך זעהן אז ער זאל נישט פארשטיין די תאווה פון סמאוקן א דזשוינט און זיצן פאר א איד וואס בעט זיך זאלסט שוין ווערן א איד און חזור בך חזור בך פאר ס'איז צו שפעט מיטן גאנצן ראדני בעדפארד תמימות. אין אפאר יאר ארום וועט דעס שוין נישט זיין... ער האלט נאך די קולטור ביים לעבן און אפילו שיקסע'ס ווי ריקי ראוז זיצט אויף אינסטעגרעם און באלעקן זיך פון די מוסר...
hilarious 😂

View: https://www.instagram.com/reel/DJ1uYhbuEql/?igsh=bmd1bnVqa3Z3bGRs
 
Anyone with a link for The big brother 2023 (with Yanky)? Telegram or Google drive?
 
Don't judge a book by a cover

עס איז זייער גרינג אוועקצומאכן די יענקי.

ער ברענגט זיך נישט עפעס מוראדיג גוט ארויס, אין זיין צוהאקטע ענגליש וואס ער פרובירט אריינצווארפן מאכט אים נישט אויסזעהן צו גוט.

אבער למעשה האט ער געטון עפעס וואס זייער אסאך פון אונז וואלטן נישט געקענט.
ער לעבט זיך זיין לעבן וואס ער וויל, נישט וואס די סיסטעם וויל.
ער האט בצים ווי עוג מלך הבשן, ממילא כל הכבוד.
 
ער זאל אדער רעדן אידיש אדער ענגליש, נישט צאמישן ווייל ער זעהט אויס ווי א מעקסיקאנער גר וואס איז אפגעפארן, פארכאפט געווארן ביי די קאמעניסטן און געמאכט געווארן א בעל תשובה דורך די ריבניצער.
 
לעצט רעדאגירט:
גארנישט ערגער ווי אמעריקאנע מיר'ע בחורים אין ישראל וואס באנוצען זיך "קאַזואַל" מיט עברית'ישע ווערטער ווי:
-כאילו
-בטח
-בוקר טוב
-בסדר
-לא אכפת לי
-אין מה לעשות
-אין בעיה
-סליחה
-שבוע טוב
-כן
 
נאכי איז סתם א היפאקריט, ווען נישט זיין געלט וואלט ער געשלאפן אין די קארדבארד באקס נעבן קרויס, איך ווייס נישט וועלכע audience ער פרובירט צו געפעלן אבער ער ווייסט זייער גוט וואס דזויסעף גייט דורך, איינער עסט חזיר אויף אינסטעגראם און די אנדערע לייגט ווידיאוס מיט מיידלעך אין שבת, זיי זענען גארנישט אנדערש
סארי אבער איר זענט נישט גערעכט איך קען צענדליגע געוועזענע חסידים
און נישט יעדער האט נישט ווי צו שלאפן
איך זאג נישט אז יעדער איז מסודר

די חילוק ציווישן די וואס יא און די וואס נישט
דיע וואס זענען פארנומען א גאנצע צייט מ'האט מיך געטוהן מ'איז מיר שולדיג האבן נישט דיע וואס טוהן האבן
און דאס איז די חילוק ציווישן נאחי מיט דזשוזעף נאחי האט געטוהן און דזשאזעף קלאגט.....
 
לויט מיין מיינונג און אפשאצונג געשעט נישט ביי א זיבעצן יעריגע בחור בכלליות און ביי יהוסף קרויס בפרטיות אז מ'זאל ארוסהאבן און איינזען די א.ג "קארופשן" פון די סיסטעם ביי די עלטער נאך פאר מ'האט געהעריג די געלעגנהייט אפי' צו ליידן די פראבלעמען און עס איינזען.

די אלע טענות ומענות פון רבנים קאנטרוילן, און מ'הייסט האבן אסאך בעיביס, שניידן האר, יעדער איז פאלש, וכו', א זיבעצן יערעגער כאפט דאס נאכנישט, אפי' אויב יא רעגט עס אים נישט אויף. אזוי האלט איך.

סוי די אלע וואס זענען אזוי שיין מסביר אז יהוסף קרויס איז בעצם יא קלוג נאר די סיבה פ"וו ער זאגט אזעלכע קינדערישע סטעיטמענטס פון שמד'ן כלל ישראל און עסן חזיר אויף קעמרע, ווייל ער איז שרעקליך אנגעווייטאגט און אין פעין אויף די סיסטעם ער האט וועליד פוינטס וכו'... קען זיין נעבעך ער איז אריבער א שווערע אומגעזונטע יוגנט און ערציאונג, אבער די מעכטיגע קולט און קארופשן טענות איז אממערסטנס אז זיין רבי האט אים געהייסן טייטלען אין די חומש... און אין זיין קרית יואל'ע קינדערישע מח ווען ער עסט חזיר אויף קעמרע פילט ער אז בינד זיך אויף פון די שווערע עול און קארופשן אז מ'דארף טייטלען, און האלוי ער איז מעכטיג ער טוט וואס ער וויל!! קוקו... א "געהעריגע" לעדשיט גוי... ער טייטעלט נישט... אזוי ווי יענער בחור וואס פלעגט אויסטון די קאפל אין ס'כיסע שטילערהייט ווען קיינער זעט נישט, נ-ע-ב-ע-ך.


(און צו אלע otd'ס, איר ברויכט נישט ווערן אזוי אויפגערעגט און פארווייטאגט ווען איינער שרייבט די אמת איבער די חכמה פון דעם בחור'ל, ס'מאכט זיך אין יעדע קאמיוניטי חכמים, טיפשים, און אלעס אינצווישן, טרייען צו נעמען א שטעלונג אז עכט איז ער יא קלוג ברענגט נאר אראפ אייער אייגענע אימעזש)
העי העי
צו דזשאוזעף איז קלוג צו נישט ווייס איך נישט און עס אינטערסירט מיך נישט
(איך ספעציפיש ווען איך זעה איינער וואס קריכט נישט ארויס פון גרוב און א גאנצן טאג פארנומען מ'האט מיך בא'עוול'ט און טוהן דווקא קעגן וואס מ'האט מיך אויסגעלערנט זעה איך נישט קיין גרויסע חכמה דערינען)
אבער צו זאגן אז א 17 יעריגע בחור'ל קען נישט פארשטיין די זאכן??? און אויך אויב יא קען ער דען נישט פארשטיין אז עס איז א פראובלעם????
עס איז דא א יוצא מן הכלל ס'איז דא מושג פון עילוים ס'איז דא בחורים וואס פארשטייען סאך בעסער פון 40 יעריגע מענטשן...
 
Back
Top