מענדל בן רבי משה זאנוויל (משגיח) בן הנגיד
המפואר רבי פנחס ניימאן - ראש הקהל וויזניץ וויליאמסבורג
!!WOW TIMES 2
א. דעיס אז די 'זשענטעק' אינטערנעט פילטער ערלויבט אונז צו נוצן קרעמל!
ב. און דעיס אז ניימאן איז א רעביש קינד, סארי, גרעסער; ער איז א נגידיש קינד, און ער איז גאר נחי יאבא'ס פאדקעסט פראדוסער!
לענין, די חיימא שוי, זעה איך אז נחי יאבא האט צוגעלייגט זייער אסאך אינפא, בנוסף צו די חזרה פון אלי וועבער'ס פאדקעסט מיט חיימא'ן, אחוץ דעם וואס טיימס 2 איז פשוט שטערקער, האט דאס מיר געגעבן אסאך ליכט וויאזוי חיימא איז געווארן חיימא, דהיינו, וויאזוי ער האט זיך ''איוואלווד'' צו חיימא. און וואס טרייבט אים ווייטער צו בלייבן חיימא?
נעמליך, דאס אז ער האט מיטגעלעבט חתונה האבן צו א ווייבל, נאכ'ן אים מוטשן דאס הייסט אריינדרייען מיט איר, די גאנצע שטאט, אפילו מ'האט גווייסט ווי מעסט אפ זי איז, אז זי האט זיך נאר געוואלט נעמען דאס לעבן, דאס איז ניט קיין פשוטע טראומא! און זי האט נאכאמאל זיך געגט נאכ'ן האבענדיג קינדער פון אן אנדערן, דאס מאכט חיימא'ן איינזעהן אז די וועלט איז גארנישט, כחלום יעוף, מ'וועקט זיך אויף מיט א בעד-וועטינג עקסידענט פונעם לעבן. עס לוינט נישט צו אינוועסטירן אזויפיל אין א נארישן שנעלן חלום, איז חיימא מסביר...!
מיט בנוסף צו זיין מאמע קומנדיג פון לאנדאן, א נטורי קרתא פרומע נשמה, מילא רעדט ער מיט א ריש, און וועגן דעם האט מען אים גערודפט אין חדר. און דאס אז זיין טאטע ארבייט נאך אלץ ווי א פערד פון ניין טוה פייוו דרייווענדיג דעם באס פאר סאטמאר וכו' נאך אנדערע גאר אינטערסאנטע אינפארמאציע ווי סך געלט אידן געבן אים, צעהן טויזענט א חודש, צו א וואך גאר, כ'געדענק שוין נישט מסתם זיינען ביידע א גוזמא, אבער אפי' א פעני אז מ'גיט אים צייט דאס אויף מי כעמך ישרא' ''גוי'' אחד בארץ... על אף וואס מ'ווייסט אז דאס גייט דריי פערטל פאר קאוקעין א סם אבער העלפט אים לעבן. און דאס איבעריגע פאר'ן טאן די מצוה מיט זונות. ווי ער זאגט ער האלט נישט פון תשמיש המיטה אן באצאלט ווייל דער יום כיפור מאכט א חורבן פון די גאנצע עסק...
הקיצור ער ווארפט א ליכטל אויף אונזערע 70 80 יאר אפפלאגעניש דאהי, אויף די וועלט, על לא דבר, סתם פאר אהרן און זלמן לייב'ס געציילטע עשירים, זאלן זיך קענען אונטערווישן דאס מחילה זייערער, מיט אביסל כבוד און ''פאוער''. אלעס דורך אונזער בלוט שווייץ און מלא בושות לעבן, פון קייען שטרוי אויף די וועלט ה''י -- פארוואס זאל קיינער אין וויליאמסבורג נישט נאכמאכן חיימא און ארויפגיין אויף דראגס פארשטיי איך בכלל ניט?
דאס איז בלויז א נס מן השמים אז מיר האבן נישט אלע אפגענדעט ווי חיימא!
נחי ענדיגט דעם שוי מיט חיימא, ווי ביידע זאגנדיג פאר אונז אז זיין נעקסטער פאדקעסט איז מיט אלי וועבער, דאס א נחת צו צי זעהן אז דער שופר פון אונזער מחנה זענען געווארן די ריכטיגע סחורה וואס מיר פראדוסן, זיי האבן פיל מער וויאוס פון יעדן איינעם ביי אונז, ווייל זיי רעדן דעם אמת...!
אוי הייבן זיי אויף א שפיגעלע צו אונזער רבי זכרונו לברכה געזעלשאפט, מער ווי קיינמאל בעפאר, אבער ביג טיים!