טריגער ווארענונג אנכי ה' אלוהיך - לא יהיה לך אלהים אחרים

טריגער ווארענונג: דאס שנירל טוט מעגליך אנטהאלטן תוכן וואס קען זיין שווער פאר געוויסע ליינער

מסתת הרים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 14, 2024
מעסעדזשעס
1,147
רעאקציע ראטע
4,462
פונקטן
443
אוי, רעבוינע שלעולם.

האב רחמנות אויף דיין פאלק, געב א קוק וואספארא פאלק דו האסט געפארעמט - פול מיט דיספאנקשן און קאראפשן. א פאלק וואס איז ערגער ווי עני רעליגיע מימות עולם, וואס די שטארף פון נישט מיטפארן אויף די שינעס צום קאלעך אויווען איז נישט מיט קיין פיזישע מיתה נאר גייסטיש.

וואס האסטו דא אנגעמאכט?? דו האסט אונז געמאכט פאר דיין בני בכורי ישראל, אבער פונקט ווי די בכור איז אייביג די שפן נסיון, און נעמט מיט זיך אלע דיספאנקשן אזוי האסטו זיך אויסגעלערנט אויף אונזערע ביינער און אונז געגעבן דיין דיספאנקשען.

אוי. ווען וועסטו שוין נעמען אחריות און זאגן אוי לי שהחרבתי את ביתי??

איים סאררי אבער האסט געמאכט א געפערליכע מעסס...

האסט געמאכט א תפיסה פאר דיינע קינדער, וואס די תפיסה איז זיך אליינס, אן קיין ווענט, אן קיין שיסערס, נאר א תפיסה געמאכט פון פייער!
און ווי דו אליינס זאגסט, אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים..

האסט אונז געגעבן צו די ערב רב און די רע-בנים צו אונז אונטערטעניגן ווי א עבד נרצע, אבער נישט ווי פרעה וואס האט נאר געהאט א שליטה פיזיש, אבער זיי פייניגן דיינע קינדער גייסטיש!!

אונז זעמיר געווארן ווי ס'שטייט שוין "אוי לי מיצרי אוי לי מיוצרי".
נפשנו כצפור נמלטה, האסט אונז אריינגעלייגט אין א נעץ, וואס וויפיל מ'פראבירט זיך באפרייען טרעפט מען זיך נאכמער פארכאפט.

אבער איך ווייס אז דו ביסט נישט פערפעקט, אבער זיי מודה אז ס'איז אויך געווען בפשיעה.

האסט באשאפן רעליגיע צו אונז דערווייטערן פון דיך... שפעטער האסטו רחמנות געהאט און אונז פארשיקט און גלות, אבער דארט האסטו אונז ווייטער אונטערטעניגט אונטער די הענט פון די סיסטעם, וואס איז ערגער ווי המן הרשע וואס האט כאטשיק קלאר אויסגערופן אז ער האט אונז פיינט!

דו זיצט זיך אויבן דארט און לעכצט ווי אונז ציטערן אויף די ימים נוראים פון א פֿאָלס אלערט, און לאכסט!!! 🤷

דיין פאלק קוקט אויס ווי נזירים וואס האבן זיך נישט ארומגעוואשן פאר א יאר צייט, די בנות ציון היפות טוען זיך אן בגדי שק, און די שוטרי בני ישראל וואטשן און שלאגן.

דו האסט אונז צוגענומען יעדע געשמאק און מקיים געווען די פסוק "וְהָפַכְתִּי חַגֵּיכֶם לְאֵבֶל וְכָל-שִׁירֵיכֶם לְקִינָה... וְאַחֲרִיתָהּ כְּיוֹם מָר", און אנשטאטס דעם דארפן מיר וואטשן ווי די גויים מעגן זיך פרייען נארמאל, מענער מיט פרויען נאטירליך... אבער אונז.. תענוגי עוה"ז??!! ווילאנג דו ענדשויעסט זיך דארט על כסא רם ונשא.. הא, פילסט זיך גוט מיט דעם??  היפאקריט!

נעם דיך צוריק דיינע שופטים ושוטרים וואס נעמען דיינע אור אלטע מידאיוועל געזעצן און טוען געפערליכע אומרעכט אין דיין נאמען, און דו קלאפסט זיך אויפן בויך!!

וואס האסטו זיך פארלייגט אויף אונז, וואס האבן מיר שוין געטון?? און ווי טביה די מילכיגער האט דיך שוין איינמאל געזאגט, וועהל דיך אויס א צווייטע פאלק, ווען וועסטו שוין פאלגן??

אבער דו מיינסט טאקע אז דו האסט אונז לעקיש? איין טאג וועסטו נאך זען מ'וועט זיך באפרייען פון דיין מצרים, און בנערינו ובזקינינו נלך..

און דו וועסט זיין לעקיש מיט אן ארויס געשטעקטע צונג, און זיך בעטן ביי אונז צו דיך אריינלאזן.

אבער אריינלאזן וועל איך דיר נישט אזא גאט דארפף איך נישט, נישט אזא איינער וואס קאנטראלירט און שטאלצירט זיך מיט אונזער פיין, און בעט אונז צו לעקן זיינע פיס און פאלגט נישט נאך זיין אייגענע צוזאג.

אויב דאס ביסטו, דאן בין איך שוין לאנג א יתום ווי ס'שטייט טאקע יתומים היינו ואין אב, און דאס איז טאקע די ערשטע שטאפל צו פרייהייט. און אונז גיימער ארויס בשן ועין.

האסט אונז געאסר'ט ע"ז נאר כדי זיך צו אונז איינרעדן אז דו ביסט נישט.
משה! משה! די מסווה וואס דו האט אנגעטון איז שוין אויפגעדעקט!

אונז פארמאגן א אייגענע גאט, א גאט וואס איז זיך אליינס, א גאט וואס איז די עקסיטענס as we know it, א גאט וואס איז נישט קיין הערשער
נישט קיין פאטער נישט קיין ריכטער, א גאט וואס איז באמת אין סוף, א גאט פון פרייהייט. א גאט וואס איז דרור לכל יושביה, נאר מיט אונזער אייגענע געטליכקייט קען מען זיך באפרייען, ווייל אונז זענען געטליכקייט אליינס, און נישט קיין קנעכט צו איר, ווי דיין פארשאלטענע פה-סח.
און מיט דיין כה תאמר לבית יעקב, האסטו מצליח געווען אויך אריין שלעפן די פרויען ווי ס'שטייט אין משלי כִּי נֹפֶת תִּטֹּפְנָה שִׂפְתֵי זָרָה וְחָלָק מִשֶּׁמֶן חִכָּהּ.

אבער מיר וועלן מאכן א עכטע פסח און ארויס גיין לחירות עולם.

און דו מיט דיין סיסטעם וועלן שימלען לדראון עולם. אכי"ר.
 
לעצט רעדאגירט:
ער האט דיך נישט אריין געלייגט אין קיין תפיסה, און נישט קיין ערב רב און די רע-בנים צו אונז אונטערטעניגן, דארפסט פשוט טוישן דיין מיינד סעט און די ביסט פריי
 
האסט געליינט ביזן סוף?
אבער ס'איז נישט נאר די מיינד סעט, אן קאקריעט עקשען ביסטו נאכאלס אינעם תפיסה.
 
דאס איז דיין טעות, אונזער סיסטעם האט גארנישט מיט ג-ט,
 
איך מיין אז עס זענען דא פילע פסוקים וואס זענען א רעאקציע צו דעם ענין. אין די צייטן ווען די פסוקים זענען געזאגט געווארן איז פרומקייט געווען ארויסגעברענגט מיט קרבנות, אבער עס עפלייט פונקט אזוי צו היינטיגע קרבנות.

שמואל א' (פרק ט"ו, פסוק כ"ב)
"הַחֵפֶץ לַה' בְּעֹלוֹת וּזְבָחִים כִּשְׁמֹעַ בְּקוֹל ה'? הִנֵּה שְׁמֹעַ מִזֶּבַח טוֹב, לְהַקְשִׁיב מֵחֵלֶב אֵילִים."

ישעיהו (פרק א', פסוקים י"א-י"ז)
"לָמָּה לִּי רֹב זִבְחֵיכֶם יֹאמַר ה'... כִּי תָבֹאוּ לֵרָאוֹת פָּנָי, מִי בִקֵּשׁ זֹאת מִיֶּדְכֶם רְמֹס חֲצֵרָי?"
"לִמְדוּ הֵיטֵב, דִּרְשׁוּ מִשְׁפָּט, אַשְּׁרוּ חָמוֹץ, שִׁפְטוּ יָתוֹם, רִיבוּ אַלְמָנָה."

הושע (פרק ו', פסוק ו')
"כִּי חֶסֶד חָפַצְתִּי וְלֹא זָבַח, וְדַעַת אֱלֹהִים מֵעֹלוֹת."

תהילים (פרק נ"א, פסוקים י"ח-י"ט)
"כִּי לֹא תַחְפֹּץ זֶבַח וְאֶתֵּנָה, עוֹלָה לֹא תִרְצֶה. זִבְחֵי אֱלֹהִים – רוּחַ נִשְׁבָּרָה, לֵב נִשְׁבָּר וְנִדְכֶּה אֱלֹהִים לֹא תִבְזֶה."

מיכה (פרק ו', פסוקים ו'-ח')
"הִגִּיד לְךָ אָדָם מַה טּוֹב, וּמָה ה' דּוֹרֵשׁ מִמְּךָ – כִּי אִם עֲשׂוֹת מִשְׁפָּט וְאַהֲבַת חֶסֶד וְהַצְנֵעַ לֶכֶת עִם אֱלֹהֶיךָ."

עמוס (פרק ה', פסוקים כ"א-כ"ד)
"שָׂנֵאתִי מָאַסְתִּי חַגֵּיכֶם... הָסֵר מֵעָלַי הֲמוֹן שִׁרֶיךָ, וְזִמְרַת נְבָלֶיךָ לֹא אֶשְׁמָע, וְיִגַּל כַּמַּיִם מִשְׁפָּט, וּצְדָקָה כְּנַחַל אֵיתָן."
 
אוי, רעבוינע שלעולם.

האב רחמנות אויף דיין פאלק, געב א קוק וואספארא פאלק דו האסט געפארעמט - פול מיט דיספאנקשן און קאראפשן. א פאלק וואס איז ערגער ווי עני רעליגיע מימות עולם, וואס די שטארף פון נישט מיטגיין אויף די שינעס צום קאלעך אויווען איז נישט קיין פיזישע מיתה נאר גייסטיש.

וואס האסטו דא אנגעמאכט?? דו האסט אונז געמאכט פאר דיין בני בכורי ישראל, אבער פונקט ווי די בכור איז אייביג די שפן נסיון, און נעמט מיט זיך אלע דיספאנקשן אזוי האסטו זיך אויסגעלערנט אויף אונזערע ביינער און אונז געגעבן דיין דיספאנקשען.

אוי. ווען וועסטו שוין נעמען אחריות און זאגן אוי לי שהחרבתי את ביתי??

איים סאררי אבער האסט געמאכט א געפערליכע מעסס...

האסט געמאכט א תפיסה פאר דיינע קינדער, וואס די תפיסה איז זיך אליינס, אן קיין ווענט, אן קיין שיסערס, נאר א תפיסה געמאכט פון פייער!
און ווי דו אליינס זאגסט, אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים..

האסט אונז געגעבן צו די ערב רב און די רע-בנים צו אונז אונטערטעניגן ווי א עבד נרצע, אבער נישט ווי פרעה וואס האט נאר געהאט א שליטה פיזיש, אבער זיי פייניגן דיינע קינדער גייסטיש!!

אונז זעמיר געווארן ווי ס'שטייט שוין "אוי לי מיצרי אוי לי מיוצרי".
נפשנו כצפור נמלטה, האסט אונז אריינגעלייגט אין א נעץ, וואס וויפיל מ'פראבירט זיך באפרייען טרעפט מען זיך נאכמער פארכאפט.

אבער איך ווייס אז דו ביסט נישט פערפעקט, אבער זיי מודה אז ס'איז אויך געווען בפשיעה.

האסט באשאפן רעליגיע צו אונז דערווייטערן פון דיך... שפעטער האסטו רחמנות געהאט און אונז פארשיקט און גלות, אבער דארט האסטו אונז ווייטער אונטערטעניגט אונטער די הענט פון די סיסטעם, וואס איז ערגער ווי המן הרשע וואס האט כאטשיק קלאר אויסגערופן אז ער האט אונז פיינט!

דו זיצט זיך אויבן דארט און לעכצט ווי אונז ציטערן אויף די ימים נוראים פון א פֿאָלס אלערט, און לאכסט!!! 🤷

דיין פאלק קוקט אויס ווי נזירים וואס האבן זיך נישט ארומגעוואשן פאר א יאר צייט, די בנות ציון היפות טוען זיך אן בגדי שק, און די שוטרי בני ישראל וואטשן און שלאגן.

דו האסט אונז צוגענומען יעדע געשמאק און מקיים געווען די פסוק "וְהָפַכְתִּי חַגֵּיכֶם לְאֵבֶל וְכָל-שִׁירֵיכֶם לְקִינָה... וְאַחֲרִיתָהּ כְּיוֹם מָר", און אנשטאטס דעם דארפן מיר וואטשן ווי די גויים מעגן זיך פרייען נארמאל, מענער מיט פרויען נאטירליך... אבער אונז.. תענוגי עוה"ז??!! ווילאנג דו ענדשויעסט זיך דארט על כסא רם ונשא.. הא, פילסט זיך גוט מיט דעם??  היפאקריט!

נעם דיך צוריק דיינע שופטים ושוטרים וואס נעמען דיינע אור אלטע מידאיוועל געזעצן און טוען געפערליכע אומרעכט אין דיין נאמען, און דו קלאפסט זיך אויפן בויך!!

וואס האסטו זיך פארלייגט אויף אונז, וואס האבן מיר שוין געטון?? און ווי טביה די מילכיגער האט דיך שוין איינמאל געזאגט, וועהל דיך אויס א צווייטע פאלק, ווען וועסטו שוין פאלגן??

אבער דו מיינסט טאקע אז דו האסט אונז לעקיש? איין טאג וועסטו נאך זען מ'וועט זיך באפרייען פון דיין מצרים, און בנערינו ובזקינינו נלך..

און דו וועסט זיין לעקיש מיט אן ארויס געשטעקטע צונג, און זיך בעטן ביי אונז צו דיך אריינלאזן.

אבער אריינלאזן וועל איך דיר נישט אזא גאט דארפף איך נישט, נישט אזא איינער וואס קאנטראלירט און שטאלצירט זיך מיט אונזער פיין, און בעט אונז צו לעקן זיינע פיס און פאלגט נישט נאך זיין אייגענע צוזאג.

אויב דאס ביסטו, דאן בין איך שוין לאנג א יתום ווי ס'שטייט טאקע יתומים היינו ואין אב, און דאס איז טאקע די ערשטע שטאפל צו פרייהייט. און אונז גיימער ארויס בשן ועין.

האסט אונז געאסר'ט ע"ז נאר כדי זיך צו אונז איינרעדן אז דו ביסט נישט.
משה! משה! די מסווה וואס דו האט אנגעטון איז שוין אויפגעדעקט!

אונז פארמאגן א אייגענע גאט, א גאט וואס איז זיך אליינס, א גאט וואס איז די עקסיטענס as we know it, א גאט וואס איז נישט קיין הערשער
נישט קיין פאטער נישט קיין ריכטער, א גאט וואס איז באמת אין סוף, א גאט פון פרייהייט. א גאט וואס איז דרור לכל יושביה, נאר מיט אונזער אייגענע געטליכקייט קען מען זיך באפרייען, ווייל אונז זענען געטליכקייט אליינס, און נישט קיין קנעכט צו איר, ווי דיין פארשאלטענע פה-סח.
און מיט דיין כה תאמר לבית יעקב, האסטו מצליח געווען אויך אריין שלעפן די פרויען ווי ס'שטייט אין משלי כִּי נֹפֶת תִּטֹּפְנָה שִׂפְתֵי זָרָה וְחָלָק מִשֶּׁמֶן חִכָּהּ.

אבער מיר וועלן מאכן א עכטע פסח און ארויס גיין לחירות עולם.

און דו מיט דיין סיסטעם וועלן שימלען לדראון עולם. אכי"ר.
זוך עפעס גוטס אויך אין דעם היימישען סיסטעם
דו וועסט עס טרעפן, דאס בילד איז נישט אזוי שווארץ, און אויך נישט אזוי גלענצענד אינדרויסען,
דער פתגם פון איוב - כי האדם לעמל יולד - איז כולל די גאנצע בריאה פון מענטשהייט , דער יידישער סיסטעם וואס האט אין זיך די ברכה שלא עשני גוי
- עס איז נישט קיין ברכה לבטלה - גיט א סיפוק און א דרך פאר די פאהר יאהר וואס מען דרייט זיך דא אויפען כדור הארץ , עס זאל זיך פיעלן מיט הרגשים פון מועדים וזמנים ימים ושנים ,מיט א מערכת דבר יום ביומו , איז אוטאמאטיש פון אזויפיל טויזענטער רולס,וואס האבען זיך אהנגימאכט, איבער די תקופות און יאהרן, איט סאואנדס אואווערהעלמינג,
מען נעמט עס מיט א גרעין אף סאולט, מען איז אין דעם סיסטעם, און מען נוצט שכל צו טהון לפי המדה קומט מען ארויס א געווינער, און מען קען רוהיג זאגען
ברוך אשר בחר בנו,- אנו מאמירך ואתה מאמירנו .
 
האסט געליינט פון אנהייב ביזן סוף?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
האסט געליינט פון אנהייב ביזן סוף?
וויפיעל איך האב א געלייענט איז עס גיוועהן גענוג
צו אן עקוויווילענט פון פ״ד תעניתים , עס האט מיך ממש אריינגישטעלט אין דיין מצב ווי דו ביסט שורה אין אזא צער און ווייטאג , אז איך האב מיט געפיעלט עמו אנכי בצרה לבי דוי וכל ראש לחלי און עס האט זיך ארויס געגליטשט פון מיר צו שרייבען א פאהר ווערטער, מיך מחזק צו זיין און אפשר וועסטו אויך עפעס טרעפן דארט א גוט ווארט , באמת אהבת עולם אהבתיך
 
אוי, רעבוינע שלעולם.

האב רחמנות אויף דיין פאלק, געב א קוק וואספארא פאלק דו האסט געפארעמט - פול מיט דיספאנקשן און קאראפשן. א פאלק וואס איז ערגער ווי עני רעליגיע מימות עולם, וואס די שטארף פון נישט מיטפארן אויף די שינעס צום קאלעך אויווען איז נישט מיט קיין פיזישע מיתה נאר גייסטיש.

וואס האסטו דא אנגעמאכט?? דו האסט אונז געמאכט פאר דיין בני בכורי ישראל, אבער פונקט ווי די בכור איז אייביג די שפן נסיון, און נעמט מיט זיך אלע דיספאנקשן אזוי האסטו זיך אויסגעלערנט אויף אונזערע ביינער און אונז געגעבן דיין דיספאנקשען.

אוי. ווען וועסטו שוין נעמען אחריות און זאגן אוי לי שהחרבתי את ביתי??

איים סאררי אבער האסט געמאכט א געפערליכע מעסס...

האסט געמאכט א תפיסה פאר דיינע קינדער, וואס די תפיסה איז זיך אליינס, אן קיין ווענט, אן קיין שיסערס, נאר א תפיסה געמאכט פון פייער!
און ווי דו אליינס זאגסט, אין חבוש מתיר עצמו מבית האסורים..

האסט אונז געגעבן צו די ערב רב און די רע-בנים צו אונז אונטערטעניגן ווי א עבד נרצע, אבער נישט ווי פרעה וואס האט נאר געהאט א שליטה פיזיש, אבער זיי פייניגן דיינע קינדער גייסטיש!!

אונז זעמיר געווארן ווי ס'שטייט שוין "אוי לי מיצרי אוי לי מיוצרי".
נפשנו כצפור נמלטה, האסט אונז אריינגעלייגט אין א נעץ, וואס וויפיל מ'פראבירט זיך באפרייען טרעפט מען זיך נאכמער פארכאפט.

אבער איך ווייס אז דו ביסט נישט פערפעקט, אבער זיי מודה אז ס'איז אויך געווען בפשיעה.

האסט באשאפן רעליגיע צו אונז דערווייטערן פון דיך... שפעטער האסטו רחמנות געהאט און אונז פארשיקט און גלות, אבער דארט האסטו אונז ווייטער אונטערטעניגט אונטער די הענט פון די סיסטעם, וואס איז ערגער ווי המן הרשע וואס האט כאטשיק קלאר אויסגערופן אז ער האט אונז פיינט!

דו זיצט זיך אויבן דארט און לעכצט ווי אונז ציטערן אויף די ימים נוראים פון א פֿאָלס אלערט, און לאכסט!!! 🤷

דיין פאלק קוקט אויס ווי נזירים וואס האבן זיך נישט ארומגעוואשן פאר א יאר צייט, די בנות ציון היפות טוען זיך אן בגדי שק, און די שוטרי בני ישראל וואטשן און שלאגן.

דו האסט אונז צוגענומען יעדע געשמאק און מקיים געווען די פסוק "וְהָפַכְתִּי חַגֵּיכֶם לְאֵבֶל וְכָל-שִׁירֵיכֶם לְקִינָה... וְאַחֲרִיתָהּ כְּיוֹם מָר", און אנשטאטס דעם דארפן מיר וואטשן ווי די גויים מעגן זיך פרייען נארמאל, מענער מיט פרויען נאטירליך... אבער אונז.. תענוגי עוה"ז??!! ווילאנג דו ענדשויעסט זיך דארט על כסא רם ונשא.. הא, פילסט זיך גוט מיט דעם??  היפאקריט!

נעם דיך צוריק דיינע שופטים ושוטרים וואס נעמען דיינע אור אלטע מידאיוועל געזעצן און טוען געפערליכע אומרעכט אין דיין נאמען, און דו קלאפסט זיך אויפן בויך!!

וואס האסטו זיך פארלייגט אויף אונז, וואס האבן מיר שוין געטון?? און ווי טביה די מילכיגער האט דיך שוין איינמאל געזאגט, וועהל דיך אויס א צווייטע פאלק, ווען וועסטו שוין פאלגן??

אבער דו מיינסט טאקע אז דו האסט אונז לעקיש? איין טאג וועסטו נאך זען מ'וועט זיך באפרייען פון דיין מצרים, און בנערינו ובזקינינו נלך..

און דו וועסט זיין לעקיש מיט אן ארויס געשטעקטע צונג, און זיך בעטן ביי אונז צו דיך אריינלאזן.

אבער אריינלאזן וועל איך דיר נישט אזא גאט דארפף איך נישט, נישט אזא איינער וואס קאנטראלירט און שטאלצירט זיך מיט אונזער פיין, און בעט אונז צו לעקן זיינע פיס און פאלגט נישט נאך זיין אייגענע צוזאג.

אויב דאס ביסטו, דאן בין איך שוין לאנג א יתום ווי ס'שטייט טאקע יתומים היינו ואין אב, און דאס איז טאקע די ערשטע שטאפל צו פרייהייט. און אונז גיימער ארויס בשן ועין.

האסט אונז געאסר'ט ע"ז נאר כדי זיך צו אונז איינרעדן אז דו ביסט נישט.
משה! משה! די מסווה וואס דו האט אנגעטון איז שוין אויפגעדעקט!

אונז פארמאגן א אייגענע גאט, א גאט וואס איז זיך אליינס, א גאט וואס איז די עקסיטענס as we know it, א גאט וואס איז נישט קיין הערשער
נישט קיין פאטער נישט קיין ריכטער, א גאט וואס איז באמת אין סוף, א גאט פון פרייהייט. א גאט וואס איז דרור לכל יושביה, נאר מיט אונזער אייגענע געטליכקייט קען מען זיך באפרייען, ווייל אונז זענען געטליכקייט אליינס, און נישט קיין קנעכט צו איר, ווי דיין פארשאלטענע פה-סח.
און מיט דיין כה תאמר לבית יעקב, האסטו מצליח געווען אויך אריין שלעפן די פרויען ווי ס'שטייט אין משלי כִּי נֹפֶת תִּטֹּפְנָה שִׂפְתֵי זָרָה וְחָלָק מִשֶּׁמֶן חִכָּהּ.

אבער מיר וועלן מאכן א עכטע פסח און ארויס גיין לחירות עולם.

און דו מיט דיין סיסטעם וועלן שימלען לדראון עולם. אכי"ר.
life's short and to casual to be ruled by this thoughts, on a cosmic scale our existence is tiny ,so the way i see it ..... just relax and have fun.......o
 
Back
Top