אנקעטע: פון וועלכע יארגאנג איז דער עולם דא?

ווי אלט זענט איר?

  • אינגער ווי 20

    Votes: 1 0.8%
  • 20-29

    Votes: 69 57.0%
  • 30-39

    Votes: 36 29.8%
  • 40-49

    Votes: 14 11.6%
  • 50-59

    Votes: 1 0.8%
  • למעלה משישם

    Votes: 0 0.0%

  • Total voters
    121

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
517
רעאקציע ראטע
2,490
פונקטן
423
א גוטן ערב שבת, טייערע קרעמל חברים וידידים,

איך דריי מיך דא ארום שוין באלד א יאר, און ס'איז אלעמאל אינטערעסאנט צו זען וויאזוי אזויפיל סארט אידן, מיט אזויפיל פארשידענע מיינונגען, קומען זיך צוזאם דא אויף איין פלאץ. איך באקום אפט א געפיל אז איך ליין זאכן געשריבן דורך א אינגערער עולם.

איז מיר איינגעפאלן צו מאכן אן אנקעטע: איך בין פשוט נייגעריג צו זען ווי אלט דער עולם איז אין דורכשניט. פון וועלכע יארגאנגען באשטייט דער ציבור וואס האלט אונזער קרעמל אזוי לעבעדיג? דערפאר וויל איך נעמען אן אנקעטע צו זען די דורכשניטליכע יארגאנג. ס'נעמט נישט מער ווי א סעקונדע צו ענטפערן. פארשטייט זיך אז אלעס איז 100% אנאנים, קיינער וועט נישט וויסן וואס איר האט געקליקט.


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך משתתף זיין!
א לעכטיגן שבת.
 
@החוקר, ווען איך זע א גוט שטיקל פון דיר (למשל אזא אנקעטע אפילו) דערפרייט עס מיר פאר די צוויי סעקונדעס וואס איך רעד מיר איין אז איך האב עס געשריבן...

פיגער אויס פארוואס איך מיין אזוי.. :p
 
א גוטן ערב שבת, טייערע קרעמל חברים וידידים,

איך דריי מיך דא ארום שוין באלד א יאר, און ס'איז אלעמאל אינטערעסאנט צו זען וויאזוי אזויפיל סארט אידן, מיט אזויפיל פארשידענע מיינונגען, קומען זיך צוזאם דא אויף איין פלאץ. איך באקום אפט א געפיל אז איך ליין זאכן געשריבן דורך א אינגערער עולם.

איז מיר איינגעפאלן צו מאכן אן אנקעטע: איך בין פשוט נייגעריג צו זען ווי אלט דער עולם איז אין דורכשניט. פון וועלכע יארגאנגען באשטייט דער ציבור וואס האלט אונזער קרעמל אזוי לעבעדיג? דערפאר וויל איך נעמען אן אנקעטע צו זען די דורכשניטליכע יארגאנג. ס'נעמט נישט מער ווי א סעקונדע צו ענטפערן. פארשטייט זיך אז אלעס איז 100% אנאנים, קיינער וועט נישט וויסן וואס איר האט געקליקט.


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך משתתף זיין!
א לעכטיגן שבת.
זייער דאנקבאר אז דו האסט דאס צוגעשטעלט. איך מיין ס׳איז לטובה פאר יעדן שרייבער דא צו וויסן וועלכע יארגאנג זענען די אקטיווע ליינער

אין די לעצטע 15 מינוט זענען געווען דא אן ערך פון הונדערט און צען באזוכער איז אינטערעסאנט צו וויסן וועלכע עלטער

(און ס׳קען אויך מסביר זיין די
רעזאלטאטן פון די טאַפ רעיטעד שנירלעך)

אבער הלוואי זאלן מער פון די 571 רעגיסטרירטע מעמבערס דא נעמען א רגע אויסצופילן די קורצע אנקעטע, עס קען מחזק זיין מער גוטע שרייבער גלייב איך. (דערווייל האבן 82 מענטשן געענטפערט)
 
גוט צו וויסן אז ס׳דא כאטש 14 אין מיין עלטער 😅
 
מען זעהט דא א אינטרעסאנטע זאך. נישט װי מענטשן װאס װילן טענה'ן אז די סיסטעם ארבעט װײל די אינגערע עולם האבן שױן אלע כשרע אינטערנעט אין די עלטערע עולם װערט נישט אזױפיהל געשעדיגט פון אפענע אינטערנעט, זעהט מען דא אז װי אינגער די עולם איז אלס מער פון זײ איז דא אױף די אפענע אינטערנעט - עכ"פ דיע פון נאך די חתונה, װען זײ זענען מער נישט מאָניטערד פון ישיבה אײנגעשטעלטע - און פון די עלטערע עולם כמעט נישט, ײתכן װײל זײ קענען זיך ווייניגער אױס מיט טעכנעלאגיע... אבער װאטעװער די ריזענס זענען, זעהט מען אז די מלחמה אנטקעגן אפענע אינטערנעט זײגט אװעק...
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top