טייערע רבי
@קץ דוחק. איך גלייך דיינע שריפטן, דיינע נייגונגען און דיינע שטעלונגען, אבער עס איז מיר זייערע שווער צו פליסן מיט דיין אייגנארטיגע וועג פון שרייבן, עס גייט מיר נישט נאטירליך. איך שפיר צומאל ווי איך ליין שריפט פון א חסידישע - באהאלטענע מוסד אגענט… דזשאסט דזשויקינג… (bloise vertldig)
איך פארשטיי אז אידיש גייט אין דער ריכטונג פון פארענגלישט ווערן, אבער פארוואס דוחק זיין דעם קץ?
איך וויל אייך פרעגן א פערזענליכע פראגע, טאמער איך מעג, צו דען ליינט איר אידישער ביכער? צו דען האט איר אמאל אנערקענט אין דער רייכקייט פון דער אידישע שפראך?
איך האב חלילה פערזענליך נישט קיין שום פראבלעם מיר אייערער וועג פון שרייבן, איך וויל אייך איינפאך אויפמערקזאם מאכן אז אידיש לעבט אין איר אייגענע וועלטל מיט איר פולע כאראקטאר און אייגנארטיגקייט. ליינער פון ארגינעלע אידישע מאטעריאל, וועלן נישט אזוי גרינג און לייכטזיניג אויפגעבן אויף זייערע פריווילעגיע (נישט גענומען פון ענגליש) זיך צו קענען אויסדרוקן אין איר און געניסן פון אירע ריינע ווערטער אוצר…
נ. ב. נישט נעמען ערענסט, ווארום ערענסט איז עס נישט געשריבן געווארן…
ס'איז מסתמא שױן א אױסגעדראשענע נושא אבער איך װעל דיר ענטפערן. גראדע האב איך א גאנצע שעלװ פון אלטע ײדישע ביכער אינקלודינג גרעץ, מנדלה מוכר ספרים, שלום עליכם, זשיטלאָװסקי, שיפּער און הוּרװיטש; דאס איז שױן נאכדעם װאס כ'האב ארױסגעװארפן דיע װאס כ'האב בכלל נישט געקענט לײענען. זײ זענען געװען מער רוסיש נאָר טראַנסליטערעיטעד װי אײדער ײדיש. אבער דאס אלעס איז נישט מעלה ומוריד און כ'װעל דיר זאגן פארװאס.
װאס ײדיש איז געװען פאר'ן קריג איז פאר אונז אין ענגליש-רעדנדע מדינות מער נישט נוגע. אלץ װאס איז נוגע איז װיפיהל דערפון האבן מיר פארהיטן אין אונזער װאַרנאַקוּלער און די ענטפער איז גאר װײניג. ס'װעט זיך קײנמאל נישט אײנגעבן פאר אזעלכע שרײבער װי מאצל טױב צוריק אױפצופרישן די אלטע װערטער 'פונדערהײם' װײל ס'איז מער נישט אין די גױאישע שפראך פון אונזער יעצטיגע קאָנטרי און ממילא איז עס אױסגעװארפענע ארבעט. אזױ-װי ס'װעט יעדער פארשטײן אז ס'איז אױסגעװארפענע ארבעט צו-פרובירן צומאכן א װינט קינדער זאלן צוריק אהנהײבן קױפן שלום עליכםס אדער הלל צײטליןס װערק. ס'איז א פארגאנגענע װעלט. פאָרגעט-עבּאַוּט איט.
קען זײן פאר אים אלײנס, מאצל'ען, איז געשמאק צו שרײבן אין דער שפראך װײל ער האט די ביכער געלײענט אבער דעמאלס רעדט ער צוזיך אלײנס װײל די נײע דור האט מאָװד אָן (דו זעסט װאס איך טוה דא? דאס איז דוקא. איך װיל דיר אױפמערקזאם מאכן צו די מער-נוצליכע אלטערנאַטיװ פֿראזע אין ענגליש. דו האלטסט אפשר ס'איז פּאַצעריש אבער איך פרוביר עקספערימענטירן און 9 טײמס אַוּט אָף טֶען פארשטײט מען װאס איך זאג און אמאל אדאפטירן עס אנדערע אױכעט, איז דאס א געװינס.). דאס האט גארנישט מיט רעליגיע. דהײנו, דאס נישט לײענען סעקוּלערע אדער ענגלישע ביכער. דאס מאכט נאר אױס פאר אײן סקאָר אדער צװײ (א יאר-צװאנציג). איך רעד פון פאקטארן װאס האבן צוטוהן מיט געאָגראפיע און ארומיגע קולטור און טױשן זיך מיט גענעראציעס. האסט געהערט יׂוסי בראַך פון 'בין פארן ובין תופל ולבן'? אזױ
רעדט די נײע דור און אזױ
לײענען זײ אױכעט. קוק ארײן אין 'דער מאמענט' װיפיהל ענגליש זײ נוצן. נוצן ענגלישע װערטער איז נישט א קאָפּ-אַוּט; ס'איז א רעאליסטישע און פאָנקשענְל צוגאנג. האסט שױן זיכער געלײענט אונזער פּראָליפֿיק
@אינטעליגענט. יוּ העװ גאַטוּ לאָװ הים!
איך בין נישט א דוחק את הקץ (און אױב יא, אין אנדערע הינזיכטן..); איך בין א סעמפּל פון די נעקסטע דור. אדרבה, די בוך װאס איך האב ארױסגעװארפן װײל ס'איז געװען מער רוסיש װי ײדיש איז א סימן אז די צײט איז נישט װײט װען ביכער װעלן פארקױפט װערן אין 'אזױ גערופענע ײדיש' אבער װעלכע װעלן אײנפאך זײן רובא ענגלישע װערטער אין ײדישע אותיות. אפשר מיט א לאָוּד פון געטױשטע סוּפֿיקסעס װי 'אַציעס', 'וּנגען' און 'עכצער'
װען עס קומט צו שפראך, זענען דא צװײ סארטן מענטשן. די פּאָעטיקער און די לינגװיסטן. די ערשטע זענען נאַסטאַלגישע סארט און קוקן אױף די אסטעטיקס אין א שפראך. די מסורה, די צאינה וראינה, װאס דער עולם פארשטײט אהן טראכטן - פון די דרײ יאהר א.א.װ. די צװײטע סארט זענען
פאָנקשענעליסטן (כ'װײס נישט גענױ װי-אזױ מען זאגט עס). זײ קוקן אױף װאס
ארבעט, װאס ברענגט די בעסטע ארױס די געדאנק װאס איך װיל יעצט קאמיוּניקירן? זײ זוכן איבעראל א טשאַנס װאו ארײנצוריקן א סינאָנים, א חידוש אין דער גראַמער - אױסדרײען א סענטענס סטרוקטור און נאכמאכן אַן אנדער שפראך, אריבער-קאפּיען די פּאָנקטשוּעישן רוּלס, די סינטאַקס, װאו קען מען אינטרעדוּסן נאך א נײער װארט? זאל עס זײן ײדיש אדער סײ װעלכע אנדערע שפראך װאס איז לײקלי טוּ בּי עקסעסעבּל צו די לײנער, אזױ צו בארײכערן זײער [ארימער] װאַקאַבולאַר. אין ענגלאנד למשל װעסטו זעהן, צײטונגען נוצן אפט און װארפן ארײן פרענטש װערטער. פארװאס? װײל ס'איז קאָממען אלס אַן עדישענעל שפראך זי צולערנען אין די סקולס. אין פראַנץ איז עס ענגליש, אין ארץ-ישראל איז עס אראביש און אין בעלגיע האָלאַנדיש.
ס'באדערט מיך אסאך מאל װען מענטשן מאכן אװעק װערטער װאס איך נוץ נאר װײל ס'איז ענגליש, צו עברית אפילו װען איך גײ אדורך די פּעין פון עס פּינטלען לטובתם. איך זוך דאך צו קלוגער מאכן מענטשן. צו מאכן דאס לײענען אינטרעסאנט און טשאַלענדזשינג. איך זוך נישט חלילה זײ צו פארשװערן דאס לײענען. װעמען װילסטו אײנרעדן אז ײדיש דא אין דעם ענגליש-רעדנדן קאָנטרי איז רײך גענוג? װײסן מיר דען נישט אז צו טױשן אײן ענגליש אדער העברעאיש װארט צו ײדיש פעהלט זיך אױס עס צו ריפּלעיסן מיט פינף אנדערע װערטער? װער װיל אינװעסטן אין אַן אלטן, און עקספּײערטן, חלק פון דער שפראך װאס װיפיהל דו װעסט איר פרובירן צוהאַקן און בראָקן אױף די לײענער'ס קעפ װעט זי זיך נישט אײנגעבן. איך װיל שרײבן זאכן װאס מ'װעט קענען פארשטײן 100 יאר ארום און װאס קען
שױן הײנט נעמען פֿוּל עדװענטידזש פון די רײכטום װאס ענגליש און העברעאיש גיבט אונז.. איך װיל אז װען א לײענער לײנט מיך און דערנאך הױבט ער אױף א צײטונג אין ענגליש זאל ער תיכף דערקענען פיהלע װערטער און װיסן אפי' װי-אזױ ארױסצוזאגן זײ. מיר זענען נישט קײן בעלגישע דא,
װעלכע גיבן פֿײנס אױב נוצט מען פראנצױזיש אין די ראָנג ראַיאָן!?
אקעי בּײ. קרעדיט יוסי בראך.