OU כשרות ארגענאזאציע פאדערט הכשר אױף בּירן

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
1,683
רעאקציע ראטע
4,948
פונקטן
443
די פאלגענדע איז נישט ארײן אין די לעצטע כװאליעס ממילא לײג איך עס דא.



די OU ארגענאזאציע (אָרטאָדאָקס יוּניאָן) האט געמאלדן אז זינט די לעצטיגערע אױפשטײג פון 'קרעפֿט בּיר' - דאס זענען ביר בּעװערעדזשעס װעלכע װערן פאבריצירט מיט פארשידענע פלײװאָרס - און צוליב די פּראָליפֿערעישאָן פון פארגעשריטענערע מעטאדן צו פראדוצירן אדער בּרוּען ביר, טוהען זײ מהיום והלאה פאדערן א לעיבל מיט זײערע הכשר קלאר װיזיבּעל אױף אלע פלעשער ביר װעלכע װערן סערװירט בײ סײ װעלכע פונקציעס אונטער זײערע כשרות אױפזיכט.

אױך האבן זײ געמאלדן אז אזעלכע כשרות אױטאריטעטן װי OK און Star-K, צװישן אנדערע, טועהן מיטשטײן מיט זײ אין אדאפטירן די נײע און שטרענגערע פּאָלעסי װאס װעט ארײנגײן אין קראפט פון יאנואַר דעם ערשטן אין דעם נײעם יאר 2026.

צוזאמען מיט דעם מעלדונג האט OU װידער פובליצירט איר "טײלװײזע" ליסט פון איבער 1000 בירן װעלכע זי זאגט קומען שױן יעצט נאך אירע סטאנדארטן, צװישן זײ פיהלע נאציאנאלע ברענדס, די לעצטע װעלכע OU זאגט דארפן נישט קײן סטיקער מיט זײער סימבאל װײל עס איז שױן א דבר ידוע אז זײ פארמאגן OU סופערװיזשען.

OU שליסט מיט'ן דערמאנען אירע קליענטן צו געדענקן זײ אנצורופן אײדער סײ װעלכע מאורע אדער פונקציע כדי צו באשטעטיגן פון פאראױס אז די בירן [והוא הדין סײ װעלכע אלקאהאל] סערװירט דארטן, קומען נאך די נױטיגע קאמפלײענץ פארשריפטן.



1765549058817.webp
 
צו געפערליך פון א פראבלעם קענען עס נישט זיין ווייל זיי אליין שרייבן אינעם בריוו אז נאר אנגעהויבן פון יאנואר 1 2026 גייט דאס אריין אין קראפט, איז אויב איז דאס אזא פראבלעם ווי זיי לייגן עס אראפ פארוואס הייסן זיי נישט אז מהיום והלאה שטעלט זיך דער זאך אפ?
 
Back
Top