א נס מצה

זית רענן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
319
רעאקציע ראטע
2,482
די קינדער ווארטן שוין וואכן פאר דעם חול המועד, טאטי האט סורפרייזד די קינדער מיט אן אויספלוג צו א צווייטע שטאַט דורך אן עראפלאן רייזע.
די קינדער האבן שוין געשפענדעט שעות אויסרעכענענדיג ווער ס'זיצט ביי וועלכע פענצטער, ווער איז העכערן פליגל און ווער איז די נענסטע צום ביה"כ (ספוילער, ס'איז מיך, משום מעשה שלא היה צריך להיות).

והנה, און אט, דער גרויסער טאג איז אנגעקומען, ס'איז חול המועד, די קינדער זענען צעלאזט, עקסייטעד און צעפראסקעט, איך דארף סראשען מיט'ן ארגסטן אז מ'זאל זיך בארואיגן, די חברה זענען הויעך.

פארשטייט זיך אז צו קענען נעמען די חברה אויף א פליגער ברויך מען כח, און כח קריגט מען דורך עסן.

רעדנדיג וועגן עסן אום פסח, נאדיר א ווארט איבער אונזערע פסח חומרות.

ביינונז האט מען שטארק מקפיד געווען נישט צו בראקן אויך נישט אין מויל אדער אין מאגן, די סיבה איז פשוט, מ'איז מקיש ביאה ליציאה, מה ביאתו של אוכל בלא חמץ אף יציאתו לא שנא. דאס איז א היקש וואס מיר האבן מקבל געווען שוין אכצן דורות צוריק, פון א גאר גרויסע מקובל וואס האט פאשטאנען ברוח קדשו צו היקשים.

ממילא, אז מ'טאר נישט בראקן אין מויל אדער מאגן, האבן מיר במשך די פולע יארן עוואלווד ספעציעלע מיטלען צו קענען אנהאלטן די הייליגע חומרות.
כדי אז ס'זאל נישט געבראקט ווערן אין מויל, האבן מיר א ספעציעלע האנט פען מיט וואס מען טרוקנט אויס דאס פיסק איידערן אריינרוקן דארט די מצה אזוי אז ס'זאל נישט צוקומען צו א חשש חימוץ בפנים.
יעצט, וואס טוט זיך אויב איינעם שמעקט אן אייער שפייז נאך די מצה סיטואציע? איר דארפט פארשטיין אז ביי אונז איז מען אויך מקפיד אויף מצה עשירה שבבטן און אונזער מאגן וועט נישט לאזן אז ס'זאל פראדוצירט ווערן א מצה עשירה בגבוליו, היל"ת.
אויף דעם האבן אונזערע גופים דעוועלאפט א ספעציעלן סמבטיון מעכאניזם וואס שיידט אפ די מצה פון די אייער שפייז אזוי אז זיי רירן זיך נישט אן און זענען נישט מכשיל דעם גוף מיט די טמא'נע מצה עשירה חלילה.

כמובן, לייגן זיך די מצה אינעם פארדייאונגס סיסטעם אויף די לענג באופן וואס ווען מ'דארף מקיים זיין מצות והכינו איידערן תפלה טאן, זאלן זיי דורכלאזן די איבעריגע סחורה בשופי.
דא אבער, דעם ערשטן טאג חול המועד, האט זיך געמאכט אז פונקט האב איך געגעסן א מצה חצופה (אן ערשטע קאזין מיט'ן טרויעריג-בארימטן אמן חטופה) און דער מצה האט זיך בדוקא געלייגט אויף די ברייט, אזוי אז ווען ס'איז געקומען צו אויסמייכענען דעם בחור, איז געווארן א גרויסע געפעכט, די מצה האט זיך שטרענג געלייגט ביים ארויסגאנג בשעת וואס די אייערשפייז און גרעיפ-פרוכט זאפט טאנצן א סמבטיון טאנץ העכער די מצה באָללס, אבער לייגן דרוק אויף די מצות אז זיי זאלן זיך אין גיכן א שאקל געבן און ארויסגיין פון מצרים.

דער עפיזאָד, באקאנט אלס מורפי'ס לאָו, האט געלייגט דעם גאנצן כאַלעמויד טריפ אין דשעפארדי, ס'האט געדראעט אן ערנסטן גזירת כליה אויף אלע פלענער, די מצב האט אויסגעזען גאר שמאל, און פאר א פופצן-צוואנציג מינוט האט מען ממש געמיינט אז דאס איז עס, די טריפ וועט נישט צושטאנד קומען דעם חול המועד, דאס מיינט גיין צו טעראפי פאר די קומענדיגע פאר חדשים מיט אלע קינדער פאר די טראומא וואס זיי גייען אט אריבער גיין.

דא איז אבער געשען א גרויסע נס, מיט גרויס איבערשטרענגונג, האט מען באוויזן צו רעקרוטירן געוויסע קיינמאל-פון-פריער באנוצטע מוסקלען אינעם געגנט פונעם פי הטבעת, און זיי האבן אנגעהויבן דרייען מיט די (מצה) באלי'ס און מיט די אייער, געקנאטן, געשיבערט, געלעכערט און געריבן, ביז ס'איז צעביסלעך אראפ דער חרון אף און די מצות האבן זיך אנגעהויבן שטעלן אויף די לענג און מיט די הילף פון די נייע מוסקלען, האט מען באוויזן ארויסצורוקן די חברה איינס ביי איינס נאכגעפאלגט מיט דעם גאנצן סמבטיון וואס האט זיך ארויסגערוקט בנשימה אחת, וישוקו המים!

די נס האט אפשר געקאסט א העמערויד אדער צוויי, אבער די טראומא איז ב"ה פארמיטן געווארן און די אויספלוג איז געגאנגען א מחיה!
בריך רחמנא דהאי שיט"א.
והכינו את אשר יביאו.

שבעת ימים מצות יֵאָכֵל, אל תקרי יאכל אלא יעוּכָל.
 
ביינונז האט מען שטארק מקפיד געווען נישט צו בראקן אויך נישט אין מויל אדער אין מאגן,
אלעס פיין און וואויל... אבער געוואלד!! ס'פלאטשקעט דאך אריין און א כלי מלא מים!! ס'חמץ בעין!!
חוץ אויב פסח גייסטו און א פאטי 🤔
 
Back
Top