אנטדעקן שירה/Poetry

שניידער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 24, 2025
מעסעדזשעס
241
רעאקציע ראטע
794
פונקטן
113
נתתי אל ליבי אריינצוקוקען אין די וועלט פון poetry און זיך עטוואס היימיש מאכן דערמיט.

ב"ה אז היינט זענען פארהאן טעכנאלאגישע געהילפן וועם מ'קען פרעגן למשל "וואס זענען די באקאנסטע poems פון די מאדערענע תקופה" וכדומה, אבער עס איז אלץ בעסער און געשמאקער ווען מ'קען הערן פון א ברודער און חבר.

אלזא וועל איך דא אראפלייגן א שאלה באופן כללי, געוואנדן צו די וואס האבן זיי וועלכע שטאפל פון באקאנטשאפט אין די ברייטע פארצווייגטע וועלט פון Poetry: א) וואס וואלט איר מציע געווען פאר איינער וואס טרעט אריין אין דעם וועלט צום ערשטן מאל? די שאלה איז אויף ביידע, סיי אלגעמיינע און סיי עברי'שע poetry.
 
ס'איז אויך דא א וועלט פון יידישע פאעזיע זיך צו באקענען. א וועלט פאר זיך.

פאר עברית איז נישט ביאליק די ערשטע צו קוקן אויף?
 
פאעטיע קען מען אנקוקן ווי אן אפצווייג פון דער חכמה פון ליטעראטור. אויף צו אנערקענען דער קונסט און צו באמערקן די רייכקייט וועלכע ווערטער ענטהאלטן, פאדערט זיך א פארשטאנד און באקאנטשאפט אדער צום ווייניגסטנס א נייגער און רייץ צו דערגיין וואס געשריבענע ווערטער זענען, וויאזוי זיי ווערן צוזאמגעשטעלט און וואס זיי טוען אינאיינעם אויסדרוקן.

וועלכע חלק אין דער פעלד פון פאעטיע האט געכאפט דיין הארץ? איז דאס דער היסטארישע אפקלאנג דערפון? דער קאלטוראלע אספעקט? דער איינפאכע קונסט וואס ליגט אונטער איר, אדער אפשר עפעס אנדערש?
 
@פעדער איך האב טאקע געהאפט אז דו וועסט אריינקומען דא.

וואס עס ציט מיך בעיקר איז צו אנטוויקלען אין מיר אליין א שפראך פון ארויסברענגן געפילן דורך שירה.

אבער זייענדיג א גרונטליכער און א נייגעריגער וויל זיך מיך צו באקענען דעם פעלד בכלליות, על שלל זשאנרותיה, ד.ה. איך זאל האבן א ידיעה כאטשיג איבער אלע די "באקאנטע" שטאף, אויב ס'איז שייך אזוי צו זאגן.

איך קלער אז הערן מראי מקומות און געדאנקען פון חברים קענען מיר העלפן צו זיך שטארקן אויף מיין קאגנעטיווע פוילקייט, און צומישטקייט "פון וואו אנצוהייבן".
 
יישר כח @שניידער פארן עפענען א שנירל איבער דער טעמע.

אלס אן אריינפיר צו דער וועלט פון שירה וואלט איך מציע געווען אנצוהייבן מיט שירת ימי הביניים - מיטל-אלטע פאעזיע, א שטייגער ווי ר' שמואל הנגיד, ר׳ שלמה אבן גבירול, ר׳ יהודה הלוי, ר׳ משה אבן עזרא און נאך משוררי ספרד וועלכע האבן געשריבן אין די יארן פון סוף ד׳ אלפים ביזן גירוש ספרד אין יאר רנ״ב (1492).

איך האב שוין געקלערט עטליכע מאל ארויפצוברענגען שטיקלעך פון קלאסישע שירה פון צייט צו צייט און זיי אנאליזירן און דורכטוהן אינאיינעם, אבער עס האט נישט אויסגעזען אז עס איז פארהאן א פארלאנג דערפאר. אבער טאמער וועט איינער זיין אינטערעסירט דערין, אדרבה.

אלס אן אריינבליק, לייג איך דא פאר דער באקאנטע שטיקל פון ר' שמואל הנגיד.

דער פאלגענדע ליד געהערט צו דער דזשאנער וועלכע רופט זיך 'שירי יין' וויבאלד זיי זענען ווי א רוף צו קומען טרינקען וויין:

מֵת אָב וּמֵת אֶלוּל, וּמֵת חֻמָּם, גַּם נֶאֱסַף תִּשְׁרֵי וּמֵת עִמָּם,

בָּאוּ יְמֵי הַקֹּר, וְהַתִּירוֹשׁ אָדַם וְקוֹלוֹ בַכְּלִי דָּמַם,

לָכֵן, יְדִידִי, סֹב אֱלֵי רֵעִים כָּל אִישׁ וְאִישׁ יַעַשׂ אֲשֶׁר זָמַם.

אָמְרוּ חֲזֵה עָבִים בְּהַגְשִׁימָם, וּשְׁמַע שְׁמֵי מָרוֹם בְּהַרְעִימָם,

וּרְאֵה כְפוֹר וּלְשׁוֹן מְדוּרָה זֶה יֵרֵד וְזֶה יַעַל וְיִתְרוֹמָם,

קוּמָה, שְׁתֵה בַכּוֹס וְשׁוּב וּשְׁתֵה בַכַּד, וּבַלַּיִל וְגַם יוֹמָם.

דער שיר איז געשריבן געווארן אויף א גרינגע צוגענגליכע שפראך אבער עס ליגט א געוואלד מיט חכמה דערין.
דער ליד לייגט אראפ דער טויש פון די סעזאנען און דער געפיל וועלכע זיי שפיגלען אפ אויף דער מענטש.
 
לעצט רעדאגירט:
די מראה מקומות זענען פיין
אבער וויאזוי קען א נייע דרייווער אויפן פאעזיע גאס דעוועלאפען זיינע אייגענע סקילס?
 
קען מען אנטוויקלען א פאעטישע דשאנער אין אידיש?
איך האב ליב צי שרייבן פאומ'ס אין אידיש אויסציגעבן מיינע געפילן, אבער צימאל פיל איך אז עס צי ארעם
(עכ"פ אונזער היינטיגע באניצטע אידיש -כ'וויל זיך דאך נישט הערן ווי אן אלטע געליציאנער...)
 
שירה אין איר וועזן, איז שרייבן אויף א קונסטליכע פארנעם. סיי וועלכע שריפט וועלכע האלט זיך פאר א הויכע סטאנדארט, דארף ווערן געשריבן אויף א געוויסע שניט און איינגעהאלטנקייט, שירה אבער נעמט דאס שריפט און טוהט דערמיט כל מיני קונסטן.

איינער פון די שטארקע כאראקטארן אין שירה איז 'אנטראפאמארפיזם', דאס איז אנגעבן מענטשליכע כאראקטערס פאר מענטשליכלאזע אביעקטן. דאס איז אזוי ווי זאגן, דער טיש האט אריינגעקלאצט אין חלל אריין, נישט וויסענדיג וואס זיין שיקזאל ווארט איהם אפ. קלאצן איז א מענטשליכע אייגנשאפט.

נאך א שטארקע אייגנשאפט זענען אנאלאגיעס, מעטאפארן און צוגלייכונגען. אן אנאלאגיע איז א משל, א מעטאפאר איז א דירעקטער צושטעל און א צוגלייך איז א דמיון.

אין אנדערע ווערטער, אן אנאלאגיע איז ווען איך רעד איבער עפעס אבער איך מיין עפעס אנדערש, דאס דינט ווי א משל. צום ביישפיל:
  • "וואס טוהט זיך מיט דעם זיידן?"
  • "דער ליכט האט געצאפלט און איז אויסגעגאנגען אין א דינע, איידעלע רויך". מיינענדיג דערמיט אז דער זיידע איז שוין ליידער נישט בין החיים.
א מעטאפאר איז ווען איך שטעל עפעס צו עפעס אנדערש דירעקט אן דערמאנען אז דאס איז בלויז א צוגלייך. ווי: ער האט גאלדענע הענט.

א צושטעל איז עטוואס ווייניגער פאעטיש אבער גרינגער צו פארשטיין. דאס איז ווען מען שטעלט זאכן צו, אבער מען לייגט צו דאס ווארט "ווי". "ער איז אויסגעגאנגען - ווי א ליכט".

איז לאמיר נעמען די דריי אייגנשאפטן אין שירה און זיי לייגן אין ווערטער. טאמער ווילסטו, קענסטו דאס אויך פרובירן און ארויפלייגן דיינע ארבעט.

(איז אפשר לאמיר מאכן אזוי, ווער עס וויל, קען ארויפלייגן זיין/איר ארבעט און אנדערע זאלן קומען איבערלאזן זייערע פידבעק און אזוי עמע'ר צוביסליך זיך אויסשארפן די פאך.)

"מיין זעל ווי א שטורעם, מיין געמיט ווי ווינטן,
א מינוט איז זי אויבן, און א מינוט אונטן.

אמאל אין דעם הימל, צווישן די שטערנס זי שוועבט,
און דאן אין תהום, אין די אפגרונדן זי לעבט.

דער הימל ער קוקט, ער וואונדערט מיט ערג,
ווער איז דער זעל, וואס לויפט אויף די בערג..."


דער ליד פארמאגט עטליכע צושטעלן, ווי למשל: מיין זעל ווי א שטורעם. און אויך מעטאפאר, ווי: אמאל אין די הימל צווישן די שטערנס זי שוועבט.

עס נוצט אנטראפאמארפיזם אין דעם זאץ: "די הימל זי קוקט, זי וואונדערט מיט ערג" ווען דער הימל וואלט געווען א מענטש וואלט ער זיך געוואונדערט.

קענט איר פרובירן צו שרייבן עטליכע ווערטער וועלכע זאלן פארמאגן אט די אייגנשאפטן?
 
לעצט רעדאגירט:
ביי חסידים האט מען געוואוסט אז פינקי'ס גראמען איז פאעזיע, שיר השירים איז א מעטאפאר, און א מעשה פון א בן מלך איז א משל.

קום מיר נישט מיט קיין מאדערנע זאכן דא
 
כ'שרייב דא אפאר שורות פון א פאעם געשריבן פאר מיין רעבעצין, נאך א לאנגע הרחקות תקופה צוליב וואס זי האט גע'spot די טאג פון די מקווה: (כ'באצי זיך צי די stain, ווי עס האט אנגעצויגן די געגועים ציווישען אונז ווי א ספרינג)

"די קליינע פינטל רויט אין הייס, ס'שטארצט ארויס פון אלע ווייס
ציווישען אונז פארומט זיך ווי א 'heart'
עס נעמט מיך איבער ווי א מייסטער ארט
מיט געגועים סשוועבט, קלאפט מיטן שנעלסטן ריטעם
איך זעה עס אין די בליקן, כ'שפיר עס אין יעדע אטעם"
 
הערליך שיין.

די שיינקייט אין דעם לידל, צווישן אנדערע, וועלכע זעט זיך אן, איז דער מעטאפאר און צושטעל פון דעם רויטן ווארימען פלעק וועלכע האט ענק אזוי ביטערליך צעשיידט אין דער לעצטע מינוט, צו דער הייסע רויטע פינטל פון ליבשאפט וועלכע קלאפט אין הארץ. און אוודאי די גראמען וועלכע באצירן די פעלער און פלעכטן זיי צוזאם.

בעיקר בין אין באגייסטערט געווארן פון דעם ליניע: "ס'שטארצט ארויס פון אלע ווייס", כאטש וואס עס איז ווארשיינליך געשריבן געווארן בלויז צו גראמען מיט "הייס", ברענגט דאס אבער ארויס אז דער רויטע פלעק זעט זיך אן זייער שטארק און איז אומפארזעבאר אויף די ריינע ווייסע ליילעך. דאס ברענגט ארויס די ליבשאפט וועלכע איז אומפארזעבאר צווישן מאן און ווייב, טראץ די הרחקות.
 
Back
Top