ענטפער פאר שאלה נומער צוויי - וויאזוי ווילן מיר זיך זעהן אלץ קהילה אין דעם עתיד

קהילה חדשה

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 17, 2025
מעסעדזשעס
10
רעאקציע ראטע
112
פונקטן
23
שלום וברכה טייערע ברידער

תשובה פאר שאלה נומער צוויי - ״וויאזוי ווילן מיר זיך זעהט אין די ברייטע עתיד״.

פאלגנד איז אן ענטפער צוזאמגעשמאלצן פון א שוין פריער געבויטער פרעימווארק און די ביסל ערהאלטענע תשובות. ווען מיר רעדן פון זיך אויסמאלן א בילד פון א סיסטעם מיינען מיר נישט בלויז דער אויבנאויפיגער הלוך ילך נאר אויך די סקעלעט וויאזוי ער אפערירט פון אינווייניג, ווייל בויענדיג זיך אינאיינעם איז דער אינפראסטרוקטור פונקט אזוי א נויטיגער טייל פונעם וויזיע.

אט איז די ענטפער:

מיר זעהן זיך א פולשטענדיג זעלבסשטענדיגער קבוצה, אויף צויי אייגענע פיס, מיט אן אייגענע אידענטיטעט, מיט אן אייגענעם יוניווערס. א גייסטישע און פראקטישע היים, געבויט מיט סאפיסטיקירטע און אויסגערעכנטע מעטאדן.

די גייסטישע חלק:

אן אייגן אויסגעבויטער השקפה; אן אייגענער קלארגעשטעלטער מדריך פאר א דרך חיים. ביידע צוגעפאסט צו אונזער מהלך החשיבה. גרויסארטיגע שאיפות, אחריות׳דיג און סאפיסטיקירט. זיי קעטערן צו א פילער רעינדזש - מענער, ווייבער, קינדער. צום גאנצן מעגל השנה והחיים, און צו יעדער מצב אין לעבן.

סיי דער השקפה און סיי דער דרך חיים זאל זיין גענוג שטארק געבויט אז עס זאל זיין בכח אונז צו געבן סיי א שטאלצער רוקן ביין, און סיי אן עליסטישער איבערקומונגס כח, וואס איז וויכטיג פאר יעדער גרופירטער סטרוקטור, וואס איז כולל ביישטיין דרויסנדיגע ווינטן, און דרוק פון אנדערע אנגעהערשאפטן. אזוי שטארק באפעסטיגט און קלאר זאלן זיי זיין, אז שוין דער נאמען פונעם קבוצה מאכט דורך גיין דאס געפיל - דאס איז מיין היים דאס מיין אידענטיטעיט.

דער קו פון אונזער השקפה און דרך חיים זאל זיין פראקטיש, שפרודלדיג, גייסטהארציג, mission driven (״הייליג״) און critical thinking. א מוז איז צו מאכן זיכער אז נישט נאר די קבוצה בליהט, נאר יעדער יחיד בליהט צו זיין גרעסטער און בעסטער פאטענשל.

אונזער השקפה און דרך חיים און זעלבסשטאלץ זאל אויסגעדרוקט ווערן דורך קלאסן, עדיטאריעלס, ביכער, און אלץ אויף וואס מען קען לייגן א האנט.

די פראקטישע חלק -

די קבוצה זאל זיין גלאבאל, וואס פארט אויף עטליכע הויפט יסודות, פארמאגט פארשריפטן פאר אינווייניגסטע קולטור אקטיוויטעטן, פראגראמען, ריטואלן, ארגאניזאציעס, און דעם גאנצן ספעקטרום. זי האט א צייטונג-וועבסייד, און ווי אויך אנווייזונגס האנט-ביכער, וואס גיט דורך-פירונגס פלענער (step-by-step guide) וויאזוי גרופעס זאלן זיך בויען אויף די אייגענע אקסלען די בכל אתר ואתר.

זי האט א headquarters, אן ערוועלטער קאמיטע, און פון דארטן קומט פראקטישע הילף לויט אירע מעגליכקייטן און לויט פערזענליכע בקשות, און דארט ווערן גרויסע החלטות באשטעטיגט. צענטראלע הילף רעכנט אריין הילף בכל תחומי החיים, און ניצליכע רעפרענצן. פון די צענטראלע קומען ארויס אקטיוויטעטן, אינטערהאלטונגס פראגראמען, און ביכער.

מיר האבן אייגענע ווערסיעס פון עטליכע וויכטיגע ארגאניזאציעס, די איבעריגע גיבן מיר אונזערע רעקאמענדאציעס דורך א מדריך בוך אדער פערזענליך דורך א שטאב מומחים מיט א גוטער רעפוטאציע. מיר האבן אפילו אן אייגענע ״בית דין״, דער בית דין איז בלויז להרבות שלום דורך goodwill, דאס הייסט אז מענטשן ווילן שליכטן א מחלוקה שטיל, האבן אונזער אפציע.

שטאמענדיג רוב פון אונז פון חסידים וואס ״עקשן״ און געפראוועכטץ איז אין אונזער די ען עי, האבן מיר אן אייגענער ווערסיע פון ״רעביסטעווע״, דאס הייסט א געפראוועכטץ ווינקל, יעדעס יאר נעמט א צווייטער דעם שרביט הרעביסטעווע. די רעביסטעווע באשטייט פון גיבן ווארימע חיזוק, ברכות, און שוישפיל. אלץ טייל פון פיטערן דעם חסידישן די ען עי, זענען מיר מולטי קולטורעל באוואוסטזייניג, מיר גיבן אן ארט פון אויסדרוק פאר מנהגים און אימרות און גייסטיגע ווינטן פון כל מיני חצרות.

ערטער מיט א קלענערער עולם קריגן פראפעסיאנאלע אנווייזונגען וויאזוי זיך צאמצוקומען פערזענליך אויף אן אופן עס זאל ברענגען גוטע פירות בעסער און בעסער, דהיינו פארגעשלאגענע זמנים פאר די צאמקומען, די נאטור און סטרוקטור פון די צוזאמענקומען וכו׳ וכו׳

ערטער מיט א גרעסערער עולם, קריגן אנווייזונגען - סטעפ ביי סטעפ גייד - וויאזוי צו בויען אן אייגן ״בית נאמן״, א פאקטישער שיל און צענטער, מיט אלע פיטשיפקעס מהמסד ועד הטפחות לויט אונזער מנהג.

ערטער מיט א שוין מכובד׳דיגער צאל אנ״ש קריגן הילף און גיידנס פאר עפענען זעלבסשטענדיגע מוסדות און ארגאניזאציעס, מיט גאר א קלארער מדריך פראטאקאל, און הילפס קוועלער.

ארום דעם דערמאנטן פרעים-ווארק, אין די ראם פון אנ״ש און לרוח אנ״ש, בויען זיך ארגאניזאציעס, עקאנאמיעס, און מיט וואס א יאר שפרודלט עס מער און מער.

דער קבוצה איז עקסטרעם געבויט אויף צוזאמען ארבעט און צוזאמענבוי און נישט אויף א one man show. זי איז געבויט אויף יעדן יחיד ויחיד׳ס תורם זיין פון די אייגענע כוחות, לויט פראפעסיאנאלע אנווייזונגען און געזונטע קאמיוניקאציע.

דאס איז וואס מיר האבן פאר דערווייל. פאר קאמענטארן שיקט אייער הערה צו [email protected] און מיר וועלן דאס אריינשמעלצן אינעם קומענדיגן פארבעסערטן ווערסיע וואס וועט ערשיינען אין א קומענדיגער שלב.

שירה חדשה שבחו גאולים! גוט שבת!
 
Back
Top