נישט יעדע הודעה פארדינט אן ענטפער

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
1,245
רעאקציע ראטע
11,608
פונקטן
1,943
היינט בינעך אין א אנגעדרייטער מאאד, כ'וועל שטויסן און זיך רעגן אויף יעדעם און קיינעם, (כ'מיין באמת קיינעם נישט פערזענדליך, קרעמל איז נאר מיין פאנטשינג בעג אויסצוגיסן דעם אומבטעמטן דריקעניש) אפשר וועט כאטש די פוינט ארויסקומען קלארער אזוי...

אויף מיין לעצטע טריפ צום דשונגל זעה איך אינעם אירפארט א חב״ד תפילין סטענד, ס'כאפט מיר א חשק און כ'גײ צו. פרעגט ער מיר ווי איז דיין תפילין?

איך פּיפּעלס פּליזער ענטפער אים "אין מיין רענצל" (וואס איז שוין אריינגעטשעקט)

פרעגט ער מיר צוריק מיט א קליינער חוזק שמייכל "ס'איז דאס ערשטע מאל דו פליהסט?! נעמסט נישט מיט די תפילין מיט זיך אויפן עראפלאן? (דאס איז שוין מיט א פארהאלטענדיגער מינע) כבוד התפילין!"

און איך שוטה ענטפער אים צוריק "כ'האב נישט געטראפן אזא הלכה אין שו"ע"

דאן געב איך זיך א כאפ, כ'קוק אים אריין אין די אויגן און כ'זאג אים "דאס איז נישט חב"ד! דאס איז נישט וואס ער האט געוואלט!" צייגענדיג אויפן בילד פונעם חבדסקער רבי.

און וואס מיינסטו? ער ענטפערט צוריק "אוואדע דאס איז וואס חב״ד טוהט"...

-

מענטשן ווערן צעקראצט פון אפאר מענטשן וואס זענען נישט עמאושענולי ערוואקסן.

גייסט זיך נאך טענהן מיט אים? שכל קען מען נישט קויפן!

אין שוהל ווען ער קומט צו צו א קופקע און עפנט די מויל, פרעגט ער די שאלה זיבן מאל העכער און העכער אהן פארשטיין פארוואס מ'ענטפערט אים נישט און פארוואס די שמועס ווערט עפעס פליצלינג גענדיגט ווען יעדער לויפט אוועק פונעם אומבטעמטן פעיגער.

און דו וועסט שטיין אנליין און זיך טענהן מיט אים אה יע, אה נאו.

ווי פלעגט רביה"ק זי"ע זאגן "די דריטע הקפה וועלך דיר לאזן טאנצן אליין"
-

ס'דא א שנירל ווער וויל טשעטן, דו טרעפסט זיך פליצלינג אין א חזירישע שמועס וואס דו פיהלסט נישט קאמפטערבול, און יענער בעהט פאר בילדער, אדער סיי וועלכער רייד ער נעמט דיר. וואס הייסט, ער בעהט? ס'מאכט נישט קיין סענס אים צו איגנארירן. ניין?

לאז אפ, ענטפער נישט!

אויב ער פעיגערט ווייטער אהן ווערן גענטפערט אדער ער בלעק מעילט דיר באריכט יענער אישי און שוין.

אין דיין שוהל איז דא מאלעסטערס און קראנקע מענטשן, דא אויך. שאקל זיך אפ, ער מעג בלייבן אהן קיין ענטפער.

דער נחש פרעגט חוה "ס'איז אמת אז גאט לאזט נישט עסן פון קיין שום בוים דא אינעם גארטן?!" אויש, לאמיר שנעל אויסקלארן, נאר פונעם עץ הדעת.

פארוואס ענפערסטו אים? זייט ווען קומט זיך אים אן ענטפער?!
-


פרייליכע נייעס קומט אריין אז ביי משפחת שעפטי הערט זיך פארלייכטערונג אטעמען, ב"ה די הכנות זענען געווען מיט סוקסעס... אה... כ'שפיר זיך בעסער. שכוח ❤️
 
פרייליכע נייעס קומט אריין אז ביי משפחת שעפטי הערט זיך פארלייכטערונג אטעמען, ב"ה די הכנות זענען געווען מיט סוקסעס... אה... כ'שפיר זיך בעסער. שכוח
דו דארפסט אנהייבן גיין אפטער הכנות, קומסט אריין זייער קלאר. שכח.
 
כ'שפיר זיך שלעכט, כ'האב גערעדט מיט א זלזול אויף מענטשן וואס האבן ווייניגער, כאילו אונז האבן באצאהלט אויף וואס אונז האבן. (אדער פארן זיין פון די רוב...)

און ווער ווייסט אפשר וועלן מענטשן האבן קאמפלעקסן אז זיי זענען נישט גענוג קלוג צו שרייבן וכדו'.

כ'טראכט פון פארמעקן דעם שנירל
אדער כאטש קלאר מאכן, כ'מיין באמת נישט ס'דא איינער וואס איז נישט קלוג וכדו'

אויב אין מיין פערסעפשאן איז א הודעה נישט ווערד קיין ענטפער מיינט עס נאכנישט אז יענער איז א שוטה.

און אפי' אויב ס'דא מענטשן וואס כאפן נישט געוויסע זאכן, איז כידוע אסאך קלוגע מענטשן כאפן נישט פונקטליך די סאושל קלוס (פונקט ווי שׁעלדאן...) און ס'נעמט נישט אוועק זייער רעכט פון זיך לאזן הערן. פארקערט זיי געבן אסאך צו.

דאס איז פון די שיינקייט פון מענטשהייט, איינער קומט אריין מיט א שיינער דרוש פון חז"ל כפתור ופרח און א צווייטער קומט אריין זייער בלאנט, א דריטער חושט ארום די מיט מענטשהייט אז ס'קען זיך דאכטן אז ער ווייסט שוין נישט וואס ס'מיינט 'עכט', אלעס איז א געים און פאליטיש, און אזוי ווייטער. אלעס האט באמת א חן.

איך פערזענדליך בין מיילן ווייט פון פערפעקט, און כ'וויל נישט מ'זאל מיר פיינט האבן אדער אראפ קלאפן פאר מיינע שוואכקייטן.

סאו כ'טוה תשובה פארן זלזול
כ'וויל עקסעפטן זיך און א יעדעם ווי אזוי אונז זענען!

וה' יברך את עמו בשלום 🙏
 
מעק גארנישט אויס, דו האסט זייער גוט געזאגט, א מענטש דארף וויסן אז ער איז בעה״ב אויף זיך אליינס און ער האט אלע רעכטן צו איגנארירן איינעם אויב ספעלט אויס, די פראבלעם איז אז אסאך מאל האט מען ליידיגע צייט און אויב א סקעמער קאלט אריין פונקט דעמאלטס קען מען אנהייבן טראכטן צו טריפן אויף די סקעמער און אזוי קען מען זיך טרעפן אפאר שעה שפעטער מיט אפאר שעה פון דיין לעבן אין מיסט.
ס׳איז זיכער אז מ׳דארף עפעס טוהן פאר איינעם וואס איז דא צו סתם חזיר׳ן, איך ווייס אפילו נישט צו סתם איגנארירן איז די עצה, צוריק מיט שפילען מיט די סקעמער ווייל מ׳האט ליידיג צייט גייסטו אין ערגעץ נישט אנקומען חוץ שטיפּן צייט (אייגענע עקספירענס), סוי די איינציגסטע עצה וואלט געווען אז מ׳זאל יא קענען באריכטן איינעם וואס איז נאר דא פארדעם אפילו ער פעיגערט נישט.
 
גראדע אמאל קען מען ענטפערן א תשובה פאר א צווייטן וואס יענער וועט פארלירן זיין צינגן
און מקיים זיין די פסוק וחרבו תבוא בלבו
 
היינט בינעך אין א אנגעדרייטער מאאד, כ'וועל שטויסן און זיך רעגן אויף יעדעם און קיינעם, (כ'מיין באמת קיינעם נישט פערזענדליך, קרעמל איז נאר מיין פאנטשינג בעג אויסצוגיסן דעם אומבטעמטן דריקעניש) אפשר וועט כאטש די פוינט ארויסקומען קלארער אזוי...

אויף מיין לעצטע טריפ צום דשונגל זעה איך אינעם אירפארט א חב״ד תפילין סטענד, ס'כאפט מיר א חשק און כ'גײ צו. פרעגט ער מיר ווי איז דיין תפילין?

איך פּיפּעלס פּליזער ענטפער אים "אין מיין רענצל" (וואס איז שוין אריינגעטשעקט)

פרעגט ער מיר צוריק מיט א קליינער חוזק שמייכל "ס'איז דאס ערשטע מאל דו פליהסט?! נעמסט נישט מיט די תפילין מיט זיך אויפן עראפלאן? (דאס איז שוין מיט א פארהאלטענדיגער מינע) כבוד התפילין!"

און איך שוטה ענטפער אים צוריק "כ'האב נישט געטראפן אזא הלכה אין שו"ע"

דאן געב איך זיך א כאפ, כ'קוק אים אריין אין די אויגן און כ'זאג אים "דאס איז נישט חב"ד! דאס איז נישט וואס ער האט געוואלט!" צייגענדיג אויפן בילד פונעם חבדסקער רבי.

און וואס מיינסטו? ער ענטפערט צוריק "אוואדע דאס איז וואס חב״ד טוהט"...

-

מענטשן ווערן צעקראצט פון אפאר מענטשן וואס זענען נישט עמאושענולי ערוואקסן.

גייסט זיך נאך טענהן מיט אים? שכל קען מען נישט קויפן!

אין שוהל ווען ער קומט צו צו א קופקע און עפנט די מויל, פרעגט ער די שאלה זיבן מאל העכער און העכער אהן פארשטיין פארוואס מ'ענטפערט אים נישט און פארוואס די שמועס ווערט עפעס פליצלינג גענדיגט ווען יעדער לויפט אוועק פונעם אומבטעמטן פעיגער.

און דו וועסט שטיין אנליין און זיך טענהן מיט אים אה יע, אה נאו.

ווי פלעגט רביה"ק זי"ע זאגן "די דריטע הקפה וועלך דיר לאזן טאנצן אליין"
-

ס'דא א שנירל ווער וויל טשעטן, דו טרעפסט זיך פליצלינג אין א חזירישע שמועס וואס דו פיהלסט נישט קאמפטערבול, און יענער בעהט פאר בילדער, אדער סיי וועלכער רייד ער נעמט דיר. וואס הייסט, ער בעהט? ס'מאכט נישט קיין סענס אים צו איגנארירן. ניין?

לאז אפ, ענטפער נישט!

אויב ער פעיגערט ווייטער אהן ווערן גענטפערט אדער ער בלעק מעילט דיר באריכט יענער אישי און שוין.

אין דיין שוהל איז דא מאלעסטערס און קראנקע מענטשן, דא אויך. שאקל זיך אפ, ער מעג בלייבן אהן קיין ענטפער.

דער נחש פרעגט חוה "ס'איז אמת אז גאט לאזט נישט עסן פון קיין שום בוים דא אינעם גארטן?!" אויש, לאמיר שנעל אויסקלארן, נאר פונעם עץ הדעת.

פארוואס ענפערסטו אים? זייט ווען קומט זיך אים אן ענטפער?!
-


פרייליכע נייעס קומט אריין אז ביי משפחת שעפטי הערט זיך פארלייכטערונג אטעמען, ב"ה די הכנות זענען געווען מיט סוקסעס... אה... כ'שפיר זיך בעסער. שכוח ❤️
אין תלמוד בבלי שבת זאגט ער
רבי עקיבא אומר
איזהו עשיר כל שיש לו אשה נאה במעשים
רבי יוסי אומר
כל שיש לו בית הכסא סמוך לשולחנו
משמע אז עס גייט צוזאם
 
היינט בינעך אין א אנגעדרייטער מאאד, כ'וועל שטויסן און זיך רעגן אויף יעדעם און קיינעם, (כ'מיין באמת קיינעם נישט פערזענדליך, קרעמל איז נאר מיין פאנטשינג בעג אויסצוגיסן דעם אומבטעמטן דריקעניש)
נעקסט טיים די פילסט אן אירדזש צו שטויסן און באקסן, קענסטו קומען צו מיר אנהאקן די ביינער, איים רעדי,


שעפטי‘ס שטויסן און זיך רעגן זענען זיס און געשמאק, א זעץ און א שטויס פון שעפטי קומט נאך אלץ מיט א פרישקייט און געשמאק, אווי איינער כאפט שמייסעס פונעם בעזעם אין שוויץ,

קללותיו של שעפטי ברכות הם,
 
אין תלמוד בבלי שבת זאגט ער
רבי עקיבא אומר
איזהו עשיר כל שיש לו אשה נאה במעשים
רבי יוסי אומר
כל שיש לו בית הכסא סמוך לשולחנו
משמע אז עס גייט צוזאם

@ריבי מ'קען זאגן פשטים עד אין סוף אין דיינע ווערטער
כ'הייב אהן מיטן סימן סיבה, פועל ונפעל, חקירה

1. אויב גייט די הכנות גרינג איז מען א גוטער גוסטע וואס איז משפיע אז די אישה זאל זיין נאה במעשים

2. אן אישה נאה במעשים מיינט בעיסיקלי א לעבן מיט ווייניג סטרעס וואס איז גוט פארן מאגן
 
Back
Top