- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 296
- רעאקציע ראטע
- 770
- פונקטן
- 123
איך האב געזוכט פאר ניסים סאאל'ס נאמען אױף קרעמל, אומגלױבליך, איך האב אים נישט געפונען. אז חזנות װאס האט אזעלכע שרשים אין אונזער קולטור זאל גענצליך איגנארירט װערן בײ אזױפיהל מענטשן איז עפעס װאס איז מיר אינגאנצן אומפארשטענדליך.
ער איז מײן מאָסט פעיװאָריט זינגער און חזן. ספעציעל זײן לױטערע שטארקע שטימע און עיבּילעטי ארױפצוציען גאר הױעך. װי אױך זײן יכולת נאכצומאכן די גאר דקות'דיגע דרײענישן און וויבּערירונגען מיט'ן שטימע פון רוזנבלט און משה קוסביצקי. דאס איז חוץ די הארציגקײט װאס ער האט אין זײן קול און אױכעט זײן ליבליכע אַפּיערענס. װען מ'הערט אדער מ'װאטשט אים זינגען, זײן רוהיגע דימיענער בשעת'ן מאכן די מערסט-קאמפליצירסטע קװעטשענישן, פיהלט אהן דער מענטש מיט א מין התרגשות, פלעזשור, און רילעקסעישאן אז ס'איז ממש װי ס'שטײט אין פסוק והיה כמנגן המנגן ותהי עליו רוח ה'. (פארװאס רוף איך אים זינגער װײל לדעתי איז דער בעסטער זינגער, א חזן!)
ערגעץ האב איך געלײענט אז ער איז ארגינעל פון קרית-יואל. ס'איז מיר שװער געװען צו גלײבן אז ער איז ממש פון סאטמאר אלײנס, ספעציעל גיװעֶן װי-אזױ ער קוקט הײנט אױס אבער אפשר בין איך מיך טועה?
איך בין נישט זיכער װאס זײן שטימע איז. כ'װאלט געזאגט א טענאר, כאטש איך קען מיך נישט אױס אין דיע הבחנות. נאר איך װײס אז גאר װײניג זענען א בּאַריטאן; אזױ װי שװארצמאן למשל (װער קען ברענגען נאך אידישע באריטאנס? - כ'געדענק כ'האב אמאל געהערט אײנעם א אידישע באריטאן - אומגעהױערליך שײן). הגם יוסל'ה רוזנבלט קומט אױך ארױף אלס באריטאן אין א אויבנאױפיגע גוגל סױרטש, מײן איך אבער אז ער איז אױך מער א טענאר געװען נאר ער האט אױך געהאט די מעגליכקײט אראפצוגײן זײער נידעריג, אבער דער שמועס איז פאר אנאנדערס מאל.
ניסים גיבט נישט ארױס קײן װידעאוס אדער רעקארדינגס אפט; מסתמא װײל יעדעס אײנע איז א מלאכה פאר זיך. אבער דוכט זיך ער טרעט אסאך אױף בײ קאנצערטן - װי ס'קוקט אױס פון יוטיוב. װי אױך פראדעצירט ער נישט קײן אײגענע קאמפאזיציעס; ער זינגט נאר נאך אנדערע (אפשר װעט ער זיך דאס אױסלערנען מיט די צײט, אבער מסתמא נישט װײל ס'איז עפעס װאס אדער האט מען עס, אדער נישט). ער האט אױך אפאר נישט-חזנותדיגע ניגונים און אפילו אײן אָפּעראַ סטײל ניגון פון עפעס א באקאנטער אפערא זינגער, פּוּטשיני.
אױך זעה איך אז אין ארץ ישראל מאכט מען פון אים א בּראַטל; מ'לײדנט אים אײן בײ גרױסע קאנצערטן און מעמאריעל דעיס. בקיצור, זײ האבן אײנגעזעהן אין זײן גדלות און זײ פאאָסטערן אדער פּעיטרענען אים.
אינאָהנאױבּ האט ער נאך פראדעצירט צוזאמען מיט יׂוחי בּריסקמאַן (װעמענ'ס רעקארדינגס כ'האב גראדע מער געגליכן) אבער הײנט זעהט אױס ער איז שױן צו פּאָש פאר דעם. איך װעל ברענגען פיהר פון זײנע בעסטע װערק לטעמי; װער עס האט נאך צוצולײגן װערט געבעהטן זיך צו לאזן הערן. אגב, דא איז זײן יוּטיוּבּ טשענעל.
די ערשטע איז די באקאנטע עננו פון קוסביצקי:
די צװײטע איז ה' מלך אױך פון קוסביצקי:
די דריטע איז עד הנה פון יוסל'ה:
די פערטע איז אמר רבי אלעזר, װידער פון יוסל'ה:

לעצט רעדאגירט: