ניסים סאאל - Nissm Saal

קץ דוחק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
324
רעאקציע ראטע
874
פונקטן
123
איך האב געזוכט פאר ניסים סאאל'ס נאמען אױף קרעמל, אומגלױבליך, איך האב אים נישט געפונען. אז חזנות װאס האט אזעלכע שרשים אין אונזער קולטור זאל גענצליך איגנארירט װערן בײ אזױפיהל מענטשן איז עפעס װאס איז מיר אינגאנצן אומפארשטענדליך.

ער איז מײן מאָסט פעיװאָריט זינגער און חזן. ספעציעל זײן לױטערע שטארקע שטימע און עיבּילעטי ארױפצוציען גאר הױעך. װי אױך זײן יכולת נאכצומאכן די גאר דקות'דיגע דרײענישן און וויבּערירונגען מיט'ן שטימע פון רוזנבלט און משה קוסביצקי. דאס איז חוץ די הארציגקײט װאס ער האט אין זײן קול און אױכעט זײן ליבליכע אַפּיערענס. װען מ'הערט אדער מ'װאטשט אים זינגען, זײן רוהיגע דימיענער בשעת'ן מאכן די מערסט-קאמפליצירסטע קװעטשענישן, פיהלט אהן דער מענטש מיט א מין התרגשות, פלעזשור, און רילעקסעישאן אז ס'איז ממש װי ס'שטײט אין פסוק והיה כמנגן המנגן ותהי עליו רוח ה'. (פארװאס רוף איך אים זינגער װײל לדעתי איז דער בעסטער זינגער, א חזן!)

ערגעץ האב איך געלײענט אז ער איז ארגינעל פון קרית-יואל. ס'איז מיר שװער געװען צו גלײבן אז ער איז ממש פון סאטמאר אלײנס, ספעציעל גיװעֶן װי-אזױ ער קוקט הײנט אױס אבער אפשר בין איך מיך טועה?

איך בין נישט זיכער װאס זײן שטימע איז. כ'װאלט געזאגט א טענאר, כאטש איך קען מיך נישט אױס אין דיע הבחנות. נאר איך װײס אז גאר װײניג זענען א בּאַריטאן; אזױ װי שװארצמאן למשל (װער קען ברענגען נאך אידישע באריטאנס? - כ'געדענק כ'האב אמאל געהערט אײנעם א אידישע באריטאן - אומגעהױערליך שײן). הגם יוסל'ה רוזנבלט קומט אױך ארױף אלס באריטאן אין א אויבנאױפיגע גוגל סױרטש, מײן איך אבער אז ער איז אױך מער א טענאר געװען נאר ער האט אױך געהאט די מעגליכקײט אראפצוגײן זײער נידעריג, אבער דער שמועס איז פאר אנאנדערס מאל.

ניסים גיבט נישט ארױס קײן װידעאוס אדער רעקארדינגס אפט; מסתמא װײל יעדעס אײנע איז א מלאכה פאר זיך. אבער דוכט זיך ער טרעט אסאך אױף בײ קאנצערטן - װי ס'קוקט אױס פון יוטיוב. װי אױך פראדעצירט ער נישט קײן אײגענע קאמפאזיציעס; ער זינגט נאר נאך אנדערע (אפשר װעט ער זיך דאס אױסלערנען מיט די צײט, אבער מסתמא נישט װײל ס'איז עפעס װאס אדער האט מען עס, אדער נישט). ער האט אױך אפאר נישט-חזנותדיגע ניגונים און אפילו אײן אָפּעראַ סטײל ניגון פון עפעס א באקאנטער אפערא זינגער, פּוּטשיני.
אױך זעה איך אז אין ארץ ישראל מאכט מען פון אים א בּראַטל; מ'לײדנט אים אײן בײ גרױסע קאנצערטן און מעמאריעל דעיס. בקיצור, זײ האבן אײנגעזעהן אין זײן גדלות און זײ פאאָסטערן אדער פּעיטרענען אים.

אינאָהנאױבּ האט ער נאך פראדעצירט צוזאמען מיט יׂוחי בּריסקמאַן (װעמענ'ס רעקארדינגס כ'האב גראדע מער געגליכן) אבער הײנט זעהט אױס ער איז שױן צו פּאָש פאר דעם. איך װעל ברענגען פיהר פון זײנע בעסטע װערק לטעמי; װער עס האט נאך צוצולײגן װערט געבעהטן זיך צו לאזן הערן. אגב, דא איז זײן יוּטיוּבּ טשענעל.

די ערשטע איז די באקאנטע עננו פון קוסביצקי:

די צװײטע איז ה' מלך אױך פון קוסביצקי:

די דריטע איז עד הנה פון יוסל'ה:

די פערטע איז אמר רבי אלעזר, װידער פון יוסל'ה:
 
לעצט רעדאגירט:
ערגעץ האב איך געלײענט אז ער איז ארגינעל פון קרית-יואל. ס'איז מיר שװער געװען צו גלײבן אז ער איז ממש פון סאטמאר אלײנס, ספעציעל גיװעֶן װי-אזױ ער קוקט הײנט אױס אבער אפשר בין איך מיך טועה?
געוויס, א היימיש קינד.

איך קען זיינע ברודער, באקאנטע היימישע אינגעלייט אין סאטמאר
 
סאוי ער האט געלערנט אין סאטמאר קר"י? פארוואס האט ער זיך נישט געפונען א קאריער דארטן אלס חזן אויף ימים נוראים למשל? איי מיען, וואס איז דאס גיין מיט א קאלירטע העמד?
 
סאוי ער האט געלערנט אין סאטמאר קר"י? פארוואס האט ער זיך נישט געפונען א קאריער דארטן אלס חזן אויף ימים נוראים למשל? איי מיען, וואס איז דאס גיין מיט א קאלירטע העמד?
איך ווייס נישט זיין היסטאריע, און איך בין גראדע נייגעריג צו הערן זיין דשערני.

אפשר דארף מען בעטן נחי זאל אים אינטערוויוען
 
איך ווייס נישט זיין היסטאריע, און איך בין גראדע נייגעריג צו הערן זיין דשערני.

אפשר דארף מען בעטן נחי זאל אים אינטערוויוען
נעה, יאבו איז וועי בּילאוֹ הים.
אפי' אויף רדיו קול חי (דוכט זיך) וואס כהאב געזעהן מיט אים איז שוואך געווען. נאך עפעס א חזן דזשוינט אים דארטן (כ'מיין זיי האבן געזאגט אז יוחי האט א שיטה זיך נישט אינטערציוויאוּען) אבער יענער האט א שילשול אויפ'ן מויל און לאזט סאאל'ען נישט קומען צום ווארט. גראדע זאגט ניסים דארטן אז ער וויל אויכעט קאוֹמפּאוֹזן נייע ווערק, ונראה אם זה יתממש. ווי כ'האב אויבן געזאגט איז עס נישט עפעס וואס מ'קען זיך אויסלערנען. מ'דארף געבוירן ווערן דערמיט.
 
לעצט רעדאגירט:
דא האט עטץ די אינטערוויו פון וואס איך רעד
 
אין װיקיפידיע האב איך געזעהן אז ניסים'ס װאָקעל רעינדזש (די מרחק צװישן זײן נידריגסטע און העכסטע פּיטש) שטרעקט זיך מער פון 4 אוקטעיבס (12 נאָטן אדער באטנס אױף א קיבאורד - 7 װײסע + די פינף שװארצע אינצװישן זײ), נישט אינקלודינג זײן פֿאַלסעטאָ (ענליך צו די קאפ שטימע אבער דיסטינקט - מער פון די האלדז - מיט װאס מ'קען מיט דעם מימיקען העכערע אוקטבות).
צו געבן א מושג, יאסעלע רוזנבלט'ס רעינדזש איז געװען 3 אוקטבות, אַקאָרדינג צו גוגל, אינקלודינג זײן פֿלצֶט.
דאס מאכט אים, סאאל, פאר א ריכטיגע חד בדרא; און נאך גרעסער פון יוסל'ה אין א געװיסן זין. און אנדערע גרױסע חזנים זענען מסכים מיט דעם אז ער איז א חד בדרא אדער חד דורית אין עברית.

איך מײן אז דאס איז אױך די סיבה פארװאס ער קען נאכזינגען משה קוסביצקי. אײנער קען באשטעטיגן?
 
לעצט רעדאגירט:
מײנד יוּ, ס'איז דא א רוסישע-אוקרײנישע זינגער װײטאַלי װלאַדאַסאָװיטש גראכעװ המכו' װיטאס, װעמענ'ס רעידנזש שטרעקט זיך איבער 7 אָקטעיבֿס. הער למשל דא, קודם בײ מאַרק 0.57 און נאכדעם בײ 2.53 מינוט מארק. אנבּעליװעבּל. אגב דאס הערט זיך װי א פלצט.
 
און דא האט איר נאכאײנס: 2.08 מארק און נאכדעם זעה 3.03. (ער איז גראדע פון אידישע שטאַמען.)

הגם ס'איז דא אײנע פון 8 אקטעיװס און אײנער אפי' פון צען אבער זײ זענען שױן אדער סתם גרעפּצעס אױף די נידעריגע פּיטשעס און הײזעריגע סאַאוּנדס אױף די הױכע רעינדזש פיטשעס. סאױ ברענג איך עס נישט.
 
אקעי, דא האט עטס טים סטאָרמס פון צען אקטעיװס. גינעס רעקארד בוך פאר נידעריגסטע טאָן ניגון.
 
דא האט איר, שױן א בעסערע אינטערװיאוּ מיט מנחם טוקר פון רדיו קול-חי. צוזאמען מיט סאאל איז דער מוזיקאי מנחם בּריטׂובסקי; שײנט צו זײן זײער נאָלידזשעבּל און עמיצער מיט װעם סאאל קומט זיך גאר גוט אױס. אױף דעם װידעאו האב איך מיך אױסגעלערנט די כלל-נאמען (קׂולׂורוּטוּרָה) אױף די אלע סארט דרײדעלעך (ריצות, טרילים וקפיצות) מיט'ן קול. 😆. אױך טוהט ניסים באשטעטיגן אז ער איז אינדערמיטן פון ארבעטן אױף א נײער חזניש שטיקל. כ'קען נישט װארטן!
 
זײער שײן. שקױעך! כ'האב קײנמאל נישט געהערט פון אים. הגם ר' שמעון זאב מײזליש װאלט געזאגט אז לא שמיה ניגון װײל ער קען עס נישט נאכזינגען :ROFLMAO:
 
אגב איך זעה יעצט אז וועגן יוחי בּריסקמאַן איז נאך אויך נישטא א שנירל.
אגב, אז מ'רעדט שױן װעגן יוחי, ברױך מען װען צוזאמנעמען פּעטיציעס ער זאל צוריק אהנהױבן מאכן פּראָדזשעקט עקסעס מיט ליפא שמעלצער װײל הילל און דסקל װעפּן בגדול..
 
אז דו רעדסט שוין יא פון אלגעמיינע חזנים, ווי קען זיין אז דו רעדסט נישט פון "Dimash Qudaibergen"?
ער איז נישט נארמאל. די קאנטראל ער האט אױף זײן שטימע און װי ער שפרונגט סיעמלעסלי צװישן װאקעל רעדזשיסטערס און סטײלס. זעה איך אין גוגל ער קאװערט 6 אוקטעיװס און איז א לאָׂו בּאַריטאָן און הײַ סאָפּראַנאׂו (יוזשעלי א פרױ'ס װערסיע פון דער מאן'ס טענאר).
נאר כ'האב באמערקט אז װען ער זינגט נידעריג קומט ער ארײן סלײַטלי הײזעריג; מאנכע טענה'ן דאס איז שײן. ספעציעל בײ פרױען (װען זײ רעדן) אבער לדעתי איז עס א שטיקל חיסרון זײנער. דאך, ער ספענט דאך רוב צײט אין הױכע פאלצעטויס במילא איז אקעי.
 
Back
Top