- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 88
- רעאקציע ראטע
- 286
- פונקטן
- 63
כ'האב דעם שנירל א נאמען געגיבן אזוי, אין א שפיהל אויף די װערטער קץ המגולה וקץ הימין און מײן ניק קץ דוחק (ֹװאס איז בעצם אױך א שפיהל אױף מוך-מוח דחוק און נאך עפעס װאס איז א חשש גילוי), זײענדיג מרמז אז אין דער שנירל װעל איך פרובירן זיך צו דערטראכטן עד הסוף, פּוּשן די בּאַוּנדעריס װי אזױ מען זאגט, סײ אין נגלה סײ אין נסתר. הגם אין נסתר קען איך נישט קײן סאך. אבער װײסטאך, װאס דו האסט נישט געזעהן ביז הײנט איז געװען נסתר פאר דיך.
אההעםם.. די מײק ארבעט? יא! אקעי, מ'גײמיר לײװ.
ס'איז מיר אזױ אײנגעפאלן אז יענע װעלט קען פשוט זײן אזא אנדערע אדער בעסער א פארקערטע װעלט װי דאהי. ד.ה. אזױ װי עס זענען איבעראל דא דבר והפיכו. װײס, שװארץ; װינטער, זומער. דיע האלבע ערד-קוגל און די אנדערע האלבע ערד-קוגל. ספעיס װײסמיר דאך הײנט איז אויך מסברא א דבר עגול. איז מסתמא יענע װעלט גארנישט מער רוחני אדער סופערנעטשרול װי אונזער; ס'איז נאר פשוט די פארקערטע זײט פון אונזער מציאות אױב ס'איז שײך אזא זאך צוזאגן. א פארקערטע דימענשאן. פולי גשמיות'דיק. מיט א דיפערענט סעט פון נאטורליכע געזעצן. און דארטן מוטשעט מען זיך מיט גאט און מיט אלע קשיות פונקט װי אונז. אזױ װי מ'לעבט דא זיבעציג אכציג יאר, לעבט מען דארטן אויך פאר א באשטימטע תקופה ביז מ'קומט צוריק אהער.
נאך מער, איך גלױב נישט אז זײ קענען עפעס אונז אנקוקן, זעהן װאס מיר טועהן, זעכער נישט אינטעװינירן אין אונזערע געשעפטן, גענוי װי מיר קענען זיך נישט מישן אין זײערע געשעפטן. איך בין משער אז אין יארן צוקומען װעט מאדערנע סײענס אפילו ערפונדן א װעגן װיאזוי צו קאמיוניקירן צװישן די צװײ דימענשאנס, און זיך איבערגעבן מעסידזשעס אײנער דעם צװײטן, אפשר אפילו טרעװלען צװישן די צװײ דימענשאנס אהן דארפן שטארבן, אזױ װי קאלאמבוס האט אײן טאג אױסגעפונען אמעריקע און אזױ װי זײ װעלן אײן טאג געפונען מענטשן אויף אנדערע פלאנעטן.
ס'מאכט פשוט נישט קײן סענס אז די נשמות װי אזױ מאנכע רופן זײ זאלן קענען זעהן און מיטהאלטן אלץ װאס מיר טועהן און נישט קענען אדער טשוזן, נישט צו אינטעװענירן. איך פארשטײ פרי-טשױס, בחירה בלא בלא בלא אבער קאמאן, װער װיל דען נישט סטאפן א האולאוקאוסט? װער װיל דען נישט װארענען זײן קינד און געבן א העידס אפ נישט צו פארן יענעם װעג װײל דארטן איז דא העװי טרעפיק אדער גאר א גליטשיגע און אײזיקע שנײ?
כ'האב נאר געטראכט אז אולי, מיט װאס איז זי א פארקערטע דימענשאן פון אונזערס? אז בשעת װאס אין אונזערס איז מען מוגבל אין מח, דאס הײסט א מענטש קען נישט אלצדינג פארשטײן אבער מ'איז נישט מוגבל אין גוף, דאס הײסט מ'קען (אז מ'האט די מעגליכקײטן) אין טעאריע אנקומען איבעראל אויפ'ן ערד-קוגל. דאס מײנט, מ'איז מוגבל במחשבה אבער אומבאגרעניצט אין גוף. איז אױף יענע װעלט (אדער דימענשאן) איז מען פארקערט: נישט-מוגבל במחשבה, מ'פארשטײט און מ'װײסט אלעס אבער מ'איז מוגבל בגוף. (אײ כ'האב פריער געזאגט זײ האבן די זעלבע קושיות, איה"נ זײ װײסן אלעס חוץ די גאט קשיא) נישט דוקא מוגבל אבער מ'האט נישט קײן גוף. סאוי אין טעאריע "ברויך מען נישט" אינערגעץ פאָרן װײל מ'איז איבעראל אבער מ'דארף און מ'קען נישט אינערגעץ גײן; סאוי מ'איז קײנד-אף מוגבל אין גוף. דארף מען נאך אבער אויסארבעטן די שאלה צו ס'איז דא מקום = ספעיס בכלל אין יענער דימענשאן. לכאו' יא. אבער כ'װעל טראכטן.

לעצט רעדאגירט: