נייעס פון מדינת ישראל און ארום

1752529491945.png

דער אפיציעלע פיקטשער ווי אלע 4 דגל התורה חברי הכנסת וואס זענען אין ביבי'ס רעגירונג און קאאליציע שרייבן אונטער זייער רעזיגנאציע.

זיי ווערן איצט נארמאלע חברי הכנסת, און דאס מיינט אז זיי שטופן ארויס ברוכי א נארוועגישער חבר הכנסת וואס ווערט איצט אויס חבר הכנסת.

דאס זעלבע גייט זיין מיט ראטה א קלויזנבארגער נארוועגישער חבר הכנסת המינים וואס איז נאר דארטן ווייל טעסלער דער וויזניצער און פרוש זענען אין קאאליציע. די 2 האבן נאך נישט געוויזן זייער בילד וויאזוי זיי רעזיגנירן. מילא אין ארץ ישרא' קען זיך אלעס טוישן, ווילאנג מ'זעהט נישט קיין בילד איז אגודה נאך אינעווייניג.

זשאסט טוה שוי ווי שנעל זאכן טוישן זיך אז פאריגער וואך האט נאך געהייסן אז דער בעלזער אייכלער ווערט האוזינג מינסטער... ביי. די וועי. ער קען נאך ווערן... די איזראעלי פאליטיק איז אנפרעדיקטעבעל.
 
איך האב א שטיקעל פראגע פארצולייגן פאר די לינקע לאגע וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט, יעדעס מאל איינער איז זיך פורש פון די ממשלה זענען זיי אים מצדיק און זענען משביח אין די באשלוס, אבער בשעת זיי זיצען אין די קואליציה הערט מען זיי נישט אויף פאניגן און אראפ דרייען זייער קאפ וועגן די הייליגע חטופים, הערט'ס שוין אויף מיט די אלטע אויסגעוועפטע פאליטישע שפילעריי יעדער ווייסט אז עס גייט ענק (לינקע אופוזיציה אין אנדערע ווערטער) אן די חטופים א רעייטעך פון ענקער זייט זאלן זיי בלייבן דארט ביז משיח'ס טאג אזוי האבן זיי וואס צו רעדן און קייען וואסער אין כנסת און אויף די מידע, די איינציגסטע וואס זארגט זיך באמת און טוהן יומם וליליה פאר די חטופים איז אך ורק די רעכטע - די יעצטיגע ממשלה.
 
מסתמן מהלילה: חיים כץ שר התיירות, השיכון והבינוי, הפנים והדתות, העבודה ובלי תיק, הרווחה והביטחון החברתי, הבריאות וסגן שר התחבורה, מסורת ירושלים מסורת ישראל ומירון, שר נוסף במשרד הרווחה, שר במשרד החינוך, סגן שר החקלאות וביטחון המזון וסגן שר התרבות והספורט. (מאחורי הפרגוד)
 
איך האב א שטיקעל פראגע פארצולייגן פאר די לינקע לאגע וואס באדערט מיר שוין א לאנגע צייט, יעדעס מאל איינער איז זיך פורש פון די ממשלה זענען זיי אים מצדיק און זענען משביח אין די באשלוס, אבער בשעת זיי זיצען אין די קואליציה הערט מען זיי נישט אויף פאניגן און אראפ דרייען זייער קאפ וועגן די הייליגע חטופים, הערט'ס שוין אויף מיט די אלטע אויסגעוועפטע פאליטישע שפילעריי יעדער ווייסט אז עס גייט ענק (לינקע אופוזיציה אין אנדערע ווערטער) אן די חטופים א רעייטעך פון ענקער זייט זאלן זיי בלייבן דארט ביז משיח'ס טאג אזוי האבן זיי וואס צו רעדן און קייען וואסער אין כנסת און אויף די מידע, די איינציגסטע וואס זארגט זיך באמת און טוהן יומם וליליה פאר די חטופים איז אך ורק די רעכטע - די יעצטיגע ממשלה.
איך קען ווען פרובירן צו ענטפערן, ווען איך פארשטיי די קושיא.
 
"החלופה היא שהמפלגות החרדיות ישבו באופוזיציה, אך יעניקו לממשלה רשת בטחון, ולא יפעלו להפלת הממשלה. ייתכן גם כי יחפשו הזדמנות לשוב אל ספסלי הקואליציה לאחר הפגרה, אם יימצא פתרון מניח את הדעת לסוגיית הפטור מגיוס עד אז. הניתוק מנתניהו וממשלתו יעמיד את ש"ס ויהדות התורה כלשון מאזניים והן יוכלו להחליט בכל רגע נתון על פיזור הכנסת אם ירצו בכך.
דאס איז א שטיקעל פון די הארץ צייטונג זיי שרייבן דא אז די אופוזיציה קען יעצט פארדינען מיט די אריינקום פון די חרדישע פארטיי און אפשר דאס וועט גאר פירן צום לאנג ערוואטענע צאמפאל פון די ממשלה און ברעגן פרישע וואלן אין לאנד".
יעצט צוריק צו מיין פראגע, ביז צוויי שעה פאר דגל התורה האט ארויסגלייגט זייער אפציעלע מעלדונג אז זיי גייען ארויס פון ממשלה האט מען זיי אראפ געריסן אז זיי קומערן זיך נישט מיט די חטופים און מיט דריי חיילים וואס זענען נעבעך אומגעקומען אויפ'ן פראנט אין עזה, פלוצלונג ווען זיי גייען ארויס פון די ממשלה זענען זיי פריינט מיט די חרדישע פארטייען און גאר וועלן ארבעטן צוזאמען, ווי זאגט מען אין עברית "זה קצת מוזר אצלי".
 
כ'מיין אזוי ארבעט פאליטיק
 
איך וויל נישט שרייבן שארף (בפרט נאך וואס נעכטן האב מיך אביסל צולאזט, זייענדיג אנגעשטרענגט פונעם תענית), אבער במח"כ איך ווייס נישט צו דו פארשטייסט נישט קיין עברית, אדער פארשטייסטו נישט וויאזוי מ'ליינט פאליטישע אנאליזן.

די הארץ צייטונג לייגט דא פאר מעגליכע סינעריאס וויאזוי די כנסת גייט גיין ווייטער פון דא, מעגליכקייט 1, אז די חרדים גייען אקטיוו ארבעטן מיט די אפאזיציע צו אראפברענגען ביבי'ס ממשלה, מעגליכקייט 2, אז זיי גייען נישט ארבעטן מיט די אפאזיציע, נאר מיט די קאאליציע.

דו האסט אראפגעברענגט די צווייטע אפציע, פון ווי זעסטו דא אז די אפאזיציע איז
אים מצדיק און זענען משביח אין די באשלוס
?????
דו האסט בכלל נישט פארשטאנען די גאנצע אנאליז.

סאו נאכאמאל איך פארשטיי נישט דיין קושיא, אויב דיין קושיא איז וויאזוי קען די אפאזיציע ארבעטן מיט די חרדים, איז עס אזוי ווי @עמרם זאגט כך הוא דרכה של פוליטיקה. ווען ביבי איז געווען אין אפאזיציע, האט ער געארבעט צוזאמען מיט איימן עודה צו אראפברענגען בנט'ס ממשלה.

אויב מיינסטו אז איינמאל די חרדים גייען אין אפאזיציע, איז די אפאזיציע זיי משבח. לא דובים ולא יער. די חרדים מיט זייער התנגדות צו עני חוק גיוס, זענען היינט די מערסטע אפגעפרעגט און אראפגעקוקט ביי די אפאזיציע פארטייען.

אויב מיינסטו אז די אפאזיציע פרייט זיך אז די חרדים גייען ארויס, אוואדע פרייען זיי זיך. סיי מצד פוליטיקה - פונקט ווי ביבי האט זיך געפרייט ווען סילמן איז ארויס פון בנט'ס ממשלה, כלומר: כך הוא דרכה של פוליטיקה.
און סיי אלס מענטשליכקייט, אז זיי האלטן אז ביבי'ס ממשלה האלט צוריק פון עיסקת חטופים, און אז ס'וועט זיין א נייע ממשלה וועט יא זיין א עיסקת חטופים.
דאס איז אויסער אלע הונדערטער פראבלעמען וואס די פארפוילטע רעגירונג האט אנגעברענגט אין ישראל.

ואגב, איך בין נישט דער דובר פון די לינקע לאגער, און א ודאי נישט פון די הארץ צייטונג.
 
און אז ס'וועט זיין א נייע ממשלה וועט יא זיין א עיסקת חטופים
וויאזוי פלאנען זיי ס'זאל זיין א נייע ממשלה?

דהיינו אויב גייען זיי נישט נאכגעבן די גיוס פאר די חרדים, גייען זיך די חרדים נישט צושטעלן צו זיי,

באמת, יעצט אפי' ש''ס זאל אויך ארויס גיין, גייט די ממשלה נישט גלייך פאלן
ביבי קען עס לכאורה שטיפן ביז די נעקסטע תקציב, און דעמאלסט וועט שוין זיין אין די 6 חדשים פון די אפציעלע בחירות, וועלן זיי יעצט דאך גארנישט אויפטאן.

און אפי' ס'וועט יא פאלן, איז זייער שווער אז ס'זאל זיין א לינקע רעגירונג
אפי' אויב די חרדים וועלן נישט גיין מיט ביבי, וועט ער קענען נעמען אפאר פון די צענטעריסטן וכדומה
עכ''פ פאר די לינקע װעט זיכער זיין אסאך שווערער
 
1752598614928.png

ש''ס מעלדט איצט אז זיי גייען נישט ארויס פון ביבי'ס רעגירונג ביז ענדע די אנדערע וואך וואס דאן גייט מען אויף 3 חדשים זומער אורלויב.

אלע פאליטישע אנאליסטן זאגן אז ביבי וועט אויסנוצען דעם זומער צו מאכן שלום מיט די חרדים.

ווייל די לינקע זענען דאך אסאך ערגער כלפי גיוס.

און בכלל זענען די חרדים זייער רעכט געשטימט און האסן די לינקע כלפי ציונות.
 
לעצט רעדאגירט:
און בכלל זענען די חרדים זייער רעכט געשטימט און האסן די לינקע כלפי ציונות
נישט אלע...

געוויסע זענען בעצם זייער לינק, נאר וויבאלד די לינקע זענען אויך אנטי דת קענען זיי נישט גיין מיט זיי
 
ש''ס מעלדט איצט אז זיי גייען נישט ארויס פון ביבי'ס רעגירונג ביז ענדע די אנדערע וואך וואס דאן גייט מען אויף 3 חדשים זומער אורלויב.

אלע פאליטישע אנאליסטן זאגן אז ביבי וועט אויסנוצען דעם זומער צו מאכן שלום מיט די חרדים.

ווייל די לינקע זענען דאך אסאך ערגער כלפי גיוס.

און בכלל זענען די חרדים זייער רעכט געשטימט און האסן די לינקע כלפי ציונות.
ש"ס האט היינט אפציעל פארלאזט די ממשלה נאך א אסיפה דורך די מועצת חכמי התורה ווי מען האט דן געווען די מצב און אריה דרעי האט פרובירט לייגען לחץ אז מען זאל יא פארבלייבען אבער מרן הראשל"צ ר' יצחק יוסף האט געפסקענט אז מען ברויך ארויסגיין פון די ממשלה
 
1752686666716.png

ארי' דערי איז א געוואלדיגער היסטארישער לץ,

ער בוכה'ט ביי זיינע דרשות מיט א אפגעשיילטער צוויבל,

דאס ליגט אים אין בוזעם טאהש נעבן זיינע אויגן, אזש, אז טרערן זאל זיך גיסן פון זיינע אויגן פאר די קאמארעס....

דאס איז א גרויסער וויץ, זיי אלע די חרדים מעלדן, אז זייער פארלאזן דעם ממשלה.

אבער עס מיינט נישט גארנישט, דהיינו גארנישט טוישט זיך נישט.

זיי גייען שטימען קעגן לאפיד מיט באנעטה נעקסטע וואך מאנטיג אז מ'זאל ''נישט'' אומווארפן די ממשלה.

ביבי בלייבט פרעמיער מיט די הילף פון אלע פרומע חרדישע חברי הכנסת ווייטער ''פאר די טיים ביאינג''.

דאס איז א נארישע קינדער שפיל פון אגודה דגל און איצט ש''ס.

ארי' דערי האט אן אפמאך מיט ביבי צו האלטן אלע פאזיציעס פאר אים ביז נאך זומער.

ביבי האט טאקע א 'ממשלת מיעוט' אבער דאך א ממשלה.

און די חרדים שפילן איין גרויסער צירקוס ''געים'' כאילו זיי זענען קעגן ביבי'ן...

זיי האסן די לינקע צו שטארק צו פטור ווערן פון ביבי.

די חרדים זענען די גרעסטע היפאקריטישע ציוניםלעך;

זיי ווילן בשום אופן נישט גיין אין מיליטער אבער זיי זענען קעגן אראבער מער ווי די פרייע ציונים.

דאס קומט פון אונזער קליין קעפיגקייט, אונזער אראגאנץ און איגנאראנץ.

עמי הארצות כלפי וועלטליכע היסטארישע ידיעות און ''בעסיק'' אנושיות;

אז מ'הארגעט נישט יענעם ווייל די גלוסט זיך אזוי!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top