שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 365
- רעאקציע ראטע
- 1,292
- פונקטן
- 213
דער אפיציעלע פיקטשער ווי אלע 4 דגל התורה חברי הכנסת וואס זענען אין ביבי'ס רעגירונג און קאאליציע שרייבן אונטער זייער רעזיגנאציע.
זיי ווערן איצט נארמאלע חברי הכנסת, און דאס מיינט אז זיי שטופן ארויס ברוכי א נארוועגישער חבר הכנסת וואס ווערט איצט אויס חבר הכנסת.
דאס זעלבע גייט זיין מיט ראטה א קלויזנבארגער נארוועגישער חבר הכנסת המינים וואס איז נאר דארטן ווייל טעסלער דער וויזניצער און פרוש זענען אין קאאליציע. די 2 האבן נאך נישט געוויזן זייער בילד וויאזוי זיי רעזיגנירן. מילא אין ארץ ישרא' קען זיך אלעס טוישן, ווילאנג מ'זעהט נישט קיין בילד איז אגודה נאך אינעווייניג.
זשאסט טוה שוי ווי שנעל זאכן טוישן זיך אז פאריגער וואך האט נאך געהייסן אז דער בעלזער אייכלער ווערט האוזינג מינסטער... ביי. די וועי. ער קען נאך ווערן... די איזראעלי פאליטיק איז אנפרעדיקטעבעל.