נייעס פון מדינת ישראל און ארום

די אמאליגע לינקע זענען אין א געוויסע זין געווען מער רעכט ווי די היינטיגע רעכטע.
(אויב רעכט און לינק רעכנט מען לויט מוותר זיין פאר טעראר, וכדומה)
די גרינדער פון די מדינה,סענען גיוועהן לינק געשטימט קרוב צו קאמיוניזם,סיי מיט די ענינים פון דת ואמונה,סיי מיט די הנהגה פון די ממשלה און די עקאנאמיע,דאס איז די גורם וואס כאטש די פארגייער פון ציונות,זענען גיוועהן די חובבי ציון ערליכע און פרומע אהנגיפאנגען פון רבי צבי פון קאליש ״,און רבי אליהו פון גריידיץ, און אזעלכע גדולים ווי דער נצי״ב, און רבי שמואל מאהליבער
אויך איז באקאנט די תלמידי הגר״א,וואס האבן גיהערט פון איהם צו טהון אין יישוב ארץ ישראל מקרב צו זיין די גאולה,און דער חשק שלמה פון ווילנא,וואס האט מקבל פנים גיוועהן בדרך כבוד
אליה הערצל , נאר ווי די כופרים-קאמיונסטן וואס
מען האט א נאהמען גיגעבן ציונים,האבן זיך אריינגעריקט , האבן זיי בעל כרחך ארויס געשטופט די פרומע , אויסער עטליכע וואס זענען געבליבן מיט זיי,ווייל זיי האבן געגלייבט אז אין דער עתיד וועט זיך עס אויס ארבעטן
אבער דאס איז קלאהר אז די ערשטע גרינדער זענען
גיוועהן לינקע קאמיוניסטישע כופרים
קען זיין ווען הערצל לעבט וועהן לענגער, וואלטן וועהןמער פרומע גיקענט בלייבן, און עס וואלט זיך וועהן אנדערש אויס גישטעלט,ווי למשל מען וואלט וועהן ביי די מלחמת השחרור, איינגינומען א חלק פון עבר הירדן,עס באלאנגט דאך צו אונז יידן מנחלת אבות נאר די לינקע מיט בן גוריון בראש האבן עס אויפגיגעבן .
 
די פאפולערע באקאנטע דזערנאליסט אמית סגל, איז ארויסגעקומען מיט א באריכט,
אז פאַר די צב"א האט געזאלט אריינגיין אין עזה סיטי (מרכבות גדעון ב'), האבן די בלוט דורשטיגע חאמאס קעמפער געהאט א פלאן צו קאלט בלוטיג ערמארדען א לעבעדיגע חטוף, און אים צוריק שיקן קיין מד"י מיט א צערעמאָניע, טענה'נען'דיג אז ער איז אומגעקומען פון די איזראעלי באמבאדירונגען, און אזוי ארום אנזייען גרויס כאוס אין מד"י, און מעגליך אפ' אפהאלטן די חלק פון אריינגיין אין עזה סיטי,
ער (עמית סגל) זאגט מער, אז זיי האבן שוין אפ' געהאט אפגעמאכט ווער עס וועט זיין די קורבן ה"י,
די פלאן איז געקומען צו אן אפשטעל, נאכדעם וואס מד"י האט דורכגעפירט די (אזויגערופענע) דורכגעפאלענע אטאקע אין קַאטַר ,
קוקט אויס אז עס איז נישט געווען אזא דורכפאל....
ב"ה!!!
 
די פאפולערע באקאנטע דזערנאליסט אמית סגל, איז ארויסגעקומען מיט א באריכט,
אז פאַר די צב"א האט געזאלט אריינגיין אין עזה סיטי (מרכבות גדעון ב'), האבן די בלוט דורשטיגע חאמאס קעמפער געהאט א פלאן צו קאלט בלוטיג ערמארדען א לעבעדיגע חטוף, און אים צוריק שיקן קיין מד"י מיט א צערעמאָניע, טענה'נען'דיג אז ער איז אומגעקומען פון די איזראעלי באמבאדירונגען, און אזוי ארום אנזייען גרויס כאוס אין מד"י, און מעגליך אפ' אפהאלטן די חלק פון אריינגיין אין עזה סיטי,
ער (עמית סגל) זאגט מער, אז זיי האבן שוין אפ' געהאט אפגעמאכט ווער עס וועט זיין די קורבן ה"י,
די פלאן איז געקומען צו אן אפשטעל, נאכדעם וואס מד"י האט דורכגעפירט די (אזויגערופענע) דורכגעפאלענע אטאקע אין קַאטַר ,
קוקט אויס אז עס איז נישט געווען אזא דורכפאל....
ב"ה!!!
די קאטאר באמבארדירונג האט גיברענגט די וואפנשטילשטאנד,און האפענטליך א מהלך צו א דויערהאפטיגן שלום אפמאך,עס האט בכלומפרש׳ט
אויפגירעגט טראמפ אויף נתניהו- וואס זיין פאמיליע
טהוט ביזנעס מיט קאטאר,אבער נאכמער האט עס
אריינגיברענגט א פחד אין די חמס פירער, אז זיי זענען עקספאוסט צו די יד ישראל וואס קען זיי דערגרייכן, האבן זיי אהנגיהויבן מסכים צוזיין צו דערליידן די עקזיסטענץ פון מדינת ישראל , מדינת האט אויך מסכים צו אנערקענען די אספיראציע פון
די פאלעסטינער פאלק צו א מדינה, מיט א תנאי אז זיי וועלן טוישן די חינוך און די לימודים פון די יינגע
צו א טאלעראנץ פון א יידישע מדינה , מיט די ענד גאול פון צוויי שטאטן שכנים ,
דאס איז צייטן פון ׳וגר זאבעם כבש׳מען האלט נאך נישט דארט, אבער מען איז אפשר אויף דעם וועג פון נבואת ישעיה ׳ונמר עם גדי ירבץ׳ , דער קאטאליסט פון די אנטוויקלונגען איז די קאטאר אטאקע , מסתבר מיט די הסכמה פון פרעזידענט טראמפ ,
 
דאס איז צייטן פון ׳וגר זאבעם כבש׳מען האלט נאך נישט דארט, אבער מען איז אפשר אויף דעם וועג פון נבואת ישעיה ׳ונמר עם גדי ירבץ׳ , דער קאטאליסט פון די אנטוויקלונגען איז די קאטאר אטאקע , מסתבר מיט די הסכמה פון פרעזידענט טראמפ
פשי, זייער א שיינע פשט אין פסוק!!
ממש געוואלדיג!!!!
👍👍👍👍👍👍👍
 
טוט זיך יעצט איבער 'הורדת אחוז החסימה'. ס'איז אינטרעסאנט נאכצופאלגן די אנטוויקלונגען אין דעם, ווען כמעט יעדער וויל עס (רעכט/לינק, אראבער/ציונות דתית, פרייע/פרומע).
אבער ס'דא אפאר מיטעלע פארטייען וואס ציטערן פון דעם ווי פייער, למשל ש"ס ציטערט פון דעם (נאך וואס אלי ישי איז כמעט אדורך, ווען נישט די אחוז החסימה. כאטשיג ישי איז שוין נישט אויפן טיש, אבער ס'דא כסדר אנדערע), אגודה אפשר אויך (ווייל דעמאלטס וועט זיך דגל ענדערש אפטיילן, און זיי וועלן אפשר בלייבן אויסגעשפילט, זיכער אויב בעלזא - שלומי אמונים וועלן גיין מיט דגל וכדו').

בקיצור 👀

דא איז א שיינע ארטיקל איבער דעם נושא:
4 סיבות: למה צריך להוריד את אחוז החסימה
 
Why Trump Broke With Bibi Over the Gaza Famine
View attachment 7789
יעצט מעג מען שוין יא זאגן הויעך, אז אפשר, נאר אפשר, איז די פארצויגענע מלחמה אין עזה לטובת נתניהו'ס פאליטישע סורווייוול? אדער נאר ווען מ'וועט הערן דעם פרה אדומה בקולו הבהיר עס זאגן? אדער גאר איז די אמונה אין נתניהו שטערקער ווי די אמונה אין טראמפ? ;)
Screenshot 2025-10-23 122308.webp

טיים מאגאזין אינטערוויא מיט טראמפ. בכלל איז דא דארט אסאך גוטע שטיקלעך:
Read Trump’s Gaza Ceasefire Interview Transcript With TIME
 
View attachment 9803
טיים מאגאזין אינטערוויא מיט טראמפ. בכלל איז דא דארט אסאך גוטע שטיקלעך:
Read Trump’s Gaza Ceasefire Interview Transcript With TIME
מען קען ארויס לייענען פון זיינע ווערטער, אז די קאטאר אטאקע איז גיוועהן מיט זיין ידיעה , ווייל
דאס האט עהם גיגעבן א סבה,פלוצלינג בייז צו ווערן
אויף ביבי , און ביבי זאל קענען זאגן פאר בן גביר און
סמוטריץ אונז זעמער אינדערערד ,ס׳איז כלו כל הקיצין, אונז גיי מיר פארלירן די שטיצע פון די פרה אדומה , אונז מוזן מיר מסכים זיין צו זיין הסכם מיט
די 21 פונקטן , וואס אינקלודס די רעקאגניזאציע פון
אספיראציעס פון פאלסטינער אלץ א פאלק,און עווענטועל פאר א מדינה
דאס איז א מיעדזשור קאנסעשן,אבער ער האט עס ארויס דערווישט פון די ישראלים , זעהט אויס,אז דער פרה אדומה איז נישט קיין חק בלי טעם,ער איז א כיטרע נעגאשיעיטאר מיט א שנעלע מוח,וואס פארמעסט זיך מיט ביבי , לב מלכים ושרים ביד ה׳
 
Back
Top