נייעס פון מדינת ישראל און ארום

@שומו שמייעם איך דארף דיר דערמאנען וויאזוי ס'זעט אויס ווען מ'באשולדיגט א רעכטער? וואס די גאנצע רעכטע לאגער ווייסט גלייך אז ס'איז תפירת תיקים און א קאנספיראציע פון די דיפ סטעיט?

די יועמשי"ת האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט זיני, אדרבה זי האט געשטיצט זיין קאנדידאטור. זי האט געהאט א פראבלעם וועגן קאטארגעיט, איינמאל מ'איז געקומען צו א הסכם איבער דעם, האט זי געשטיצט זיני'ס נאמיני.

עס איז נישט אינמיטן די חקירה איבער שדה תימן, עס איז אינמיטן די משפט. אבער ביזסט גערעכט, כך צ"ל: צו א מחבל נוחבה טאר מען אויך נישט טון וואס זיי האבן לכאורה געטון
און ניין, אויך א מחבל נוחבה האט מענטשליכע רעכטן, און געזעצן זענען אויך חל אויף אים. אז דו האלסט אז ער האט נישט קיין רעכט צו לעבן, פיר אדורך א געזעץ פון מות למחבלים (וואס איז אגב היינט אדורך בקריאה ראשונה), אבער פאר ס'איז דא א געזעץ קען מען נישט הרג'ענען קיין מענטשן, ווייל ער איז א טעראריסט, און א ודאי נישט פייניגן און שטעכן לשם פייניגן.


די יועמשי"ת האט פארשטייט זיך קיינמאל נישט גערופן קיין מחבל אין עזה, דאס איז שוין א קאנספיראציע על קאנספיראציע. סך הכל רעדט מען פון מצ"ח וואס האט גערופן עצורים משוחררים פון שדה תימן (נישט דוקא מחבלים ממש), זיך נאכפרעגן איבער די תנאי הכליאה אין שדה תימן, נאך וואס מ'האט מורא געהאט אז די קאורט אין האג וועט ארויסלייגן באשולדינגען אקעגן שדה תימן:
לא, מצ"ח לא התקשרה ל"מחבלי נוחבה רוצחים ואנסים" בעזה | הטענות והעובדות

בכלל זעט אויס אז דו ווייסט נישט וואס איז די תפקיד פון די פרקליטות צבאית, איינע פון די תפקידים פון די פצ"ר איז זיכער צו מאכן אז חיילי צה"ל זענען נישט עובר אויף די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אויב וואלט מען נישט חוקר געווען אזעלכע עוולות, וואלט צה"ל געהאט נאך א שווארצערע פנים איבער די וועלט, און איך רעד שוין נישט פון פשוט'ע מענטשליכקייט, אויב איז דא עוולות דארף מען דאס חוקר זיין און פיקסן.

פארשטייט זיך אז אלעס וואס מ'האט געטון צו רוזנפלד איז בגדר די געזעץ, און ס'קומט נישט אריין אין די שמועס.
 
בכלל זעט אויס אז דו ווייסט נישט וואס איז די תפקיד פון די פרקליטות צבאית, איינע פון די תפקידים פון די פצ"ר איז זיכער צו מאכן אז חיילי צה"ל זענען נישט עובר אויף די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אויב וואלט מען נישט חוקר געווען אזעלכע עוולות, וואלט צה"ל געהאט נאך א שווארצערע פנים איבער די וועלט, און איך רעד שוין נישט פון פשוט'ע מענטשליכקייט, אויב איז דא עוולות דארף מען דאס חוקר זיין און פיקסן.
צו בארעכטיגן די פצ"רית אויף איר ארבעט, פאר'ן זיכער מאכן אז די חיילים האלטן איין אינטערנאציאנאלע געזעצן אין עזה דאס איז שקר, ווייל זי האט דאך ארויסגעלייגט די ווידיאו פון שדה תימן,
סא דאס איז נישט געווען איר מטרה, ס'גייט איר אן א פייג די געזעץ, נאר איר לינקע אגענדעס,
נו פאר דעם זאל מען איר ברענגען צו גערעכטיקייט.
 
די יועמשי"ת האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט זיני, אדרבה זי האט געשטיצט זיין קאנדידאטור. זי האט געהאט א פראבלעם וועגן קאטארגעיט, איינמאל מ'איז געקומען צו א הסכם איבער דעם, האט זי געשטיצט זיני'ס נאמיני.
אינטערנעט צו שפעקולירן, אז אינטער די גאר רעכטע ראש השב"כ דוד זיני האט מען אנדעקט די פארפוילטע קארופציע, סא ס'איז שטארק בולט למפרע פארוואס די לינקע האבן זיך פרובירט צו שלאגן ביזן טויט אז ער זאל נישט באקומען די פאזיציע,
נו יעצט העט מען זיי ווייזן וואס מיינט געזעץ.

נישט בחינם ציטערט די יומעשי"ת אין די הויזן יעצט, זי האט פארוואס, געארבעט האנט ביי האנט צו פארווישן די קרימינאלע אקטיוויטעטן פון די פצ"רית!! חצפנית!!!

"זה לא דמוקרטיה, זה דיקטטורה "
 
Back
Top