נייעס פון מדינת ישראל און ארום

כ'זוך עפעס א לינקער פירער וואס איז אין משפט, ואיננו
מסתם ווייל ווער עס איז א לינקער האט א רעכדענקיגער נאטור אוטמאטיש
נישט דא קיין פארפוילטע מענטשן דארטן. עס איז א מענטעלעטי
 
אמעריקע מישט זיך יעדן טאג אריין אין וואס מדינת ישראל זאל יא אדער נישט טוהן.
איך וויל נישט סאונדן בייז, אבער דו טראכסט פאר דו שיסט סטעיטמענט'ס? וואס האט שמיטה מיט הר סיני?
מ'רעדט דא פון זיך אריינמישן אין אינערליכע פאליטיק, דאס איז א רעד ליין וואס טאר קיינמאל נישט ווערן געקראסט. כש"כ ווען מ'רעדט פון א קרימינאלע משפט.
 
דאכט זיך מיר אז מיט די משפט אין ברזיל איז טראמפ אויך ביזי.

אמעריקע מישט זיך כסדר אריין אין קארופטירטע לענדער, טראמפ טוט עס פשוט מער אפען און פראסט (כמנהגו).
 
כ'האב געשריבן ס'הייסט ווייל אזוי האב איך ערגעץ געליינט.
כ'וועל נישט זיין שאקד אויב די מעשה איז מער ניאונסד ווי ס'איז דארט אראפגעלייגט געווארן.

(כאטש כ'האב זייער ליב צו שטופן די צייט מיט פאליטיק, איז עס פארט נישט מיין עריע אויף עקספערטיז 🤪)
 
פרעזידענט טראמפ האט אפגעשיקט א פארמאלן בריוו צום איזרעלי פרעזידענט הערצאג, אים בעטנדיג צו פארדאנירן פרעמיער מיניסטער ביבי.
View attachment 10161
ווען ביבי איז ווען קלוג און גערעכט אין די משפט (און די תיקים פאלן טאקע צאם, אזוי ווי ערוץ 14 לערנט אונז טאג טעגליך), ענטפערט ער בקול רעש גדול, אז ער איז נישט אינטרעסירט צו אפשטעלן זיין משפט, ער ווארט שוין 9 יאר אז די אמת זאל ארויסקומען לאור, יעדער זאל זען אז ער איז נישט שולדיג, נאר די פרקליטות האט מעליל געווען עלילות שוא אויף אים.
 
@כספי איך זעה דו ביסט טיף אינוואלווד אין די ישראלישע פאליטיק.

וואלסט מיר געקענט אראפלייגן אין אפאר שורות איבער וואס די געריכט קעגן ביבי באציעט זיך?
וואס זענען די הויפט טענות קעגן ביבי?
 
איך בין גראדע נישט אזוי אויסגעקאכט אין די געריכט, ווייל צו קענען גוט די פרטים דארף מען זיין א משפטן וכדו'.

אבער בקצרה איז דא דריי קעיסעס אקעגן ביבי, דאס זענען תיקי אלף, אלפיים, און ארבעת אלפים (שלשת אלפים איז אראפגעפאלן בשעת די חקירות).

  • תיק 1000 (תיק המתנות)
    אין די פייל ווערט ביבי באשולדיגט פארן נעמען מתנות אין ווערד פון (כאטש) 700K שקל פון ארנון מילצ'ן, און אין עקסטשעינדזש האט ביבי געטון 7 פריוואטע טובות פאר מילצ'ן (ווי למשל געבעטן סעקרערעטי אוו סטעיט קערי און אמבאסאדער צו מסדר זיין זיין וויזע, אדורכגעפירט א געזעץ (חוק פטור ממס לעולים חוזרים) וואס מילצ'ן וואלט פארדינט פון דעם מיליאנען שקלים, זיכער געמאכט אז ערוץ 10 (וואס מילצ'ן האט געהאט דארט סטאקס) ווערט נישט פארמאכט, אא"וו).
    דאס נעמען מתנות אליינס איז אקעגן די געזעץ, אבער די עיקר עוולה איז אז ער האט אים געהאלפן ווייל ער האט באקומען פון אים געלט.
    אין די קעיס ווערט ביבי באשולדיגט אין 'מרמה והפרת אמונים'. מרמה מיינט 'פעלשן', ער האט געטון זאכן נישט זאגנדיג די עכטע סיבה. הפרת אמונים מיינט אז ער האט צושטערט די טראסט וואס מ'גיבט אים אלס ראה"מ, צו נוצן פאר זיינע פריוואטע צוועקן.

  • תיק 2000 (תיק נוני מוזס)
    אין די פייל ווערט ביבי באשולדיגט אז ער האט פרובירט דורכצופירן די 'חוק ישראל היום' וואס וואלט איינגעצוימט די צייטונג, נאך וואס מוזס דער בעה"ב פון ידיעות אחרונות (די קאמפעטישן פון ישראל היום) האט אים צוגעזאגט 'סיקור אוהד' אין זיין צייטונג.
    אין די קעיס ווערט ביבי אויך אנגעקלאגט אין 'מרמה והפרת אמונים'. מוזס אבער ווערט אנגעקלאגט אין שוחד.

  • תיק 4000 (תיק בזק-וואלה)
    אין די פייל ווערט ביבי באשולדיגט פארן אדורכפירן רעפארמען וואס האבן געהאלפן די בעלים פון 'בזק' אין ווערט פון 1.8 ביליאן שקל, און אלס באצאל האבן די בעלים פון בזק וואס זענען אויך בעה"ב פון די וועב-זייטל 'וואלה!', צוגעזאגט פאר ביבי 'סיקור אוהד'.
    אין די קעיס ווערט שוין ביבי באשולדיגט אין 'שוחד מרמה והפרת אמונים', וואס איז אסאך הארבער ווי די פריערדיגע קעיסעס, נאך וואס די תביעה האלט אז דא איז דא קלארע ראיות, אז ס'איז געווען א 'תן וקח' מעשה, און נישט ווי ביי די פריערדיגע קעיסעס. די שופטים האבן בעבר געצה'ט די פרקליטות אראפצונעמען די אנקלאגע 'שוחד', זאגנדיג אז דאס וועט זיין זייער שווער אויפצווייזן, די תביעה האט זיך אבער נישט צוגעהערט צו די עצה.
 
איך וויל נישט סאונדן בייז, אבער דו טראכסט פאר דו שיסט סטעיטמענט'ס? וואס האט שמיטה מיט הר סיני?
מ'רעדט דא פון זיך אריינמישן אין אינערליכע פאליטיק, דאס איז א רעד ליין וואס טאר קיינמאל נישט ווערן געקראסט. כש"כ ווען מ'רעדט פון א קרימינאלע משפט.
לינקע האבן גערינען שפייעכץ יעדעס מאל ביידן אדער איינער פון זיין גאווערמענט האט זיך געלאזט הערן קעגן די רפורמה המשפטית. מען האט אויפגעהויבן ריזיגע סיינס ביי די פראטעסטן און געשיקט פעטיציעס און געארבעט מיט אלע כוחות צו אריינמישן ביידן אין אינערליכע פאליטיק. עיין כאן.

די מחאה האט זיך אויך געוואנדן צו פרעמיער פון ספעין צו שיקן א סרטון תמיכה🤦‍♂️
 
איך בין גראדע נישט אזוי אויסגעקאכט אין די געריכט, ווייל צו קענען גוט די פרטים דארף מען זיין א משפטן וכדו'.

אבער בקצרה איז דא דריי קעיסעס אקעגן ביבי, דאס זענען תיקי אלף, אלפיים, און ארבעת אלפים (שלשת אלפים איז אראפגעפאלן בשעת די חקירות).

  • תיק 1000 (תיק המתנות)
    אין די פייל ווערט ביבי באשולדיגט פארן נעמען מתנות אין ווערד פון (כאטש) 700K שקל פון ארנון מילצ'ן, און אין עקסטשעינדזש האט ביבי געטון 7 פריוואטע טובות פאר מילצ'ן (ווי למשל געבעטן סעקרערעטי אוו סטעיט קערי און אמבאסאדער צו מסדר זיין זיין וויזע, אדורכגעפירט א געזעץ (חוק פטור ממס לעולים חוזרים) וואס מילצ'ן וואלט פארדינט פון דעם מיליאנען שקלים, זיכער געמאכט אז ערוץ 10 (וואס מילצ'ן האט געהאט דארט סטאקס) ווערט נישט פארמאכט, אא"וו).
    דאס נעמען מתנות אליינס איז אקעגן די געזעץ, אבער די עיקר עוולה איז אז ער האט אים געהאלפן ווייל ער האט באקומען פון אים געלט.
    אין די קעיס ווערט ביבי באשולדיגט אין 'מרמה והפרת אמונים'. מרמה מיינט 'פעלשן', ער האט געטון זאכן נישט זאגנדיג די עכטע סיבה. הפרת אמונים מיינט אז ער האט צושטערט די טראסט וואס מ'גיבט אים אלס ראה"מ, צו נוצן פאר זיינע פריוואטע צוועקן.

  • תיק 2000 (תיק נוני מוזס)
    אין די פייל ווערט ביבי באשולדיגט אז ער האט פרובירט דורכצופירן די 'חוק ישראל היום' וואס וואלט איינגעצוימט די צייטונג, נאך וואס מוזס דער בעה"ב פון ידיעות אחרונות (די קאמפעטישן פון ישראל היום) האט אים צוגעזאגט 'סיקור אוהד' אין זיין צייטונג.
    אין די קעיס ווערט ביבי אויך אנגעקלאגט אין 'מרמה והפרת אמונים'. מוזס אבער ווערט אנגעקלאגט אין שוחד.

  • תיק 4000 (תיק בזק-וואלה)
    אין די פייל ווערט ביבי באשולדיגט פארן אדורכפירן רעפארמען וואס האבן געהאלפן די בעלים פון 'בזק' אין ווערט פון 1.8 ביליאן שקל, און אלס באצאל האבן די בעלים פון בזק וואס זענען אויך בעה"ב פון די וועב-זייטל 'וואלה!', צוגעזאגט פאר ביבי 'סיקור אוהד'.
    אין די קעיס ווערט שוין ביבי באשולדיגט אין 'שוחד מרמה והפרת אמונים', וואס איז אסאך הארבער ווי די פריערדיגע קעיסעס, נאך וואס די תביעה האלט אז דא איז דא קלארע ראיות, אז ס'איז געווען א 'תן וקח' מעשה, און נישט ווי ביי די פריערדיגע קעיסעס. די שופטים האבן בעבר געצה'ט די פרקליטות אראפצונעמען די אנקלאגע 'שוחד', זאגנדיג אז דאס וועט זיין זייער שווער אויפצווייזן, די תביעה האט זיך אבער נישט צוגעהערט צו די עצה.
דאס די גאנצע?

ביי אלע אנדערע פאליטישענס אין די וועלט איז דאס נישט איינגעפירט?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
טויט משוגע.

מ'דארף זיך נאר פארשטעלן וויאזוי וואלט אויסגעקוקט ווען ביידן רופט זיך אן שטילערהייט אין בעדרום, אז די פראצעס אקעגן... (כ'זוך עפעס א לינקער פירער וואס איז אין משפט, ואיננו) דארף בטל ווערן. וואס פארא קולות ס'וואלט געגאנגען פון די אלע רעכטע מוילזאגער'ס, איבער די חוצפה פון ביידן זיך אריינצומישן אין אינערליכע ישראל'ישע פאליטיק...
@כספי האסט דיך פאררעדט.....
איך בין יעצט זייער פרייליך, ווייל ס'רעגט מיר אויף יעדע מאל די ביסט א 'במומו פוסל' בתפארתו
אז די רעכטע באשילדיגן יעדעם אין זייער כישלונות, די רעכטע האבן טענות, די רעכטע זענען שווינדלער און פארברעכער
און דא טאקע האסטע געגליטשט, ווייל אזוי ווי @מארלי האט שוין געזאגט האט זיך ביידן שוין איינמאל אריינגעמישט אין די פאליטיק ביי די 'רפורמה משפטית'....
יעצט ווערט איך נאר אז די זאלסט שנעל טרעפן א סיבה צי פארענפערן פארוואס עס איז אנדערש...
ומכאן נלמד אויף דיינע אנדערע טענות אז עס איז נישט קראנו
#מום שבך אל תאמר לחבריך
#הפוסל, במומו פוסל
#אין אדם רואה נגעי עצמו
 
ס'איז ריכטיג אז ביידן און די white house האבן זיך עטליכע מאל אויסגעדריקט קעגן די רעפארמען.
אמעריקע האט א לאנגע טראדיציע פון זאגן פאר אנדערע לענדער וואס צו טוהן.
 
כ'האב טאקע פארגעסן פון ביידן'ס ווערטער וועגן די רעפארם, איך האב געדענקט אז ער האט דאס געטון שטילערהייט, און אפילו אזוי האט זיך די גאנצע רעכטע לאגער איבערגעדרייט אויף אים, למעשה האט ער עס טאקע געזאגט אין פאבליק.

אבער, וואס נעמט דאס אוועק פון מיין טענה? די אלע רעכטע וואס האבן דעמאלסט געפייערט אקעגן דעם שונא ישראל ביידן, פארן זיך אריינמישן קעגן די רעפארם, זענען יעצט ביזי צו לויבן טראמפ פאר זיין קלוגע שריט צו רופן הערצאג'ן צו פארדאנען ביבי. על זה נאמר: היפאקריטיסי.

ווילסט טענה'ן אז ביי די לינקע איז די זעלבע זאך נאר פארקערט? גוד לאק! ווער לאזט דיך נישט? נאר פארקויף נישט קיין מעשיות כאילו די רעכטע זענען די תמימות'דיגע ישראל השניה, און די לינקע זענען די עליטע ישראל הראשונה פיל מיט היפאקריטן.
פאליטיק איז די אומנות פון היפאקראטיע.
 
ווילסט טענה'ן אז ביי די לינקע איז די זעלבע זאך נאר פארקערט? גוד לאק! ווער לאזט דיך נישט?
די לינקע.
זיי טענה‘ן אז די רעכטע זענען דוירך געפוילט פון קאפ ביז פיס און זיי מיינען נאר די גערעכטיגקייט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
במח"כ, היפאקראטיע און השחתה - קארופציע זענען צוויי אנדערע זאכן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך וויל פארשטיין איין זאך, ווען ביידען האט געשריגן "don't" פאר מד"י איז אריין אין ראפיח, דאן האבן די לינקע געטענה'ט אז מען מוז פאלגען ביידען, ווייסט דאך.. אמעריקע.. מ'קען זיי נישט פארלירן, די זעלבע ביי די רפורמה משפטית, און יעצט ווען טראמפ האט נישט ערלויבט מד"י צו ענדיגן די ריבונות און יהודה ושומרון ,
אבער פלוצלינג ווען ער בעהט עפעס פאר ביבי הערט מען נישט די סארט רעדעריי ווייסט דאך.. אמעריקע....
איז גייט זיי נישט אן אמעריקע, נאר ביבי אראפ פון בענקל,
נו, אויף דעם העלן זיי מוזן ווארטן אויף אקטאבער 2026, פאר די פרישע וואלן (אויב זיי וועלן געווינען)....
אויב די גלייבסט אז אמעריקע מעג זיך לאזן הערן, דאן קען די פרעזידענט עס טוהן ווען אימער ער וויל, דאס איז די פרייז וואס מען צאלט דערפאר.
 
כ'האב טאקע פארגעסן פון ביידן'ס ווערטער וועגן די רעפארם, איך האב געדענקט אז ער האט דאס געטון שטילערהייט, און אפילו אזוי האט זיך די גאנצע רעכטע לאגער איבערגעדרייט אויף אים, למעשה האט ער עס טאקע געזאגט אין פאבליק.

אבער, וואס נעמט דאס אוועק פון מיין טענה? די אלע רעכטע וואס האבן דעמאלסט געפייערט אקעגן דעם שונא ישראל ביידן, פארן זיך אריינמישן קעגן די רעפארם, זענען יעצט ביזי צו לויבן טראמפ פאר זיין קלוגע שריט צו רופן הערצאג'ן צו פארדאנען ביבי. על זה נאמר: היפאקריטיסי.

ווילסט טענה'ן אז ביי די לינקע איז די זעלבע זאך נאר פארקערט? גוד לאק! ווער לאזט דיך נישט? נאר פארקויף נישט קיין מעשיות כאילו די רעכטע זענען די תמימות'דיגע ישראל השניה, און די לינקע זענען די עליטע ישראל הראשונה פיל מיט היפאקריטן.
פאליטיק איז די אומנות פון היפאקראטיע.
די גאנצע לינקע לאגער איז שוין יארן פארנומען אז די עיקר פראבלעם פון די ימין איז ביבי ווייל ער איז קראפטירט.
היינט זעהט מען ווי קרפאטירט די גאנצע מערכת איז, יועמשית, פצרי"ת, ארנון בן דוד (דער עוכר וואס האט משבית געווען די משק מיט א.ג. טענה שלטון החוק... איכס! פוי! פעך!), רונן בר וכו. וכו. (כי רוכלא ליחשיב וליזיל ?)
בקיצור איין שטיק קאראפשען

נעכטן שרייסטו אז אויב ביידן מישט זיין נאז אין ענינים פנימיים מילא מוז זיין אז ביבי איז מסכן די יחסים ישראל-ארה"ב און היינט שרייסטו קעדן דער אמערקאנער נשיא א.א.וו. אז ער איז אריבער די רויטע ליניע (עיין (דיבת) הארץ)

ווילסט טענה'ן אז ביי די רעכטע איז די זעלבע זאך נאר פארקערט? גוד לאק! ווער לאזט דיך נישט? נאר פארקויף נישט קיין מעשיות כאילו די לינקע זענען די שומרי הסף, און די רעכטע זענען די קץ ה-ד-מ-ק-ר-ט-י-ה פיל מיט היפאקריטן.

פאליטיק איז די אומנות פון היפאקראטיע. נישט פונקט פארשטאנען די שורה

איז קען מען בלייבן ביי ביבי און סטאפס ענק צו אויסגארגלן יעדע מוצאי אין ת"א, סדנא דארעא חד הוא, אדער קומטס אויף מיט עפעס בעסער פון קאראפציע, ווייל כרגע קוקוט אויס אז די לינקע קענען בעסער די פאך.
 
יעדע צוויי פעידזשעס דארף איך אנהייבן פון פריש?
 
Back
Top