- זיך איינגעשריבן
- פעב. 24, 2025
- מעסעדזשעס
- 116
- רעאקציע ראטע
- 418
- פונקטן
- 63
מסתם ווייל ווער עס איז א לינקער האט א רעכדענקיגער נאטור אוטמאטיש
נישט דא קיין פארפוילטע מענטשן דארטן. עס איז א מענטעלעטי
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
מסתם ווייל ווער עס איז א לינקער האט א רעכדענקיגער נאטור אוטמאטיש
איך וויל נישט סאונדן בייז, אבער דו טראכסט פאר דו שיסט סטעיטמענט'ס? וואס האט שמיטה מיט הר סיני?אמעריקע מישט זיך יעדן טאג אריין אין וואס מדינת ישראל זאל יא אדער נישט טוהן.
איך וויל נישט סאונדן בייז, אבער דו טראכסט פאר דו שיסט סטעיטמענט'ס? וואס האט שמיטה מיט הר סיני?
מ'רעדט דא פון זיך אריינמישן אין אינערליכע פאליטיק, דאס איז א רעד ליין וואס טאר קיינמאל נישט ווערן געקראסט. כש"כ ווען מ'רעדט פון א קרימינאלע משפט.
כ'האב געשריבן ס'הייסט ווייל אזוי האב איך ערגעץ געליינט.
איך זוך א עמאדזשי וואס איז משלבמסתם ווייל ווער עס איז א לינקער האט א רעכדענקיגער נאטור אוטמאטיש
נישט דא קיין פארפוילטע מענטשן דארטן. עס איז א מענטעלעטי
ווען ביבי איז ווען קלוג און גערעכט אין די משפט (און די תיקים פאלן טאקע צאם, אזוי ווי ערוץ 14 לערנט אונז טאג טעגליך), ענטפערט ער בקול רעש גדול, אז ער איז נישט אינטרעסירט צו אפשטעלן זיין משפט, ער ווארט שוין 9 יאר אז די אמת זאל ארויסקומען לאור, יעדער זאל זען אז ער איז נישט שולדיג, נאר די פרקליטות האט מעליל געווען עלילות שוא אויף אים.פרעזידענט טראמפ האט אפגעשיקט א פארמאלן בריוו צום איזרעלי פרעזידענט הערצאג, אים בעטנדיג צו פארדאנירן פרעמיער מיניסטער ביבי.
View attachment 10161
לינקע האבן גערינען שפייעכץ יעדעס מאל ביידן אדער איינער פון זיין גאווערמענט האט זיך געלאזט הערן קעגן די רפורמה המשפטית. מען האט אויפגעהויבן ריזיגע סיינס ביי די פראטעסטן און געשיקט פעטיציעס און געארבעט מיט אלע כוחות צו אריינמישן ביידן אין אינערליכע פאליטיק. עיין כאן.איך וויל נישט סאונדן בייז, אבער דו טראכסט פאר דו שיסט סטעיטמענט'ס? וואס האט שמיטה מיט הר סיני?
מ'רעדט דא פון זיך אריינמישן אין אינערליכע פאליטיק, דאס איז א רעד ליין וואס טאר קיינמאל נישט ווערן געקראסט. כש"כ ווען מ'רעדט פון א קרימינאלע משפט.
דאס די גאנצע?איך בין גראדע נישט אזוי אויסגעקאכט אין די געריכט, ווייל צו קענען גוט די פרטים דארף מען זיין א משפטן וכדו'.
אבער בקצרה איז דא דריי קעיסעס אקעגן ביבי, דאס זענען תיקי אלף, אלפיים, און ארבעת אלפים (שלשת אלפים איז אראפגעפאלן בשעת די חקירות).
- תיק 1000 (תיק המתנות)
אין די פייל ווערט ביבי באשולדיגט פארן נעמען מתנות אין ווערד פון (כאטש) 700K שקל פון ארנון מילצ'ן, און אין עקסטשעינדזש האט ביבי געטון 7 פריוואטע טובות פאר מילצ'ן (ווי למשל געבעטן סעקרערעטי אוו סטעיט קערי און אמבאסאדער צו מסדר זיין זיין וויזע, אדורכגעפירט א געזעץ (חוק פטור ממס לעולים חוזרים) וואס מילצ'ן וואלט פארדינט פון דעם מיליאנען שקלים, זיכער געמאכט אז ערוץ 10 (וואס מילצ'ן האט געהאט דארט סטאקס) ווערט נישט פארמאכט, אא"וו).
דאס נעמען מתנות אליינס איז אקעגן די געזעץ, אבער די עיקר עוולה איז אז ער האט אים געהאלפן ווייל ער האט באקומען פון אים געלט.
אין די קעיס ווערט ביבי באשולדיגט אין 'מרמה והפרת אמונים'. מרמה מיינט 'פעלשן', ער האט געטון זאכן נישט זאגנדיג די עכטע סיבה. הפרת אמונים מיינט אז ער האט צושטערט די טראסט וואס מ'גיבט אים אלס ראה"מ, צו נוצן פאר זיינע פריוואטע צוועקן.
- תיק 2000 (תיק נוני מוזס)
אין די פייל ווערט ביבי באשולדיגט אז ער האט פרובירט דורכצופירן די 'חוק ישראל היום' וואס וואלט איינגעצוימט די צייטונג, נאך וואס מוזס דער בעה"ב פון ידיעות אחרונות (די קאמפעטישן פון ישראל היום) האט אים צוגעזאגט 'סיקור אוהד' אין זיין צייטונג.
אין די קעיס ווערט ביבי אויך אנגעקלאגט אין 'מרמה והפרת אמונים'. מוזס אבער ווערט אנגעקלאגט אין שוחד.
- תיק 4000 (תיק בזק-וואלה)
אין די פייל ווערט ביבי באשולדיגט פארן אדורכפירן רעפארמען וואס האבן געהאלפן די בעלים פון 'בזק' אין ווערט פון 1.8 ביליאן שקל, און אלס באצאל האבן די בעלים פון בזק וואס זענען אויך בעה"ב פון די וועב-זייטל 'וואלה!', צוגעזאגט פאר ביבי 'סיקור אוהד'.
אין די קעיס ווערט שוין ביבי באשולדיגט אין 'שוחד מרמה והפרת אמונים', וואס איז אסאך הארבער ווי די פריערדיגע קעיסעס, נאך וואס די תביעה האלט אז דא איז דא קלארע ראיות, אז ס'איז געווען א 'תן וקח' מעשה, און נישט ווי ביי די פריערדיגע קעיסעס. די שופטים האבן בעבר געצה'ט די פרקליטות אראפצונעמען די אנקלאגע 'שוחד', זאגנדיג אז דאס וועט זיין זייער שווער אויפצווייזן, די תביעה האט זיך אבער נישט צוגעהערט צו די עצה.
@כספי האסט דיך פאררעדט.....טויט משוגע.
מ'דארף זיך נאר פארשטעלן וויאזוי וואלט אויסגעקוקט ווען ביידן רופט זיך אן שטילערהייט אין בעדרום, אז די פראצעס אקעגן... (כ'זוך עפעס א לינקער פירער וואס איז אין משפט, ואיננו) דארף בטל ווערן. וואס פארא קולות ס'וואלט געגאנגען פון די אלע רעכטע מוילזאגער'ס, איבער די חוצפה פון ביידן זיך אריינצומישן אין אינערליכע ישראל'ישע פאליטיק...
ס'איז ריכטיג אז ביידן און די white house האבן זיך עטליכע מאל אויסגעדריקט קעגן די רעפארמען.@כספי האסט דיך פאררעדט.....
איך בין יעצט זייער פרייליך, ווייל ס'רעגט מיר אויף יעדע מאל די ביסט א 'במומו פוסל' בתפארתו
אז די רעכטע באשילדיגן יעדעם אין זייער כישלונות, די רעכטע האבן טענות, די רעכטע זענען שווינדלער און פארברעכער
און דא טאקע האסטע געגליטשט, ווייל אזוי ווי @מארלי האט שוין געזאגט האט זיך ביידן שוין איינמאל אריינגעמישט אין די פאליטיק ביי די 'רפורמה משפטית'....
יעצט ווערט איך נאר אז די זאלסט שנעל טרעפן א סיבה צי פארענפערן פארוואס עס איז אנדערש...
ומכאן נלמד אויף דיינע אנדערע טענות אז עס איז נישט קראנו
#מום שבך אל תאמר לחבריך
#הפוסל, במומו פוסל
#אין אדם רואה נגעי עצמו
די לינקע.ווילסט טענה'ן אז ביי די לינקע איז די זעלבע זאך נאר פארקערט? גוד לאק! ווער לאזט דיך נישט?
די גאנצע לינקע לאגער איז שוין יארן פארנומען אז די עיקר פראבלעם פון די ימין איז ביבי ווייל ער איז קראפטירט.כ'האב טאקע פארגעסן פון ביידן'ס ווערטער וועגן די רעפארם, איך האב געדענקט אז ער האט דאס געטון שטילערהייט, און אפילו אזוי האט זיך די גאנצע רעכטע לאגער איבערגעדרייט אויף אים, למעשה האט ער עס טאקע געזאגט אין פאבליק.
אבער, וואס נעמט דאס אוועק פון מיין טענה? די אלע רעכטע וואס האבן דעמאלסט געפייערט אקעגן דעם שונא ישראל ביידן, פארן זיך אריינמישן קעגן די רעפארם, זענען יעצט ביזי צו לויבן טראמפ פאר זיין קלוגע שריט צו רופן הערצאג'ן צו פארדאנען ביבי. על זה נאמר: היפאקריטיסי.
ווילסט טענה'ן אז ביי די לינקע איז די זעלבע זאך נאר פארקערט? גוד לאק! ווער לאזט דיך נישט? נאר פארקויף נישט קיין מעשיות כאילו די רעכטע זענען די תמימות'דיגע ישראל השניה, און די לינקע זענען די עליטע ישראל הראשונה פיל מיט היפאקריטן.
פאליטיק איז די אומנות פון היפאקראטיע.
יא