נייעס פון מדינת ישראל און ארום

ספעציפישע טענות איז מיר פשוט גרינגער, אבער כ'האף צו אנקומען צו דעם.
 
בקוצר הדברים לפי עניות דעתי (איך קום כמובן נישט צו צו פרופ' שלום צדיק'ס פוס-נעגל, איך שרייב נאר וואס איך האב געליינט און פארשטאנען, וכבודו הרם במקומו מונח):

זיין עיקר מהלך איז אז אזוי ווי ס'מעגליך ליבעראליזם אן דעמאקראטיע, איז אויך מעגליך דעמאקראטיע אן ליבעראליזם.
אבער דאכט זיך אז היינט איז אנגענומען אז ס'איז נישט אמת. ווייל אויב איז נישטא קיין ליבעראליזם, און ס'איז נישטא קיין רעכטן פאר יעדן אינדיווידועל, דעמאלטס קען נישט זיין קיין עכטע דעמאקראטיע אויך נישט. ווייל רוב פאלק קען האלטן אז שווארצע זענען נידריגערע מענטשן (ווי @איזי פאזען שרייבט דא), אדער אז געי'ס באלאנגען אין אנשטאלטן ווי מ'דארף זיי געבן טיפולי המרה, אדער אז אראבער'ס טארן נישט וועלן אין די אידישע לאנד, און אין אנדערע לענדער טארן אידן אדער פרויען נישט וועלן. און פארשטייט זיך אז דעמאלטס איז עס אויך נישט קיין דעמאקראטיע - שלטון העם, ווייל א חלק פאלק ווערט אויסגעשלאסן פון די קבלת החלטות.
און טאקע וועגן דעם דארף יעדע געזונטע דעמאקראטיע פארמאגן טשעקס און באלאנסן, ווייל אזוי וועט זיין זייער שווער צו אויסשליסן א געוויסע גרופע פון די געזעלשאפט, ווייל אפילו די מיעוט וועט ערגעצוואוו האבן א רעפרעזענטאציע, וואס וועט זיך שלאגן פאר זייערע רעכטן. און אין גאר עקסטרעמע פעלער וועט זיך די קאורט מוזן אריינמישן.

די מציאות אין ישראל איז אבער אז דע פאקטא איז נאר דא איין רשות, די רעגירונג. און וועגן דעם האט די בג"ץ אסאך א שטערקערע כח ווי אין אנדערע דעמאקראטיעס (א גרויס חלק פון די כח, איז איר איבערגעגעבן געווארן טאקע דורך די רעגירונג, אין החלטות און געזעצן פון כנסת. און א חלק האט זי זיך אליינס גענומען במשך די יארן). סאו אלע זיינע ווערטער איבער בג"ץ וואס איז שולט קעגן די דעת הרוב, איז גאנץ אביסל איבערגעטריבן. סיי ווייל בג"ץ אלס די איינציגסטע באלאנס אקעגן די רעגירונג דארף האבן א שטארקע כח, און סיי ווייל בג"ץ מישט זיך כמעט נישט אריין. די פאקט איז אז די יעצטיגע ממשלה האט שוין דורכגעפירט טויזנטער החלטות, און מ'קען כמעט ציילן אויף די הענט וויפיל בג"ץ האט זיך אריינגעמישט.

---------

יעצט לאמיר צוגיין צום עצם דיון, די בג"ץ איבער בן גביר.
איינע פון די יסודות פון דעמאקראטיע און ליבעראליזם איז 'היטן די געזעץ'. בנגביר איז טאקע געווארן אויסגעוועלט בדעת העם צו זיין א שר, אבער וועגן ער האט א קרימינאלע רעקארד, האבן ארג. געטענה'ט צו בג"ץ אז ער קען נישט זיין קיין שר. די יועמש"ית האט אבער געזאגט אז אויב בן גביר חתמ'ט א הסכם וואו ער נעמט זיך פאר נישט אריינצומישן זיינע פאליטישע אגענדעס אין די ארבעט פון די פאליציי (דאס נעמט אריין: זיך אריינמישן אין חקירות, אין מינויים, און וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די לינקע מחאות), קען ער ווערן אויפגענומען אלס שר לבטחון לאומי. בנגביר האט געחתמ'ט אויף די דאקומענט, צוויי מאל.
יעצט האבן ארג. פון פריש געגאנגען צו בג"ץ טענה'נדיג אז בנגביר האלט נישט איין די הסכם, בג"ץ האט זיך געוואנדן צו די יועמשי"ת פרעגן צו ס'איז אמת. און די יועמש"ית האט געשריבן א לאנגע תשובה, ווי זי איז מסכים מיט די טענה אז בנגיר האלט נישט איין די הסכם. און נאכמער, אז בנגביר האט גאר שטארק פאליטיזירט די משטרה, און גורם געווען א נזק בלתי הפיך פאר די אינדעפענדעסי פון די משטרה.

דאס האט גארנישט איינגעשטויסן (ווי ער טענה'ט) מיט זיינע אידיאלאגיעס. די פאקט איז, אז סמוטריץ' אליהו און אנדערע, פאלט קיינעם נישט איין צו גיין אין בג"ץ. און א ודאי נישט פאר די יועמש"ית זיי צו פסל'ן.
און ס'האט א ודאי גארנישט איינגעשטויסן מיט בנגביר'ס מלחמה אקעגן די משפטנים, כאטשיג בנגביר פראבירט עס אזוי אראפצולייגן (און פרופ' צדיק האט עס פון אים אפגעקויפט). בן גביר קומט נישט צו צו יריב לוין'ס שנאה צו די מערכת המשפט (אפילו נישט צו סמוטריץ' און ראטמאן), אבער קיינעם איז נישט איינגעפאלן זיי צו פסל'ן. ודברים פשוטים הם.

---------

יעצט וויל איך אויסקלארן אפאר זאכן וואס ער טענה'ט, וואס לא היו ולא נבראו:
ער טענה'ט אז אנשטאט די פאליטיקאנטן זאלן אויסוועלן די שופטים, גייען דא די שופטים זיך ארויפלייגן אויף די פאליטיקאנטן. אבער די אמת איז אז כהיום האבן די פאליטיקאנטן א וועטא אויף די מינויי שופטים, און די שופטים מישן זיך כמעט נישט אריין אין החלטות פון די פאליטיקאנטן, אזוי ווי פריער געשמועסט.

ער טענה'ט אז די שלב הבא איז צו פארמאכן ערוצי תקשורת, ביזדערווייל די איינציגסטע וואס פרובירן צו פארמאכן ערוצי תקשורת איז די יעצטיגע רעגירונג (קען זיין זיי זענען גערעכט, איך ברענג עס נאר ארויס פאר די איראניע).
און פארשטייט זיך אז די נארישע טענה, אז מ'גייט באשטראפן די וואס רעדן אקעגן די מערכת המשפט, איז געבויעט ריין אויף לופט און השערות. ס'איז נישטא קיין שום אינדיקאציע, קיין שום קראנטע געדאנק, אויף וואס פרופ' צדיק זאל קענען אנהענגען אזא ווילדע באשולדיגונג. איך דארף אפילו נישט ברענגען קיין ראיות אקעגן דעם, ווייל ס'איז פשוט נישטא קיין שום ווארט אדער בדל בדל ראיה אויף די אטאקע.
איך כאפ מיך יעצט אז ער גייט ארויף אויף בנגביר'ס טענה אז די יועמשי"ת וויל אים אראפ פון בענקל ווייל ער איז אקעגן די מערכת המשפט. האב איך שוין געשריבן פריער אז ס'הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס.

ער טענה'ט אז עמית האט דן געווען אין א תיק וואס איז קשור צו זיין ברודער, און אויב זאל מען טרעפן א פערטל (בדל) פון די חשדות ביי די קאאליציע מעמבער'ס וואלטן זיי שוין פון לאנג געפלויגן. איז אזוי, נשיא בית משפט העליון יצחק עמית איז היינט דער גרעסטער שונא ביי די רעכטע לאגער, זייט זיין מינוי (און נאך פארדעם) זוכן די רעכטע אים צו כאפן ביי א עולה, און זיי האבן טאקע געהאט בערג פון עוולות, פון דא ביז קאנארסי.
דער נציב תלונות הציבור אשר קולה (א לוין נאמיני, וואס האט אים אויך געוואלט ביי די חקירה בשדה תימן. בקיצור, איינער וואס לעווין טראסט און פארלאזט זיך אויף אים) האט איבערגעקוקט אלע א"ג עוולות, און געטראפן איין פיצי עולה, אז אפאר יאר צוריק ווען עמית איז געווען א סוב שופט (ער האט איבערגענומען פאר איין טאג א שופט) האט ער געדארפט זאגן אנפאנג די דיון 'גילוי נאות, אז די דיון דא האט שייכות מיט די חברת הדירקטריונים, וואס זיין ברודער איז איינגעשטעלט' (אויב דארפסטו א דוגמא וואס הייסט גילוי נאות קוק דא). דאס איז די גאנצע. שטעלסטו דאס צו די קארופטירסטע רעגירונג זייט די מדינה שטייט?! וואס יעדע שטיק צייט שווימט ארויף א פרישע סקאנדאליעזע פרשה איבער מינוי חברים, געלט וואס ווערן מיס-פארנוצט פאר פריוואטע צוועקן, פאלשע דזשאבס, וכולי וכולי. אבסורד.

ער טענה'ט אז גלי בהרב מיארה האט געוואלט אויפנעמען דער וואס זאל איר חוקר זיין (ביי די הדלפה פון שדה תימן), חוץ וואס ס'איז נישט אמת, זי האט גלייך איבערגעגעבן די תיק צו די פרקליטות, כאטשיג ס'איז למעשה נישט ארויסגעקומען קיין שום חשד אויף איר. איז עס אבער מאדנע צו הערן פון די רעכטע וואס פייטן יעצט אז די ממשלה זאל ממנה זיין די וואס זאלן זיי חוקר זיין, אויף די גרעסטע כשלון וואס די מדינה האט נאר געהאט, און די שטערקסטע פאגראם וואס אידן האבן געהאט זיי די האלאקאוסט...

ער טענה'ט אז די מושחתים זענען אויף די זייט פון די משפטנים, א ודאי קען זיין אויף יעדע זייט קאראפטירטע, און די מערכת המשפט באשטייט אויך פון מענטשן, אבער דאס איז א ודאי גאר לעכערליך, ווען די יעצטיגע רעגירונג איז די מערסט-קארופטירטע און מושחת'דיגע רעגירונג זייט די מדינה שטייט (פריער האב איך געברענגט א קאריקאטור פון בידרמן איבער די ענין, עיי"ש).

---------

דאס איז ער יא גערעכט, וואס איך האב שוין געשריבן אפאר מאל, אז די בג"ץ האט צופיל כח, און פארשטייט זיך אז מענטשן מיט א שכרון כח איז א גרויסע סכנה פאר די לאנד. און טאקע ווי איך האב שוין געשריבן דארף מען אדורכפירן א געזונטע רעפארם.​
 
כ'האב שוין געשריבן אפאר מאל, כמעט קיינער קריגט זיך נישט אז די בג"ץ האט פראבלעמען, און א נארמאלע געזונטע רעפארם איז זייער וויכטיג (פון דא אבער, ביזן זאגן אז די מערכת המשפט איז נישט לעגיטים, איז א לאנגע וועג צו גיין). און איך גיי יעצט נישט אריינגיין אין דיינע טענות.


אבער וואס איך ברענג ארויס דא, איז אז די יעצטיגע רעגירונג זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט, זיי זוכן עס אונטערצוברענגען.

א רעגירונג וואס וויל אראפנעמען די עבירה פון 'מרמה והפרת אמונים', זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס איר 'רפורמה המשפטית' האט נישט געהאט קיין איין סעיף וואס איז עטוואס מגביל די כנסת, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס אירע ערשטע חוקי יסוד (!) איז געווען אז דרעי זאל מעגן זיין א שר, און אז ביבי זאל מען נישט קענען אפזאגן בשו"א אלס נבצרות (אפילו נישט אין עקסטרעמע פעלער), זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס וויל אז 61 חכי"ם זאלן קענען איבערקומען א פסק פון בג"ץ, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס וויל פטר'ן איין מגזר פון גיין אין מיליטער אויפ'ן חשבון פון אלע אנדערע, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס אירע חברים חלומ'ען פון התיישבות יהודית בעזה, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס נעמט זיך אויטאמאטיש פאר כח מאה, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס אירע חברים וואלטן געקענט באשטיין צו שולט זיין אויף 5 מיליאן אראבער'ס אן קיין בעיסיק זכותים, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
און צום לעצט, א רעגירונג וואס איז מכריז אויף א פול-סקעיל רעפארם אין די מערכת המשפט, און זעהט אז ריזיגע חלקים אין די לאנד זענען נישט מסכים, און גייען נאך אלס ווייטער, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.

זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט.

זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי מרמה והפרת אמונים זאלן ווערן א לעגיטימע נארמע.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי די כנסת זאל זיין די איינציגסטע רשות אין די מדינה.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי קאראפטירטע מענטשן זאלן קענען זיין שרים און ראשי ממשלה.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי צו קענען טון וואס זיי ווילן.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי צו קענען אומ-יושר'דיג בעוולה'ן אראבער'ס.​
יעדער איז מודה אז פאליטיקאנטן וועלן אייביג פרובירן צו זיין סעלפיש און דורכפירן געזעצן פון וואס זיי וועלן האבן א טובת הנאה (נאכאלעם זענען זיי מענטשן, און מענטשן זענען סעלפיש).

דאס פאסירט מיט רעכטע, מיט לינקע און מיט יעדן.

די חכמה פון אויפסעטן א רעגירונג איז צו בויען אזא אינסענטיוו סיסטעם וואס זאל מאכן אז די פאליטיקאנטן ברענגען זיך א טובת הנאה נאר ווען זיי טוהן צופרידן צושטעלן די בירגער.

לעגיסלאטורן האבן אזא סיסטעם (וואלן), ריכטער בדרך כלל נישט.

דערפאר איז ביי ריכטער גאר וויכטיג אז זיי זאלן נישט האבן צופיל כח (עיין ערך אונזערע רבנים, און שטעל דיך פאר זיי קענען קאנטראלירן אפילו מער ווי ביז יעצט), ווי אויך אז דער פאלק זאל האבן אן ערנסטע ווארט אויף ווער ס'זאל אהין געשטעלט ווערן.

אויף דער מינוט איז מדינת ישראל בלויז פאראן איין לעגיטימער וועג אפצוהאלטן געזעצן, און דאס איז דער כנסת (ווי געזאגט, איז מיין פערזענדליכע מיינונג אז דער איצטיגער בג"ץ איז גארנישט מער ווי די בי"ד פון הרב לאנדא).

איך בין מיט דיר הונדערט פראצענט מסכים אז מערערע פון די כנסת געזעצן גייען קעגן די אנגענומענע רעכטן פון מינאריטעטן, און זיי פרובירן דורכצופירן געזעצן וואס וואלט נישט גרינג אדורכגעגאנגען אין אנדערע דעמאקראטישע מדינות.

מיין פראבלעם וואס כ'האב מיט דיין מהלך איז אז דו שרייסט קעגן די רעגירונג (וואס טוט עקזעקטלי וואס איז ערווארטעט פון פאליטישנס צו טוהן), אנשטאטס שרייען אז מיר ברויכן ארבעטן צוזאמען צו קומען צו א פשרה אויף א נארמאלערע מערכת המשפט און א געהעריגע קאנסטיטוציע.


פון מיין פערזענדליכע עקסיפירענס זעהט מיר אויס אז בשעת רוב רעכטע (נישט אריינגערעכנט אסאך חרדים און געוויסע דתיים) וואלטן מסכים געווען צו פאקוסן אויף דעם און אנקומען צו אן עמק השווה, זענען אבער א גאר גרויסע צאל לינקע בשום אופן נישט מסכים פאר סיי וועלכע פשרה, וויבאלד זיי האלטן אז עלעקטאראליש האבן זיי פארלוירן די כח אויף אייביג (צוליב די וואוקס ביי די חרדים און דתיים), און זיי ווילן א אינסטיטוציע וואס זאל זיין אויף זייער זייט.

(נאכאמאל, דאס איז מיין -בייעסד?- בליק, געבויעט אויף אסאך אנעקדאטל עווידענס).
 
לעצט רעדאגירט:
די טענות אויף בן גביר איז אז ער מעג בכלל נישט זיין קיין דא אדער אפי' א ח''כ, אדער בלויז שר הביטחון לאומי?

(איך זעה גראדע אז ער שטייט זייער פיין אין די לעצטע אנקעטעס - אפי' אהן סמוטריץ, און די לינקע אנקעטעס געבן אים נאכמער ווי די רעכטע)
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך וועל אי"ה צוקומען צו די תגובות דא. אבער קודם, נאר א דוגמא איבער וואס פאר א פארפוילטע רעגירונג אונז האנדלען דא
View: https://x.com/i/status/2012519434343043339
איך ווייס נישט וויאזוי עס צו זאגן איידל, אבער די טענה איז ממש.....

1. דאס אז אין די רעגירונג פאסירט אזעלכע זאכן מיינט 0 אז זיי זענען עקסטער קארופטירט, דאס האט פאסירט אין די מדינה מיום הווסדה ביי אלע רעגירונגען (אונטער די מפא"י איז עס כמעט געווען אפיציעל אז נאר "אונזערע" באקומען קאנטראקטן וכו).

2. אזאנע מעשיות זענען כמעט ווי סינאנים מיט רעגירונג קאנטראלירטע אינדוסטריעס און סאציאליסטישע עקאנאמישע פאליסיס (די מער די רעגירונג איז אריינגעמישט אין די עקאנאמיע, די מער טשאנסן פאר קראוניאיסם).
אויב עפעס איז די ליכוד די איינציגסטע פארטיי וואס האט פרובירט צו פריוואטיזירן אינדוסטריעס (טראנספארטאציע, קאמוניקאציע וכו), און געוואלט א מער פרייע מארקעט (אוודאי איז עס ווייט פון פערפעקט, אבער לכה"פ איז עס אין יענע דירעקציע).


איך בין מסכים מיט דיר אז אזאנע פאליסיס זענען בד"כ א נעט שלעכטס פאר די בירגער (איך בין דאך מתנגד פון סאציאליזם), אבער דאס האט גארנישט יוניק מיט ליכוד.
 
סאו ליכוד האט פרובירט צו פריוואטיזירן, אבער למעשה זענען זיי אזוי ווי מפא"י, אדער נאך ערגער? וואט עי דזשאוק.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top