- זיך איינגעשריבן
- מאי 17, 2024
- מעסעדזשעס
- 2,104
- רעאקציע ראטע
- 8,167
- פונקטן
- 1,193
פארוואס נישט אויף ביידע?רעספאנס אויף די עצם מהלך הדברים. אדער וועגן ספעציפישע טענות ווי בן גביר, עמית, און מיארה?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
פארוואס נישט אויף ביידע?רעספאנס אויף די עצם מהלך הדברים. אדער וועגן ספעציפישע טענות ווי בן גביר, עמית, און מיארה?
יאג דיך נישט, נעם דיין צייטספעציפישע טענות איז מיר פשוט גרינגער, אבער כ'האף צו אנקומען צו דעם.
יעדער איז מודה אז פאליטיקאנטן וועלן אייביג פרובירן צו זיין סעלפיש און דורכפירן געזעצן פון וואס זיי וועלן האבן א טובת הנאה (נאכאלעם זענען זיי מענטשן, און מענטשן זענען סעלפיש).כ'האב שוין געשריבן אפאר מאל, כמעט קיינער קריגט זיך נישט אז די בג"ץ האט פראבלעמען, און א נארמאלע געזונטע רעפארם איז זייער וויכטיג (פון דא אבער, ביזן זאגן אז די מערכת המשפט איז נישט לעגיטים, איז א לאנגע וועג צו גיין). און איך גיי יעצט נישט אריינגיין אין דיינע טענות.
אבער וואס איך ברענג ארויס דא, איז אז די יעצטיגע רעגירונג זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט, זיי זוכן עס אונטערצוברענגען.
א רעגירונג וואס וויל אראפנעמען די עבירה פון 'מרמה והפרת אמונים', זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס איר 'רפורמה המשפטית' האט נישט געהאט קיין איין סעיף וואס איז עטוואס מגביל די כנסת, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס אירע ערשטע חוקי יסוד (!) איז געווען אז דרעי זאל מעגן זיין א שר, און אז ביבי זאל מען נישט קענען אפזאגן בשו"א אלס נבצרות (אפילו נישט אין עקסטרעמע פעלער), זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס וויל אז 61 חכי"ם זאלן קענען איבערקומען א פסק פון בג"ץ, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס וויל פטר'ן איין מגזר פון גיין אין מיליטער אויפ'ן חשבון פון אלע אנדערע, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס אירע חברים חלומ'ען פון התיישבות יהודית בעזה, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס נעמט זיך אויטאמאטיש פאר כח מאה, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
א רעגירונג וואס אירע חברים וואלטן געקענט באשטיין צו שולט זיין אויף 5 מיליאן אראבער'ס אן קיין בעיסיק זכותים, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
און צום לעצט, א רעגירונג וואס איז מכריז אויף א פול-סקעיל רעפארם אין די מערכת המשפט, און זעהט אז ריזיגע חלקים אין די לאנד זענען נישט מסכים, און גייען נאך אלס ווייטער, זוכט נישט צו פארעכטן די מערכת המשפט.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי מרמה והפרת אמונים זאלן ווערן א לעגיטימע נארמע.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי די כנסת זאל זיין די איינציגסטע רשות אין די מדינה.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי קאראפטירטע מענטשן זאלן קענען זיין שרים און ראשי ממשלה.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי צו קענען טון וואס זיי ווילן.
זיי ווילן אונטערברענגען די מערכת המשפט, כדי צו קענען אומ-יושר'דיג בעוולה'ן אראבער'ס.
איך ווייס נישט וויאזוי עס צו זאגן איידל, אבער די טענה איז ממש.....איך וועל אי"ה צוקומען צו די תגובות דא. אבער קודם, נאר א דוגמא איבער וואס פאר א פארפוילטע רעגירונג אונז האנדלען דא
View: https://x.com/i/status/2012519434343043339
זייער פארדעכטיגט די גאנצע מעשה. די שפיטאל באאמטע האבן נישט געטראפן קיין קארבן מענאקסייד אין די קינדער. און קיין איין ערוואקסענער איז נישט אריינגעפירט געוואָרן אין שפיטאל.שוידערליכע טראגעדיע אין ירושלים ווי צוויי חרדי'שע קינדער זענען נפטר געווארן און 55 פארוואונדעט אין א נאכגעלאזטע דעי קעיר.
אסון בפעוטון: 55 תינוקות נפגעו מהרעלה חמורה בירושלים, נקבע מותם של שניים מהם
רעכטע און חרדי'שע מוילזאגער בלעימען די יועמש"ית, וואס האט אפגעהאקט די געלט פאר די דעיקער'ס פאר אלע מחוייבי גיוס.
דשאסט צו פארשטיין, וואס הייסט מחיובי גיוס? די פיצלעך בעביס זענען געווען מחיובי גיוס? אויב די אייגענטומער איז געווען מחיובי גיוס? אויב די צווייטע איז עס טאקע א סקאנדאל.רעכטע און חרדי'שע מוילזאגער בלעימען די יועמש"ית, וואס האט אפגעהאקט די געלט פאר די דעיקער'ס פאר אלע מחוייבי גיוס.
די טאטעס פון די בעיביס.דשאסט צו פארשטיין, וואס הייסט מחיובי גיוס? די פיצלעך בעביס זענען געווען מחיובי גיוס? אויב די אייגענטומער איז געווען מחיובי גיוס? אויב די צווייטע איז עס טאקע א סקאנדאל.
there are plenty babysitter in Boro park that will not let the parents enter the house!
It should make you worried, not wonder...there are plenty babysitter in Boro park that will not let the parents enter the house!
after seeing footage of this place it makes me wonder
אויב האלטן אונז ביידע אז מ'דארף א פשרה, נאר דו שרייסט אויף די מערכת המשפט, און איך שריי אויף די רעגירונג. איז דאך מה טוב ומה נעים.מיין פראבלעם וואס כ'האב מיט דיין מהלך איז אז דו שרייסט קעגן די רעגירונג (וואס טוט עקזעקטלי וואס איז ערווארטעט פון פאליטישנס צו טוהן), אנשטאטס שרייען אז מיר ברויכן ארבעטן צוזאמען צו קומען צו א פשרה אויף א נארמאלערע מערכת המשפט און א געהעריגע קאנסטיטוציע.
פון מיין פערזענדליכע עקסיפירענס זעהט מיר אויס אז בשעת רוב רעכטע (נישט אריינגערעכנט אסאך חרדים און געוויסע דתיים) וואלטן מסכים געווען צו פאקוסן אויף דעם און אנקומען צו אן עמק השווה, זענען אבער א גאר גרויסע צאל לינקע בשום אופן נישט מסכים פאר סיי וועלכע פשרה, וויבאלד זיי האלטן אז עלעקטאראליש האבן זיי פארלוירן די כח אויף אייביג (צוליב די וואוקס ביי די חרדים און דתיים), און זיי ווילן א אינסטיטוציע וואס זאל זיין אויף זייער זייט.
(נאכאמאל, דאס איז מיין -בייעסד?- בליק, געבויעט אויף אסאך אנעקדאטל עווידענס).
האסט געברענגט א ווידעאוי צו ווייזן אז די איצטיגע רעגירונג איז עפעס ממש געפערליך קארופטירט, האב איך דיר אנגעמערקט אז ס'האט נישט מיט די איצטיגע רעגירונג, נאר דאס איז די מציאות ביי אלע קראוני רעגירונגען און סאציאליסטישע רעגירונגען זענען אסאך מער אויסגעשטעלט דערצו, אלס א משל האב איך געברענגט די מפא"י.סאו ליכוד האט פרובירט צו פריוואטיזירן, אבער למעשה זענען זיי אזוי ווי מפא"י, אדער נאך ערגער? וואט עי דזשאוק.
וואס מיינט ביי דיר א פשרה?אויב האלטן אונז ביידע אז מ'דארף א פשרה, נאר דו שרייסט אויף די מערכת המשפט, און איך שריי אויף די רעגירונג. איז דאך מה טוב ומה נעים.
דו האלסט אז די לינקע זענען נישט גרייט אויף קיין פשרה, איך האלט אז די רעכטע רעגירונג איז נישט גרייט אויף קיין פשרה. ועל זה אנו דנים.