נייעס פון מדינת ישראל און ארום

טראמפ שרייבט אז מען ווייסט וואו כומעיני באהאלט זיך אויס און ער וואלט געווען א גרינגע ציהל אבער אויף דערווייל גייט מען אים נישט אומברענגען

ער לייגט אבער צו אז די געדולד לויפט אויס און ער מוז אויפהערן מיט זיינע מיסיל אטאקעס און אין א באזונדערע מעסעדזש פארלאנגט די פרעזידענט פון איראנע פולקאמע קאפיטולאציע אן קיינע באדינגונגען
Screenshot_20250617_122026_Truth Social.jpg
 
לעצט רעדאגירט:
טראמפ: "אונז" האבן פולע קאנטראל אויף די איראנע הימלען, קיינער טוט עס נישט בעסער ווי אמעריקא

Screenshot_20250617_115548_Truth Social.jpg

פאוליטיקאו ריפארטער איבער טראמפ'ס ”WE”
Screenshot_20250617_123913_X.jpg
 
איזראעלישע פירמעס וואס זייער בוט'ס ביים אינטערנאציאנאלע עיר שאו אין פאריז זענען געווארן בלאקירט האבן אנגעהויבן א קאמפיין צו קאנפאטרירן קעגן די פראנצויזישע אגרעסיעס קעגן מדנ"י קאמפעני'ס........
1750080828036.jpg
1750085233144.jpg
1750070153223.jpg
1750167818546.jpg
1750070153200.jpg
 
רעוואלוציאנערע גווארדיע ווארטזאגער:

"מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטור באנוצט זיך מיט מלאכים כישוף און אויסערליכע שדים צו ערמארדן אונזערע פירער"

ניין עס איז "מוסד
🔥"
 
איך בין נישט אין די גוסטע יעצט פון געשפרעכן. טראמפ:

דייטשלאנד'ס קאנצלער האט געזאגט: "איך האב גרויס דרך ארץ פאר מדנ"י שטארקייט צו אטאקירן איראן."
ארץ ישראל טוט די שמוציגע ארבעט פאר די וועלט.

נתניהו צו ינון מגל: איך רעד מיט וועלט פירער אין די געגנט, זיי זאגן מיר: ”ענק טוען אונזער ארבעט, נאך די מלחמה וועט זיך די עיברעהעם עקארדס פארברייטערן” נאך זאגט ער אז די נוקלעאר פון איראן וועט ווערן צושטערט אפילו אויב אמעריקע העלפט נישט.

CNN: "טראמפּ ווערט אלץ מער באגייסטערט צו ניצן אמעריקאנער מיליטערישע מעגליכקייטן צו אטאקירן די נוקלעארע איינריכטונגען אין איראן."

סענאטאר לינדזי גרעהעם איז לעצטנס געפרעגט געווארן צי טראמפ דארף קאנגרעסיאנעלע הסכמה און האט געענטפערט מיט א שטארקן שארפקייט: "ניין!"

דער סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגערין ווען געפרעגט איבער די קומענדיגע שריט:
"דער פרעזידענט איז געווען זייער קלאר און צוטריטליך איבער איראן, פאר מער קוקט זיינע מעסעדזשעס"

מדנ״י אטאקעס אויף איראן איז נישט ליגאל. רוסישע אויסערן מינסטער.

מאקרון גייט אפהאלטן אן אייגענע דריגנדע זיצונג מיט אלע זיינע מארקא רוביא'ס צו אדרעסירן די איראן פראגע.

ביבי נתניהו: "אייאטאלע כומעיני איז די היטלער פון היינטיגע צייטן"

געוועזענע דעפענס מיניסטער גאלאנט: אמעריקע האט נישט געברענגט די B-2 פאר פרעזענטאציע. זיי זענען דארט גרייט צו אויספירן וואס פעלט זיך אויס.

ראדיא רשת ב’ באריכטעט אז טראמפ איז אין גאר א שטארקע דילעמע וואס איז עם מער וויכטיג,
א נאבעל פאר פיס, אדער זיין א ווינער איבער איראן.

איראן'ס ארמיי שטאב הויפט זאגט אז די ביז איצטיגע אטאקעס זענען בלויז געווען א ווארענונג אז די איזראעליס זאלן אויפהערן באצייטנס אבער א געהעריגע אפעראציע צו באשטראפן די פיינט פאר זייערע שריט וועט נאכקומען ה"י.


(גענומען פון קרעטשמע)
 
לעצט רעדאגירט:
איראן-מד"י אפדעיט #8

איבערבליק: די אנגעצויגנקייט קען מען טאפן אין די לופט, מווארט אויפן באשעפער זאל אריינלייגן די דעסיזשאן אין די לב המלך, ירום הודו טראמפ. עס איז אלעס געוואנדן אין דעם גרינעם ליכט וואס ער וועט יא אדער נישט געבן צו העלפן מד"י אטאקירן די איראנער נוקלעארע איינריכטונגען. געוואנדן אין דעם וועלן זיך די קומענדיגע טעג אויסשפילן. בשעת וואס טראמפ האט געטריבן שפאס פון טאקער קארלסאן פארן אים קריטיקירן, שטייט אבער אמעריקע אין א דילעמא, (אדער ווייסן מיר נישט און עס איז שוין אן אפגעמאכטע החלטה) קען מען אריין און ארויס אן פארציען לענגערע מלחמות? אדער איינמאל מאיז דארט דארף מען מורא האבן פון אפגאניסטאן, איראק, און אנדערע וואס וועלן זיך אנשליסן, וואס וועט אריינשלעפן אין א לענגערע קריג, ספעציעל אויב איז די ציל רעזשים טויש. אבער ביני לביני בשעת משפעקולירט דרייט שוין קאנגרעס איבער אז סיי וואספארא שריט וועט מוזן ווערן באשטעטיגט דורך זיי. עס איז נישט זיכער אויב דאס איז נאר פאליטיש אדער אויב דער פרעזידענט קען עס אויסקרויזן און אנפייפן.

יעצט צו די פאליטיק אין אמעריקע זעלבסט - טראץ די קולות פון די מאגא אדער אמעריקע ערשט מענטשן, זענען א מערהייט ביי די מיינונג אז אמעריקע זאל נישט ערלויבן איראן צו פארמאגן נוקלעארע וואפן. און ווי טראמפ האט געוויזן מיט די פרשה פון אילאן מאסק איז ער למעשה נאכאלץ די פירער פון די לאנד. ווען עס קומט צו טאקער קעגן טראמפ איז עס אביסל אנדערש, יא טאקער איז טאקע א פיל קלענערע פערזאן ווי אילאן מאסק און זיין קהלה איז פיל קלענער ספעציעל נאכן אראפמאלן פוטין ווי דער גוטער, אבער מיט דעם אלעם זענען דא אמעריקאנער אויף ביידע זייטן וואס ווילן בשום אופן נישט אז מזאל זיך אריינמישן דא, סיי צוליב וואס זיי האלטן אז מד"י זענען אלטע נעא-קאנס וואס שלעפט אריין אמעריקע אין מלחמות, סיידן זענען דא אסאך אנטיסעמיטן וואס האסן מד"י, און דער עיקר האבן זיי מורא אז אנדערע וועלן זיך אריינמישן און עס וועט ווערן א דריטע וועלטס קריג, וועלכע וועט לכאורה נישט געשען, קיינער וויל נישט העלפן קיין לוזערס. כינע באקומט טאקע 90% פון זייער אויל פון איראן, אבער איז נישט גרייט פאר א קריג מיט אמעריקע, און רוסלאנד האט זיך אירע אייגענע מיליטערישע פראבלעמען אין אוקריינע. סנישט דא ווער סזאל דא שטערן חוץ איראקער מיליציע גרופעס און אפגאניסטאן.

וואס וועט איראן טון: פון איין זייט וואס האט אמעריקע מורא צו האבן צו באמבארדירן א הילפסלאזע איראן ווען מד"י עראפלאנען טשילן דארט ווי סוואלט געווען חאן יונעס. פון די אנדערע זייט וויאזוי וועט איראן ענטפערן? זייער באראדזשען פון מיסילס ווערט נאר שוואכער. נעכטן האבן זיי געשוואוירן נקמה אבער סהאט זיך ממש אויסגעלאזט מיט ליצנות. ווען איראן פאוסט היינט א סטראשע קען מען ענטפערן מיט א גרויסע:ROFLMAO: .
או יאמר אז ניין זיי ווילן עכט נאר די מד"י האקט אונטער זייערע מעגליכקייטן. אדער איז דא א דריטע מהלך וואס איז די ערגסטע, אז זיי האבן גאר אסאך פארגעשריטענע מיסילס אדער אפילו כמעט נוקלעארע סחורה נאר ווארטן ביז די מלחמה ברייטערט זיך אויס, זיי זוכן נישט סתם צו שיסן מיסילס צו א פלאץ ווי 90% ווערן אראפגעשאסן, נאר וועלן עס ענדערש נוצן צו פארפלייצן אמעריקאנער באזעס אינעם ראיאן און אנמאכן די מערסטע שאדן מעגליך. אבער זיי ווייסן אז אין פאל זיי טוען דאס זענען זיי קאפוט. די איראנער האבן גאר אסאך געדולד צוליב דעם איז מען נישט זיכער וואו זיי האלטן באמת.



אפדעיטס:

  • די נאכט איז געווען היבש שטיל אין מד"י - און צענדליגע צילן באמבארדירט אין איראן דורך מד"י
  • טראמפ האט געזאגט יעדער זאל עוואקואירן טעהראן
  • טראמפ איז אהיים פון די G7 פריער ווי געפלאנט און געזאגט אז ער גייט טון גרויסע זאכן
  • G7 לענדער זאגן אין סטעיטמענט אז איראן טאר נישט האבן א נוקלעארע וואפן
  • מד"י שיקט עראפלאנען אהיימברענגען בירגער בשעת כינע, אינדיע, יאפאן, פוילן אוקריינע און רוסלאנד הייסן זייערע בירגער ארויסגיין פון מד"י און איראן
  • טראמפ זאגט אז ער וויל נאך געבן איראן איין לעצטע שאנס - באריכטן זאגן אז זיינע מענטשן פרובירן צוזאמשטעלן א מיטינג מיט איראן - טראמפ לייקנט עס זאגנדיג זיי ווייסן וואו מיר צו טרעפן איך בעט מיך נישט ביי קיינעם
  • קאנגרעסמאן טאמעס מעסי שטעלט פאר ביל אין קאנגרעס נישט צו לאזן אמעריקע אריינמישן אין קריג אן קאנגרעס ערלויבעניש
  • פענטעגאן שיקט מער קריגס דזשעטס צום מיטל מזרח
  • לויט מד"י וועט אמעריקע יא אריינקומען ביז עטליכע טעג
  • מד"י עלימינירט נארוואס געווארענע טשיעף אוו סטעף פון איראנער מיליטער נאך וואס זיין פארגייער איז אויך אומגעברענגט געווארן
  • מד"י זאגט די פילאטן פון די דזשעטס באקומען לעבעדיגע אינטעל פון די HQ אין תל אביב בשעת זיין אין די לופטן
  • מד"י זאגט זיי האבן פארניכטעט איבער 70 איראנער עיר דעפענס בעטעריס
  • מד"י גלייבט אז איראן שיסט ווייניגער מיסילס ווייל דאס איז וואס זיי קענען, און אז זיי טוען דאס נישט אוועקלייגן פאר שפעטער - דאס פארשווערט אבער צו זען פון ווי די מיסילס קומען און צו פארניכטן זייערע לאונטשערס באצייטנס
  • טראמפ זאגט מווייסט ווי כומעיני איז אבער זיי וועלן אים נאכנישט אומברענגען
  • טראמפ זאגט אז אמעריקע האט פול קאנטראל אויף די איראנער הימלען
  • איראן זאגט באלד קומט א גרויסע אטאקע
  • בריטישע מיליטערישע קרעפטן זענען אויפן וועג צום מיטל מזרח
  • מד"י אמבאסאדאר צו אמעריקע זאגט אין די נעקסטע פאר טעג וועט מע זען אפעראציעס וואס די חיזבאלא-ביפער אטאקע וועט זיין א וויץ קעגן דעם
  • טראמפ רופט פאר איראן אויפצוגעבן אן קיין באדינגונגען
  • איראנער זאגן אז כומעיני האט איבערגעגעבן די לייצעס און פירערשאפט פאר די מיליטער און זיך באהאלטן אין א בונקער
  • וויצע דזשעי די ווענס געזען ביי פילע אלס שטארקע 'אמעריקע-ערשט' שטיצער, זאגט אין א סטעיטמענט אז אמעריקאנער האבן א רעכט צו זיין באזארגט אבער אז ער פארלאזט זיך אויפן פרעזידענט, און געטרויט אים - און זאגט אז איראן וועט נישט האבן קיין נוקלעארע וואפנס
  • אינטערנעט אין איראן איז אויסגעשאלטערט זיי באשולדיגן א סייבער אטאקע
  • רוסלאנד זאגט זי וועט זיך נישט אריינמישן
  • טראמפ זאגט ס'אינטרעסירט אים נישט וואס טאלסי גאבארד האט געשאצט אז איראן האט נישט גענוג פאר נוקלעארע וואפן - גאבארד זאגט שפעטער אז זי איז אויף איין בלאט מיטן פרעזידענט בנוגע איראן - באריכטן וואס האבן געזאגט אז זי איז נישט אין די סיטואציע צימער מיט טראמפ זענען פאלש
  • פוטין און דזשינפינג פון כינע האבן גערעדט טעלעפאוניש וועגן די קריג
  • בריטישע פרעמיער סטארמער: אין בין זיכער אז טראמפ וועט פארמיידן צו ווערן אריינגעשלעפט אין איראן מלחמה
  • חיזבאלא וועט אריינקומען אויב איראן וועט זיי בעטן
  • קאטאר ווארנט קעגן אטאקעס אויף עקאנאמישע צילן
  • דייטשע פירער: מד"י טוט די שמוציגע ארבעט פאר די וועלט און ממוז זיי צוהעלפן
  • טראמפ צייגט הארציגע מעסעדזש וואס ער האט באקומען פון מייק האקעבי די אמבאסאדאר אין מד"י
  • יעצט אויפגעדעקט: איראן האט געצילט אמעריקאנער קרעפטן אין סיריע
  • סאודי קוועלער: איראן וועט איינלאדענען דיפלאמאטן פון איבער די וועלט צו באזוכן די נוקלעארע איינריכטונגען צו אפהאלטן מד"י און אמעריקע פון אטאקירן
  • מד"י: מיר זענען כמעט פערטיג
  • מד"י: איראן האט נאך אסאך מעגליכקייטן צו אטאקירן מד"י אינטערעסן, איראנער מיליטער איז נאכנישט פארענדיגט
  • סאודי אראביע זאגט אז מדארף נישט קיין מלחמה יעצט, נאר קלוגשאפט - אין מעגליכע רמז צו איראן אויפצוגעבן
  • קרעדיט @סגידנא-אייוועלט
 
עמית סגל: א הויכראנגיגע איזרעלי אפישעל זאגט מיר " אזא שטארקע גרין וואו די גרינע ליכט וואס טראמפ האט געגעבן פאר נתניהו האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן"...
 

אלעקס דשאונס בויעט אויף א משמעות פון טראמפ, אז טראמפ האט באקומען אינפארמאציע און ווייסט אז איראן פארמאגט שוין יעצט א נוקלער באמבע, ער ברענגט עטליכע באווייזן וואס פירט אין דעם ריכטונג.
 
טראמפ האט צוריקגעצויגן פון שיקן הויכראנגיקע באאמטע זיך צו טרעפן מיט די איראנער צו פרובירן צו דערגרייכן אן אפמאך.

מקור: סי-ען-ען #עקביא
 
עמית סגל: א הויכראנגיגע איזרעלי אפישעל זאגט מיר " אזא שטארקע גרין וואו די גרינע ליכט וואס טראמפ האט געגעבן פאר נתניהו האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן"...
ס'כדאי אנצומערקן, אז אין ישראל, ווען א צייטונג שרייבער זאגט 'א הויכראנגיגע איזרעילי אפישעל', אדער 'הויכראנגיגע זיכערהייט אפישעל' וכדו' וכדו', מיינט עס על פי רוב ביבי בכבודו ובעצמו.
 
ס'כדאי אנצומערקן, אז אין ישראל, ווען א צייטונג שרייבער זאגט 'א הויכראנגיגע איזרעילי אפישעל', אדער 'הויכראנגיגע זיכערהייט אפישעל' וכדו' וכדו', מיינט עס על פי רוב ביבי בכבודו ובעצמו.
ווענדט זיך די לשון. "גורם מדיני בכיר" איז ביבי
 
שילדן אין תל אביב רופן אויף פרעזידענט טראמפ צוצוענדיגן די ארבעט
JUUYFHGH.jpg
 
ווענדט זיך די לשון. "גורם מדיני בכיר" איז ביבי
לאו דוקא, ער טוט זיך אן יעדן טאג א צווייטע הוט. מ'קען אויך זעהן לפי די לשון פון די מעסעדזש, אויב ס'ביבי, אדער כץ וכדו'.
 
ווידעא'ס צירקולירן ווי מ'האט אטאקירט די מוסד בילדינג. ווייסעך נישט אויב ס'אמת.
 
אונז גלייבט אז אונז גייען ענדיגען אלע אונזערע טארגעטס אין בערך א וואך.
איינע פון די טארגעטס איז די פודראו איינריכטונגען.

מדני אפישעל
שיק מיר די אייוועלט לינק פון וואו דו נעמסט די נייעס
 
Back
Top