איך בין נישט אין די גוסטע יעצט פון געשפרעכן. טראמפ:
דייטשלאנד'ס קאנצלער האט געזאגט: "איך האב גרויס דרך ארץ פאר מדנ"י שטארקייט צו אטאקירן איראן."
ארץ ישראל טוט די שמוציגע ארבעט פאר די וועלט.
נתניהו צו ינון מגל: איך רעד מיט וועלט פירער אין די געגנט, זיי זאגן מיר: ”ענק טוען אונזער ארבעט, נאך די מלחמה וועט זיך די עיברעהעם עקארדס פארברייטערן” נאך זאגט ער אז די נוקלעאר פון איראן וועט ווערן צושטערט אפילו אויב אמעריקע העלפט נישט.
CNN: "טראמפּ ווערט אלץ מער באגייסטערט צו ניצן אמעריקאנער מיליטערישע מעגליכקייטן צו אטאקירן די נוקלעארע איינריכטונגען אין איראן."
סענאטאר לינדזי גרעהעם איז לעצטנס געפרעגט געווארן צי טראמפ דארף קאנגרעסיאנעלע הסכמה און האט געענטפערט מיט א שטארקן שארפקייט: "ניין!"
דער סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגערין ווען געפרעגט איבער די קומענדיגע שריט:
"דער פרעזידענט איז געווען זייער קלאר און צוטריטליך איבער איראן, פאר מער קוקט זיינע מעסעדזשעס"
מדנ״י אטאקעס אויף איראן איז נישט ליגאל. רוסישע אויסערן מינסטער.
מאקרון גייט אפהאלטן אן אייגענע דריגנדע זיצונג מיט אלע זיינע מארקא רוביא'ס צו אדרעסירן די איראן פראגע.
ביבי נתניהו: "אייאטאלע כומעיני איז די היטלער פון היינטיגע צייטן"
געוועזענע דעפענס מיניסטער גאלאנט: אמעריקע האט נישט געברענגט די B-2 פאר פרעזענטאציע. זיי זענען דארט גרייט צו אויספירן וואס פעלט זיך אויס.
ראדיא רשת ב’ באריכטעט אז טראמפ איז אין גאר א שטארקע דילעמע וואס איז עם מער וויכטיג,
א נאבעל פאר פיס, אדער זיין א ווינער איבער איראן.
איראן'ס ארמיי שטאב הויפט זאגט אז די ביז איצטיגע אטאקעס זענען בלויז געווען א ווארענונג אז די איזראעליס זאלן אויפהערן באצייטנס אבער א געהעריגע אפעראציע צו באשטראפן די פיינט פאר זייערע שריט וועט נאכקומען ה"י.
(גענומען פון קרעטשמע)