נייעס פון מדינת ישראל און ארום

איך האב גערעדט צו די פרױ פון א סײענטיסט יעצט דארטן, אין מכון ויצמן, זי זאגט קװֿײט אביסל דעמידזש צו בײדע, ריסױרטש פאַסילעטיס און סטעף אַפפּאַרטמענטס.
איך האב גערעדט פריער צו דער סײענטיסט װאס איז אקארשט אהײמגעקומען פון אר"י נאכװאס מכון ויצמן האט לעצטע װאך אנגעהױבן אראנזשירן פליגערס דורך רױם קײן לונדון.
זאגט ער מיר אז אײנע פון די בנינים פאר קענסער ריסױרטש איז סעװערלי געשעדיגט געװארן און פון די בערך 250 סײענטיסטן אין די אינסטיטוט האבן א פינפטל - 50 מדענים, פארלױרן זײערע לעבּס. ס'װעט זײ מסתמא געדױערן 6 חדשים צו א יאהר צוריק זיך צו סעטלען, װאס איז אסאך צײט אין מיסט ארײן. אױך האבן זײ געברױכט ארײנלױפן אין די שעלטערס עטליכע מאל א טאג און אױך אינמיטן דער נאכט, אזאך װאס האט זײ שטארק דענערװירט.

אין טױרמס אף די דאטא, סעמפלס און חיהלעך, זאגט ער אז אביסל סעמפלס זענען פארלױרן געגאנגען; די דאטא איז רעקאָװערבּל. די חיות האבן אלע ב"ה איבערגעלעבט הגם זײ זענען אביסל צעשאקלט געװארן. ס'איז דא א חשש אז אפשר װעלן זײ פאר א צײט אראפגײן פון בּרידינג, װאס איז עפעס װאס געשעהט װען חיהלעך זענען אונטער סטרעס. 🐁😆
 
היינט איז געווען לעבעדיג אין די בג"ץ, ווען די בג"ץ האט דן געווען צו ביבי האט רעכט אויפצונעמען א ראש שב"כ, אין ליכט פון די קאטארגעיט סקאנדאל.
דאס איז געקומען ווען משפחות חטופים פון די (עקסטרעם) רעכטע לאגער, האבן איבערגעדרייט די בית משפט. פונקט ווי די משפחות חטופים פון די אנדערע לאגערן, טוען די לעצטע יאר און 9 חודשים אין די ועדות הכנסת.
די מצב איז פא*ד אפ אין די לאנד.
 
לעצט רעדאגירט:
ברעיקינג: נאך כמעט צוויי יאר, איז ביבי היינט אנגעקומען צום ערשטן מאל אין קיבוץ ניר עוז, די סמל פון די אקט' 7 האלאקאוסט.
ביבי מיט שרה האבן זיך געהאג'ט מיט עינב צנגאוקר, א מאמע פון א חטוף מתן, וואס איז פון די ראשי המחאה אין קפלן בעד השבת חטופים.

סיקענינג, די עקסטרעם לינקע וואס ברוגז'ן אדער אפי' פארענטפערן עינב'ן פאר אים האלזן.
 
ישראל אייכלער (בעלזער ח"כ) גייט ווערן באשוואוירן נעקסטע מיטוואך אלס שר השיכון, אויב גור - יצחק גולדקנופף קומט נישט צוריק.
 
1751637888177.png
 
כ'האב געקוקט אפאר בילדער און ווידעא'ס, סתם גארבידזש, אבער נאכן קוקן צוויי ערנסטע ווידעא'ס האבעך מורא אז כ'גיי נישט קענען שלאפן היינט ביינאכט. ס'א פחד.💔
 
יא ער איז 100% גערעכט אזוי דארף מען זאגן לפחות צו איבערצייגען די לינקע לאגע, דהיינו אז נישט חטופים און נישט אויסהארגענען נאך און נאך אראבער נאר פשוט ניצחון איז בנין בית המקדש השלישי בב"א.
(נאר קלאר צו שטעלען אוודאי דארף מען אויסהארגענען אלע אראבער נאר ווען די טענה'סט דיר מיט א לינקע איז דאס קינג תירוץ)
 
כ'האב אנגעגרייט א גאנצע דרשה צו שרייבן דא, אלס רעאקציע צו די שטותים והבלים.

אבער כ'האב מחליט געווען, אז ס'איז א שאד מיין צייט, צו פראבירן משכנע זיין מענטשן וואס האלטן נישט ביים ווערן משוכנע, מענטשן וואס האלטן אז אזעלכע ליידיגע דעמאגאגן ווי אליהו, וואס האבן גארנישט אויפגעטון אין זייער לעבן, פאר די טובה פון ישראל, זענען מענטשן צום טיש, און זייערע ווערטער מיינען עפעס, זייערע ווערטער האבן א גראם פון שכל און מחשבה. וואס מיינען אז פלעשן ביליגע הוילע סיסמאות, מיינט פירן א לאנד. וואס מיינען אז מיט אמונה און בטחון אין משיח 'שיבוא', קען מען פירן א לאנד מיט האפענונג פאר א בעסערן מארגן. וואס מיינען אז דורכן אליין נעמען די גאולה, אן א כח פון אויבן, גייט ברענגען עפעס גוטס. וואס פארשטייען נישט, אז די וועלט איז היינט בעסער, ווען ס'ווערט געפירט דורך דעמאקראטישע ווירדן, אנשטאט הייליגע אדער טמא'נע אידיאלאגיע.

כ'וועל ענדערש קוקן א געשמאקן מאווי, און כל טוב.
 
Now you see me 2
מיינדבאגלינג.

פרייטיג האב איך געזען די ערשטע מאווי, א גאנץ שבת האט זיך מיין קאפ געדרייט מיט דעם. ס'לעכטיג. ווען וועט שוין די חרדי'שע ציבור איינזען, אז קוקן מאוויס איז א סעלושן פאר אסאך פראבלעמען... ;)
 
סתם נייגעריג אויב איינער קען אויסקלארן,

איינע פון די שטארקע טענות וואס די לעצטיגע אנטי מדינת ישראל אקטוויסטן א שטייגער ווי טאקער אין דעיוו סמיט האבן איז, אז די לעצטע צענדליגע יארן טוט מדינת ישראל דיקטעיטען די US אויסערן פאליסי, א"י פרעשערט אמעריקע צי אריינגיין אין מלחמות וואס איז ניטאמאל די טובה פון די US,

מיין קשיא צי זיי איז, וואס ווילסטו פון מדינת ישראל? פארוואס זאלן זיי אלס א לאנד נישט טוען אלעס וואס זיי קענען צי זיין פארזיכערט?
קענסט האבן טענות אויף דיין היימלאנד אמעריקע פארוואס זיי לאזן זיך, קענסט האבן טענות אויף רוב פאליטישנס אין וואשינגטאן וואס סאם האו האבן זיי א סאפט ספאט פאר די מדינה, אבער לאז אפ א"י.
 
ברעיקינג: דגל התורה גייט ארויס פון די קאאליציע (ישי כהן)
 
1752525998486.png

דער בריוו פון ר' דוב לאנדא מיט משה הילל הירש אז דגל התורה מוז פארלאזן ביבי'ס רעגירונג.

דאס איז מחייב פיר חברי הכנסת:

ר' דוב לאנדא האט זיי געהייסן ארויס גיין פון ביבי'ס קאאליציע

ביבי'ס רעגירונג בלייבט שטיין אויף דערווייל.

כאטש אויף געהינערן פיסלעך.

****

איצט קומט די באמבע אז אגודה פארלאזט אויך די רעגירונג.

ביבי פארבלייבט נאכלאץ מיט א רוב פון 61 חברי הכנסת.

אבער ש''ס סטראשעט אויך, ארי' דערי קען זיך נישט ערלויבן צו גיין קעגן די חרדים ער האלט זיך פאר א חרדי.
 
לעצט רעדאגירט:
1752527319036.png

איינע פון די רעזיגנאציע בריוו, פון אורי מקלב, זיי זאגן ס'נעמט גאנצע 2 טעג ביז דאס גייט אריין בתוקף, ביז דאן קען נאך ביבי ראטעווען די מצב. ער זיצט איצט אין אפיס פון יולי איידלשטיין אויפ'ן קאמפיוטער צופרידנצושטעלן די חרדים. נעקסטער סוף וואך וואלטן זיי געדארפט סיי וויי סיי גיין אויף זומער אורלויב. אבער איצט ערווארט אים א שווערע פאר טאג ביז זיין זומער וואקאציע.
 
Back
Top