נייעס פון מדינת ישראל און ארום

דאס געווינס איז א זיי ריקן די נושא אוועק פון יהודה ושומרון אריין צי עזה.
דהיינו יהודה ושומרון איז שוין פשוט אז מען בויעט די דעבאטע איז נאר לגבי עזה, מילא נישט קיין נפקא מינה צו זיין געווינען עזה, געווינען זיי זיכער יהודה ושומרון.
 
מען קען מקנא זיין די חברי כנסת פון די חרדי פארטייען
זייהאבן די זכות להשמיע קול ה׳ ברמה , מכריז
ציזיין כבוד שמים
כהיום , איז די וועלט אזוי אויסגישטעלט , אז וואס
מען זאגט אין פארלאמענט , האט א פרסום
די חברי כנסת החרדים , זענען שלוחים פון אחינו
בני ישראל
וואס מען זאגט אין די כותלי בית המדרש , איז תורה
לא בשמים היא
וואס מען הערט אין כנסת , על הארץ מתחת , האט
אפקלאנג
דער ניו יארק טיימס באריכטעט בדיוק די מסירות
נפש און עקשנות , פון די חרדי פארטייען
די ענינים זענען מפיץ דבר ה׳ וכבוד התורה ולומדיה
להמשכת דורות להניף דגל התורה
עוד הרבה נשאר בקולמוס , בענין צפיית המנהיגים
צישיקען פארטרעטערס צי די כנסת
כה יתן ה׳ וכה יוסיף
האסט א לינק צום ניו יארק טיימס?
 
@כלבין דחציפין אז די רעדסט שוין פון יהודה ושומרון, איז מארגן גייט אי"ה פארקומען א אפשטימונג אין כנסת אפציעל צו באשטעטיגן "ריבונות" אין יהודה ושומרון, ריבונות איז א דיפלאמאטישע וועג פון פעסטשטעלן זעלבסטשטענדיקייט און איז א קלארע און שטייפע מעסעדזש פאר די וועלט אז בעל הבית אין די ארט זענען אינז און אלע החלטות אין די געביטן באלאנגט אך ורק פאר מד"י, דאס גייט אי"ה טוישן די גאנצע הולך יילך אין יהודה ושומרון, לדוגמא 1. אז מען דארף נישט ארבעטן צוזאמען מיט די פאליסטינער (טעראריסטישע) אוטאריטעט, די איזראעלי כוחות הבטחון קענען אליינס מאכן אלע החלטות דארט, 2. מען דארף זיך מער נישט אומגיין מיט די שטח אלץ א פלאץ וואס איז איינגענומען געווארן דורך א מלחמה, וואס דאס האט געוויסע אינטערנאציאנאלע געזעצן, 3. אז נישט א יעדע זאך וואס מען וויל בויען דארט דארף ווערן צום ערשט באשטעטיגט א דורך א (לינקע) געריכט, און אזוי נאך א סאך וויכטיגע און סטראטעגישע זאכן.
נאר אויסצופירן, באריכטן זאגן אז די חרדישע חברי כנסת גייען נישט שטומען אויף דעם מארגן (וויבאלד זיי שפּילן יעצט כמו באליידיגט, סא קומען זיי נישט אריין צו קיין שום אפשטימונג אין כנסת), איז ממילא שווער צו גלייבן אז ס'וועט אדורך גיין.
לאמיר נאר האפן און דאווענען אז ס'זאל זיין שלום ושלוה פאר די אידן איבער'ן גאנצן וועלט בכלל, און פאר די אידן אין ארץ-ישראל בפרט.
 
6 בחורים פון עליטע ליטווישע ישיבות האבן זיך איינגעשריבן אין מיליטער.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20250722-WA0611.jpg
    IMG-20250722-WA0611.jpg
    612.2 KB · געזען: 11
היינט אין א היסטארישע מאמענט איז ב"ה אריבער געגאנגען די חוק "החלטות ריבונות אין יהודה ושומרון" , פאר דער וואס איז נישט אזוי באקאנט מיט דעם, ריבונות אין ענגליש איז sovereignty ד.מ. דערקלערן זעלבסטשטענדיקייט און פולע בעלות'שאפט און א יעדע הינזיכט, ביז היינט איז געווען מד"י און יהודה ושומרון ס'איז געווען צוויי באזונדערע זאכן, היינט האט עס די זעלבע דין ווי סיי וועלכע אנדערע שטאט אין מד"י, לדוגמה, כלפי באשטעטיגן געלטער איבערצומאכן גאסן, איז סתם אזוי האט יהודה ושומרון נישט געניסן פון די געלטער (מען האט געדארפט עקסטער אריבערפירן נאך געלטער פאר זיי) היינט זענען זיי א חלק פון די וואס געניסן פון די געלטער, נאך א דוגמה , ביז היינט האט מען אויף יעדער פרישע ליידיגע שטח געדארפט זיך שלאגן אין כנסת און אין געריכט אויב עס איז לעגאל דארט צו וואוינען אדער צו האבן פעלדער, היינט דארף מען דעיס שוין נישט נאר א קליינע פערמיט און פארטיגט,
נאר קלאר צו מאכן דאס אלעס איז נאר אינערהאלב מד"י אליינס, זיי קענען אויסשטיין גאר אסאך קריטיק פון די וועלט בנוגע די החלטה, ומאידך גיסא איז דאס די התחלה אז אמעריקע און סיי וועלכע אנדערע לענדער זאלן אויך אנערקענען אין דער שטח אלץ מד"י לכל דבר .
און א זייטיגע קרישקעלע, האט די ישראל ביתנו בראשות אביגדור ליבערמאן געשטיצט די חוק אין אזוי אויך ח"כ מאיר פרוש.
עס איז א געוואלדיגע געווינס פאר די אידן וואס וואוינען אין ארץ הקודש בכלל , און פאר אידן חובבי ציון בפרט, ונזכה לקבל פני משיח צדקנו במהרה. אמן.
 
איך הער זאגן אז ח"כ ר' מאיר פרוש איז צוריק אריין אין ממשלה , איינער מיט מער דעטאלן?
 
Back
Top