נייעס פון מדינת ישראל און ארום

מיך מאכט גאר ווייניג אויס וואס טראמפ האלט אויף ביבי, ס'איז ביי מיר נישט מעלה ומוריד. און איך ווייס טאקע די אבסעסיע פון די מידיע צו צוטיילן די פאוער קאפל.
מיין שאלה איז מער היפאטעטיש (איך וואלט עס טאקע געדארפט מדגיש זיין), וואס וואלט געווען אויב טראמפ זאגט ווען בקולו אז נתניהו פארציט די מלחמה לטובת זיין אייגענע פאליטישע המשכה, וואלט עס געטוישט ביי אונז אמעריקאנער רעכטער חרדי'שע ברידער, אדער די אמונה אין נתניהו איז שטערקער ווי טראמפ.
 
Screenshot 2025-08-01 042439.png
 
למעשה איז דאס קיין וויץ נישט.
די חאמאס פירערשאפט האט שוין לאנג געטענהט אז זייער ציל פון טעראר איז אויפציווייזן און אויפוועקן רחמנות אין די וועלטליכע אויגן, וואס דורך דעם וועט פאלעסטינע ווערן א פולשטענדיגע מדינה.

און די פראצעדור ארבעט ווי פאלגענד:
1. טעראריזירן מד"י. (אויפרייצן די בער)
דורך פארכאפונגן, מיסל שיסערייען, און ווי טרויעריג באקאנט אקטאבער 7.
2. מד"י רעאקציע.
מ'וועט זיי אלע הרגענען, פלאך מאכן געביידעס, פארטרייבן.
דערנאך, 3. וויינען און ווייזן פאר די וועלט זייער ליידן.
וואס ברענגט צו 4. אנערקענונג פון די אלוועלטלעכע געמיינדע צו באפרייען פאלעסטינע!

וועלטמאכטן ווי פראנקרייך, ענגלאנד, דייטשלאנד און נאך האלטן ביים אנערקענען און א פאלעסטינע לאנד! עטס הערסט וואס דא קומט פאר?! ווער האט זיך געגלייבט אז נאך די ערגסטע טעראר אטאקע וואס מד"י האט נאר בייגעוואוינט דורך חאמאס, וועט נאך די אלוועלטלעכע געמיינדע סיי ווען אימער געבן די רעכט פאר די פאלעסטינע צו האבן אן אייגן לאנד?! און דאס איז דווקא ארויסגעקומען אדורך זייער אקטאבער 7!

סוי, ווער האט למעשה געווינען די קריג? יחיה סינוואר! פאלעסטינע! חאמאס!
 
לויט דיר איז מדנ"י א נאר פארן פאלן צו נומער 2 פון די פלאן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לויט דיר איז מדנ"י א נאר פארן פאלן צו נומער 2 פון די פלאן
נישט לויט מיר. לויט יחיה סינוואר מיט די גאנצע חאמאס פירערשאפט!

זיי ווילן אז דאס זאל געשען, in order צו דערגרייכן סטעפּ נומבער 3 און 4!
 
איינער ווייסט וואספארא אפשטימונג ס'איז געווען היינט איבער אפציעל אקופירן עזה?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איינער ווייסט וואספארא אפשטימונג ס'איז געווען היינט איבער אפציעל אקופירן עזה?
פון וואס איך האב פארשטאנען

א צוזאג צום בעיס (רעכטע לאגער) אז מגייט גיין פול פארס
אבער אונטערן טיש ווייזן זיי פאר די לינקע אז די גאנצע רעדעריי איז א פינקי פייג, נאדא מיט נישט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
די איראנע סטעיט מידיע האט באריכטעט אז א מאן מיט'ן נאמען ראַוּזבּע װאַדי איז הינגעריכטעט געװארן אין איראן דורך הענגען, פאר'ן שפיאנירן פאר ישראל. דער מאן איז פאראורטײלט געװארן אין האבן איבערגעגיבן קלאסיפֿײד אינפארמאציע צו מוסד אגענטן װעלכע האבן געפירט צו די טױט פון אַן איראנער נוקלעארע סײענטיסט דורך א טאַרגעטעד ישראלישע לופט-סטרײק.
 
חבר הכנסת מאיר פרוש האלט שוין אן א הונגער סטרייק א וואך צייט!! צו פראטעסטירן קעגן די גזירת הגיוס!! ער זיצט אין א טענט אין פראנט פון די אפיס פון די יועצת משפטית און זאגט אז ער גייט נישט אויפהערן ביז מ'גייט מבטל זיין די גיוס!
זארגטס ענק נישט ער עסט נישט נאר פון 9:30 ביז 6:30
1754958313379.webp

פאלגענד איז א בילד ווי ר"י סלאנים איז איהם געקומען נעכטן מחזק זיין!
מ'דערציילט אז מיט יארן צוריק האט ער אויך געמאכט אזא סטרייק אויף עפעס א אנדערע חוק און די בעלזע רב זאל מאריך ימים זיין איז איהם געקומען דארט באזוכן און מחזק זיין, צום סוף רוימט איהם די בעלזער אריין אין זיין אויער 'איך מיין אז די קענסט טרונקען א קאווע'! זאגט איהם מאיר'ן אבער איך בין פליישיג?! :ROFLMAO:
 
Back
Top