נייעס פון מדינת ישראל און ארום

איך קום צו דיר מיט פאקטן, און דו קומסט מיט קאנספיראציעס. פעיר דיעל.
 
איך קום צו דיר מיט פאקטן, און דו קומסט מיט קאנספיראציעס. פעיר דיעל.
א רגע, פארוואס ווערן די לינקע ווילד ווען מ'פארמאכט גל"צ, תאגיד וכו'???
פארוואס קוקן זיי עס אן ווי 'ער וויל זיך משתלט זיין' ווען ער זאגט איך סטאפ עס צי פאנדן און א גוטען טאג
אויפן גנב ברענט דאס היטל
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
סאו, פון דא נעמסטו דיין הנחה אז די לינקע זענען שולט אויף די אויבן דערמאנטע?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
סאו, פון דא נעמסטו דיין הנחה אז די לינקע זענען שולט אויף די אויבן דערמאנטע?
ניין, דאס אז די תאגיד און גל"צ זענען לינק איז נישט עפעס וואס מען קען זיך דינגען
ביידע האבן פארפירט קעגן די מלחמה און עזה און געפאמפט די קפלן הפגנות,
כ'מיין ס'נישט מער ווי גערעכט אז אויב זיי רעפערזענטן נישט די דעה פון רוב ציבור דארף זיין די מדינה נישט אויסהאלטן, נישט אזוי?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
יא, דאס אז די תאגיד און גל"צ זענען רעכט איז נישט עפעס וואס מען קען זיך דינגען
ביידע האבן פארפירט קעגן די לינקע מחאות און בעד די מלחמה אין עזה.
און דאך ווילן נישט די לינקע אז די ממשלה זאלן צושפארן די נייעס אוטלעט'ס, אפילו אויב זיי רעפרעזענטן נישט אונזער דעה.

ווילאנג דו ברענגסט נישט קיין עכטע אומצווייפלדיגע ראיות אויף דיינע קלעים'ס, קען איך טון די זעלבע פונקט פארקערט.

ואגב, איך האב ערגעץ וואו גערעדט דא אקעגן פארמאכן גלצ און תאגיד, ס'קען גראדע זיין אז איך האלט אז ס'איז ריכטיג.
איך האב נאר געברענגט (גלצ) אלס א חלק פון א רשימה פון זאכן, וואס די רעגירונג נעמט זיך צו זייערע ביינער. ווייזנדיג, אז אפי' אויב אויף איינס איז דא די תירוץ, און אויף די צווייטע די תירוץ, אויף די דריטע ווערט נתברר אז עס איז דא איין תירוץ פאר אלעס: סתימת פיות, און צומאכן עני זאך וואס קען זיי שטעלן אין געפאר.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ואגב, איך האב ערגעץ וואו גערעדט דא אקעגן פארמאכן גלצ און תאגיד, ס'קען גראדע זיין אז איך האלט אז ס'איז ריכטיג.
איך האב נאר געברענגט (גלצ) אלס א חלק פון א רשימה פון זאכן, וואס די רעגירונג נעמט זיך צו זייערע ביינער. ווייזנדיג, אז אפי' אויב אויף איינס איז דא די תירוץ, און אויף די צווייטע די תירוץ, אויף די דריטע ווערט נתברר אז עס איז דא איין תירוץ פאר אלעס: סתימת פיות, און צומאכן עני זאך וואס קען זיי שטעלן אין געפאר
האסט געזאגט אז זיי טוען עס 'שולט צי זיין'
משמע אז די האלטסט אז עס איז נישט גערעכט.
(הגם דיין סטעיטמענט איז סתם אפציפרעגן לשם אפפרעגן, אפגעזען וואס די האלטסט פארשטייסטו איך האב גערעדט פון לינקע בכלליות)
"איך געדענק ווי גלי צה''ל האט גערעדט און פארפירט קעגן די לחימה בעזה" וואס דארפסטו מער פון דעהם (בשעת ס'הייסט נאך גלי צה''ל)
איך דארף דיך ברענגען א ראי' צי יעדע זאך וואס איך זאג??? כאילו יעדע טענה דיינס איז געשטיצט מיט ראיות?!!
איך זאג וואס איך האב צי זאגן ווי ווייט איך האב געדענק און געהערט, איך בין נישט דיין בעל דין!
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב נאר געברענגט (גלצ) אלס א חלק פון א רשימה פון זאכן, וואס די רעגירונג נעמט זיך צו זייערע ביינער. ווייזנדיג, אז אפי' אויב אויף איינס איז דא די תירוץ, און אויף די צווייטע די תירוץ, אויף די דריטע ווערט נתברר אז עס איז דא איין תירוץ פאר אלעס: סתימת פיות, און צומאכן עני זאך וואס קען זיי שטעלן אין געפאר.
How about עס איז דא אן אנדערע תירוץ פאר אלעס, אז זיי האבן זיך גענומען מאכן סדר מיט די לינקע אנארכיע וואס לעבט אויף די מדינה'ס חשבון

בכלל האסטו צאמגעקלאפט 4 זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות
בן גביר משטרה, (הגם איין טאג שרייסטו אז בן גביר האט גארנישט געטון) מה קשר???

לוין מערכת המשפט, פארשטייסטו אויכט אז עס דארף א תיקון
גל"צ ותאגיד, 'קען זיין די האלטסט אויך אז עס איז ריכטיג' (כלשונך)
אבער אלע דריי ציזאמען = סתימת פיות....
נשמע מגוחך....
פשוט א לינקע שוואנץ וואס גייט מיט פארמאכטע אויגן נאך אפאר פחדנים וואס שרעקן זיך אז מ'גייט מאכן סדר מיט די מדינה,
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
נשמע מגוחך? זעט אויס דו קענסט נישט די בריסקער תירוץ אויף די משנה פון א שוטה.


יעצט צו דיינע קלעימס:
איך בין נישט אריין אין גלי צה"ל סאמוטאכע, אבער גלי צה"ל הייסט פון די מערסטע באלאנסירסטע נייעס אין איזרעל.
דו האסט אמאל געהערט ווי איינער רעדט דארט אקעגן די מלחמה?! שומו שמייעם! וואס זיין מיט אונזער לאנד, אויב מ'וועט אמאל הערן מענטשן וואס האלטן אנדערש פון אונז.


צו בן גביר האט יא מצליח געווען צו נישט, איז א שמועס פאר זיך. איך רעד פון וואס ער וויל.

און לוין, יא אפי' סאיז דא א מקום צו מתקן זיין איז דא א וועג וויאזוי (וויאזוי? גיי קוק נאך וואס שקד האט אויפגעטון אין די מערכת המשפט), די מהלך פון די רעגירונג צו צוברעכן יעדע עקזיסטירנדע זאך, איז עקלדיג און גרויליג. און ווייזט אויף איין זאך, אויף זייער תאות השליטה און פאוער.
 
איך זעה נישט וואס די פארשטייסט נישט
ס'איז נישט אז איינער האט איינמאל געזאגט א ווארט....
גלי צה''ל איז זייער שטארק לינק בייעסט, נישט אז עס איז א פראבלעם אבער צי ווערן געפאנדעט? פארוואס??
און בכלל איז נישטא באמת את ריזען די מדינה זאל זיי פאנדען
די ציל פארוואס עס איז מתחילה געעפנט געווארן איז מער נישט רעלאווענט היינט
און הערטס אויף מאכן א אישו פון א טישו
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ווי געשריבן האב איך נישט קיין דעה אויף די פארמאכן גלי צה"ל.

אבער איך האב יא א דעה אויף דיינע קלעימס, מ'קען נישט טענה'ן אז 'די לינקע זענען שולט אויף גלי צה"ל' אדער 'איז זייער שטארק לינק בייעסט' אן ברענגען ראיות (דאס אז דו האסט אמאל געהערט עפעס איז נישט קיין ראיה פאר גארנישט), דאס שמעקט פון קאנספיראציע. איך קען פונקט אזוי שרייבן פארקערט.
דאס יא, די טענה אז די מדינה דארף עס נישט פאנדן איז א שטארקע טענה, און איז טאקע ווערד דעבאטירט צו ווערן (וואס ווי געשריבן האב איך נישט קיין מיינונג).

אבער דאס אלעס האט נישט צוטון מיט מיין ערשטע מעסעדזש.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ס'איז זייער שווער נאכצופאלגן די נייעס אין איזרעל, יעדן טאג פרישע פרשיות.

מיקי זוהר פראבירט זיך משתלט זיין אויף די סינעמא (נאך וואס קרעי אויף די תקשורת. כץ אויף גל"צ. לוין אויף די מערכת המשפט. בן גביר אויף די משטרה):
ביטול התמיכה הממשלתית בקולנוע? השר מיקי זוהר הודיע על הקמת ועדה לבחינת המימון מחדש

אבער די לינקע זענען היפאקריטן
"משתלט" זיין??? וואס מיינסטו צו זאגן מיט דעם? דאס איז דאך זייער ארבעט!
זיי זענען דאך די ממשלה!
א ממשלה דארף פירן די אפטיילונגען פון די רעגירונג לויט ווי זיי פארשטייען.

פארוואס איז זיך די "שליטה" פון קרעי, כ"ץ און בן גביר שלעכט אין סיי וואס פארא וועג??

כ'פארשטיי אז ביי לוין קענסטו טענה'ן seperation of powers, וואס איז א באזונדערע שמועס פאר זיך אויב ס'איז א טענה, אבער ביי די אנדערע דעפארטמענטס?!
 
איך בין נישט אריין אין גלי צה"ל סאמוטאכע, אבער גלי צה"ל הייסט פון די מערסטע באלאנסירסטע נייעס אין איזרעל
כ'בין חושש אז דו האסט שוין לאנג נישט געהערט גל"צ, אויב בכלל. גל"צ איז סופער לינק גענויגט, אמאל איז געווען דארט יעקב ברדוגו, ער האט געהאט פון די מערסט פאפולערע פראגראם און ער איז געפלויגן אויפן באפעל פון שר הביטחון בני גנץ (סתימת פיות!) היינט איז 99 פראצענט בערך די זעלבע דעה, אפילו די מהדורות חדשות זענען גענויגט פאליטיש. דאס איז געווען ממש בולט ביי די תקופה פון די רפורמה המשפטית און פון די מלחמה

"משתלט" זיין??? וואס מיינסטו צו זאגן מיט דעם? דאס איז דאך זייער ארבעט!
זיי זענען דאך די ממשלה!
א ממשלה דארף פירן די אפטיילונגען פון די רעגירונג לויט ווי זיי פארשטייען.

פארוואס איז זיך די "שליטה" פון קרעי, כ"ץ און בן גביר שלעכט אין סיי וואס פארא וועג??

כ'פארשטיי אז ביי לוין קענסטו טענה'ן seperation of powers, וואס איז א באזונדערע שמועס פאר זיך אויב ס'איז א טענה, אבער ביי די אנדערע דעפארטמענטס?!
אין א"י איז דא די מאדנע נעראטיוו וואס די מידיע האט מצליח געווען צו מהנדס זיין די תודעה אז יעדער פראוו פון א שר צו משפיע זיין אויף זיין תחום איז א "השתלטות עוינת" "התערבות פוליטית", כאילו דאס איז נישט די סיבה און מטרה פארוואס זיי זענען ערוועלט געווארן
 
כ'בין חושש אז דו האסט שוין לאנג נישט געהערט גל"צ, אויב בכלל. גל"צ איז סופער לינק גענויגט, אמאל איז געווען דארט יעקב ברדוגו, ער האט געהאט פון די מערסט פאפולערע פראגראם און ער איז געפלויגן אויפן באפעל פון שר הביטחון בני גנץ (סתימת פיות!) היינט איז 99 פראצענט בערך די זעלבע דעה, אפילו די מהדורות חדשות זענען גענויגט פאליטיש. דאס איז געווען ממש בולט ביי די תקופה פון די רפורמה המשפטית און פון די מלחמה
הונדערט און פופציג פראצענט גערעכט! גל"צ איז שרעקלעך לינק פון מעלדן די נייעס ביז זייערע פרשנים און נייַעס אגענטן,

יעצט @כספי נישט קיין נפקא מינה וואס דיין דעה איז אויף די ענין פון פארמאכן גל"צ, וואס איז זיכער איז זיכער אז גל"צ איז לינק אויף א פול פלעטש אופן, אדרבה הער זיי אויס פאר א טאג צייט און קום מיר זאגן וואס די הערסט דארט.

(נ.ב. לינק מיינט נישט אז וואס זיי זאגן נישט וואס ערוץ 12 זאגט.......)
 
א פארשעמנדע אינטעלידזשענס דורכפאל ווערט באריכטעט, ווען די איראנער העקער גרופע "חנזלה" לייגט ארויס באווייזן אז זיי האבן באוויזן אריינצובייסן און אינפילטרירן דעם פערזענליכן טעלעפאן פון דעם ראש המטה פון נתניהו. אלס א "סעמפל" צו ווייזן אז זיי מיינען עס ערנסט, האבן זיי פארעפנטליכט א געהיימע ווידעא פון א פריוואטע זיצונג וואו מען זעט דעם רוסישן אמבאסאדאר אין ארץ ישראל זיך אויסדריקן אז "רוסלאנד און ישראל זענען גוטע פריינט." דאס זעט אויס ווי א סטראטעגישע שריט מצד די העקערס, ארויסצוגעבן עפעס וואס איז נישט "קאטאסטראפאל" אבער פארשעמט די רעגירונג פאר די מערב וועלט לענדער, כדי צו שיקן א קלארע מעסעדזש: "מיר האבן אלע ענקערע סודות אין די הענט." די איראנער טענה'ן אז זיי פארמאגן יעצט גאר סענסיטיווע פיילס, אריינגערעכנט קאנטאקטן פון שפיאנאזש אגענטן און קלאסיפיצירטע דאקומענטן, וואס אויב דאס ווערט נתגלה קען עס זיין איינע פון די גרעסטע זיכערהייט דורכפעלער אין די היסטאריע פון די מדינה. עס זעט אויס ווי א פסיכאלאגישע מלחמה, וואו איראן פרובירט צו ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז זיי קענען גרייכן אפילו צו די סאמע געהיימסטע פענסטער פונעם פרעמיער מיניסטער'ס אפיס.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20251228_085854_X.webp
    Screenshot_20251228_085854_X.webp
    67 KB · געזען: 7
Back
Top