נייעס פון מדינת ישראל און ארום

די אומגלויבליכע חוצפה און העזה פון אמיר אוחנה (און דורכדעם רוב רעכטע) נישט צו אנערקענען אין יצחק עמית אלס נשיא ביהמ"ש העליון (שוין נאך וואס ביבי האט בקולו קלארגעשטעלט אז עמית איז נשיא) איז שאקירנד נידריג און פרעך, וואס פאסט נישט אפילו פאר די רעכטע רעוואלטירער.
שטעלט ענק פאר אז עמית (אדער עני נשיא בג"ץ) זאגט אז ער אנערקענט נישט אין ביבי (אדער סיי ווער) פאר ראה"מ.
וואס וואלט געשעהן ווען די לינקע אנערקענען נישט אין ביבי און זאגן נאט מיי פרעזידענט?

גארנישט..

סאו פארוואס דארף עפעס געשעהן ווען די רעכטע טוען עס...?
 
וואס וואלט געשעהן ווען די לינקע אנערקענען נישט אין ביבי און זאגן נאט מיי פרעזידענט?

גארנישט..

סאו פארוואס דארף עפעס געשעהן ווען די רעכטע טוען עס...?
וואס הייסט די לינקע? און וואס מיינט נאט מיי פרעזידענט? אז אפאר לינקע שרייבן אין זייער ביא אויף טוויטער 'נאט מיי פרעזידענט', פון דעם טאקע רעד איך נישט.

שטעל דיך אבער פאר אז די מיליטער איז מחליט אז ביבי איז נישט פרעמיער, און רופן אים נישט צו אפיציעלע מעמדים פון די מיליטער. וואס וואלט געשען?! די גאנצע מדינה וואלט זיך איבערגעדרייט, ובצדק. א מיליטערישע פוטש.

דעמאלטס פארוואס פארשטייסטו נישט אז ווען די הויפטן פון איין פליגל אין די רעגירונג, אנערקענען נישט אין די הויפט פון א צווייטע פליגל, איז עס פונקט אזוי הימל-שרייענד און שאקירנד.
 
הותר לפרסום: בצלאל זיני ווערט באשולדיגט פארן שמוגלען ציגארעטלעך קיין עזה בשעת די מלחמה פאר געלט, דורכן אויסנוצן זיין מיליטערישע שטאנד און דינסט. די פרשה איז געווארן געפארשט דורך די משטרה און נישט שב"כ, אלס זיין ברודער דוד זיני וואס דינט אלס ראש שב"כ.
אחיו של ראש השב"כ, בצלאל זיני, הוא החשוד בפרשת ההברחות; החשד - הבריח סיגריות | כלכליסט

איך פארשטיי נאר נישט פארוואס ס'איז א פרשה בטחונית און נישט פלילית.
די פרשה ווערט מער פארוויקלט, ווען ס'ווערט היינט אויפגעדעקט אז מ'האט געטראפן ביי א 'בכיר שב"כ' 6.5 מיליאן שקל רווחים פון שמוגלערייען קיין עזה (אבישי גרינצווייג).
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
א געווארענער איז ערגער ווי א געבוירענער, דער פרופ' משה כהן אליה איז הולך ומשתגע, בעטנדיג ביי זיינע פעלאו רעכטע צו חתמ'ענען א פעטיציע פאר פרעזידענט טראמפ יר"ה, צו סאנקציאנירן נשיא בג"ץ יצחק עמית, און די יועמשי"ת גלי בהרב-מיארה.
View: https://x.com/moshecoheneliya/status/2025900595974930864
עידית סילמאן איז זיך מצטרף צו די חגיגה, מיט א מרוגש'דיגע פאוסט אויף X צום יר"ה צו סאנקציאנירן עמית און מיארה.....
View: https://x.com/iditsilman/status/2029640283277734066
 
Back
Top