הצבעה על תקציב המדינה.
בתוך התקציב האבן די חרדים אריינגעלייגט הסתייגויות אקעגן די תקציב, צו צולייגן נאך בערך 800 מיליאן שקל פאר זייערע תקציבים (נאך וואס די יועמ"שית האט עס נישט געלאזט צולייגן, זייענדיג - לפי דעתה - אקעגן די געזעץ).
די אפאזיציע זענדיג א הסתייגות - נישט כאפנדיג אז ס'איז לטובת די חרדים - האט געשטימט בעד די הסתייגויות...
דאס איז אויסער די אסטראנאמישע געלטער וואס זיי האבן באקומען אין די תקציב גופא, ווי פאלגענד:
חינוך עצמאי (יהדות התורה): 2.10 ביליאן ש"ח – א תוספת פון 459 מיליאן ש"ח (+22%) פון לעצטע תקציב.
מעיין החינוך התורני (ש"ס): 1.23 ביליאן ש"ח – א תוספת פון 371 מיליאן ש"ח (+30%) פון לעצטע תקציב.
חינוך מוכר שאינו רשמי: 509 מיליאן ש"ח – א תוספת פון 112 מיליאן ש"ח (+22%) פון לעצטע תקציב.
סך הכל: 3.84 ביליאן ש"ח - א תוספת פון 942 מיליאן שקל (+32.5%) פון לעצטע תקציב.
דאס איז אויסער בערך 1.8 ביליאן שקל וואס גייט צו די ישיבות און מוסדות פטור.
אקעגן דעם האט די חינוך ממלכתי באקומען א תוספת פון 6 ביליאן שקל וואס דאס איז נאר 8% תוספת פון לעצטע תקציב.
אויב אין די לעצטערע יארן האבן די חרדי'שע מוסדות באקומען 15,000 ש"ח פער תלמיד, אקעגן די ממלכתי וואס האט נאר באקומען 11,000 ש"ח פער תלמיד (און די אראבישע מוסדות נאר 8,000 ש"ח פער תלמיד), ווערט יעצט די הימל-שרייענדע חילוק נאכמער ברייט.
אבער מ'טאר נישט פארגעסן אז די פרייע האבן אונז סתם פיינט...
און די חרדים זענען א מיעוט וואס בג"ץ דארף זיך פאר זיי אנעמען...