איין אנמערקונג וואס מיך האט געשטערט וואס קיינער רעדט נישט דערוועגן איז די שוואכע קאמיוניקאציע סקילס וואס פעלט אין די קאמיוניטי. הגם ביי די ליטוואקס איז עס טויזענט מאל בעסער.
רוב עולם זענען אזוי ווי לעמעלעך... קאם אן ביסט אן אדאלט!! ביסט נישט קיין בעיבי..!
א באנדע פחדנים.. אן קיין שום זעלבסט ווערדשאפט, וואס גלייבן נישט באמת אין זיך.
ס'טוט עכט וויי צו וואטשן.
פארוואס זאל מען דארפן זאגן פאר מענטשן נישט צו רעדן מיט די מעדיא? לערן זיי אויס צו זיין אדאלטס און קאמיוניקאציע טאלאנטן.
עס איז אמת אבער אויך נישט אמת.
למעשה האבן מיר א סעט פון וועליוס וואס איז זייער שווער צו בארעכטיגן פארן ווייסן גוי:
1. האבן אנלימיטעד קינדער (נקמה אין היטלער, תכלית אויף דער וועלט, מען גיבט וויפיל עס איז באשערט וכו') אפילו מען זעט נישט קיין וועג עס צו סאסטעינען פינאנציעל, וואס מיינט פאלן אויף די גאווערמענט (דעם גוי'ס טעקסעס) פאר הילף.
2. דאס ווילן דווקא וואוינען אלע אין די פאר פלעצער וואס ברענגט מוראדיגע ארויף ריעל עסטעיט פרייזן, אין א נארמאלע ארימע קאמיוניטי מופט מען וואו דאס לעבן קאסט ביליג, דא וואוינען אלע אויף איין פלאץ (משפחה, מוסדות, כשר עסן וכו') און מען מוטשעט זיך טאקע געפערליך אבער מען מופט בשום אופן נישט אוועק.
3. עס איז נישטא אין רוב יודישע שטעט "רייכע און ארימע" געגנטער, דער יוד וואס איז ווערט $100 מיליאן וואוינט נעקסטע טיר צום ארימען כולל יונגערמאן וואס נוצט אלע פראגראמען, דאס מאכט אז ווען דער גוי קוקט אויף אזא "ארימע שטאט" ווי קרית יואל און זעט יוקאנס און קעדילעקס איבעראל שרייט עס הויעך "פראוד", גיי זיי מסביר אז האלב שטאט זענען מלמדים און כולל יונגעלייט און דרייוון ביליגע קארס.
4. דער קאנצעפט פון "תורתו אומנותו", א כולל יונגערמאן/מלמד וואס מאכט קוים צו קאווערן און און ווערט סובסידירט דורך די פעדעראלע און סטעיט גאווערמענט איז עפעס וואס איז נארמאל צו אונז אבער דער גוי קען נישט פארשטיין.
5. דאס אז מען זעט ריזיגע לוקסוריעזע מוסדות בנינים שטימט נישט מיט די "ארימע שטאט", גיי זיי מסביר אז דער גאוועלעיר האט א תאווה צו זען זיין נאמען אויף בנינים (און דווקא אויף שיינע) איז גרייט צו גיסן $10 מיליאן דערפאר.
6. אין יעדע אנדערע "ארימע" געגנט זעט מען דעם עולם אנגעטאן אין וואלמארט און גודוויל קליידער בשעת ביי אונז זעמער אלע געקליידעט ווי "בני מלכים" מיט קריספ אויסזעענדע לוקסוריעזע סוטס און פרויען קליידער, גיי זיי אים מסביר פארוואס אן ארימאן "מוז" גיין מיט $500 קליידער יעדן טאג.
און דאס איז נאך בעפאר ער ווערט געוואויר אז מיר צאלן עקסטער שכר לימוד, $8,000 פאר א הוט וואס מען טוט אן איין טאג א וואך און מאכן חתונה פאר $100,000+ פער זייט...
בעסער זאל קיינער נישט רעדן צו זיי און שוין