נייעס פון קרית יואל

היינט צוטאג ווען אין אמריקא זענען דא בערך 50 מיליאן אימיגראנטען, און די אלע רעדן מיט פארשידענארטיג אקצענטען, איז א פרעמדע אקצענט, אדער אן ענגליש וואס שטימט נישט גראמאטיש נישט אזא בזיון ,
די אווועראלל פיקטשור פון די ווידעאו איז באלאנסירט, ער לאזט אויס רעדן די וואס נעמען זיך אהן, אז רוב מענער ארבייטען, און ער ברענגט ארויס אז די ביישטייערונג פון די טעקסעס וואס דער קרית יואל באפעלקערונג צאהלט איין שטייגט איבער די הכנסות וואס זיי באקריגען פון די גאווערנמענט פראגראמען ( עס דארף א בירור צו דאס איז ריכטיג)
ער ברענגט ארויס אז עס נישט שכיח קרימינאל פארברעכן, נישט קיין דראגס, נישט קיין רעיפס - יענער איז איהם מעיר אז עס איז דא דרייווינג אינפרעקשענס מער ווי ערגעץ אנדערש- אבי געזאגט- עס איז דאך נישט שכיח דארט קיין דראונק דרייווינג, וואס דאס איז די ארגסטע, און איז נפוץ על כל פני אמריקא ,סאו, די ווידעאו איז מער פאזיטיוו ווי נעגאטיוו,אז מען קוקט אהן די גאנצע מרישא ועד גמירא
ביזט גערעכט אז אויב זעהט מען די ווידיא פון אן אביעקטיווע בליק איז עס נישט געפערליך, אבער פון די קעפל (invaded ) און פון זיינע לעצטע ווערטער (theocratic anclave) זעט מען אז ער איז דא צו פארקויפן א נאראטיוו
 
לעצט רעדאגירט:
זייער מעגליך אז מען גייט זעהן דורכאויס די נעקסטע פּאָר וואכן, קאנטענט קריעיטארס און סתם טראולס, וואס גייען אהינגיין אנמאכן פראבלעימען און הארעס׳ן די ארטיגע אידנטום.
שונאי ישראל און אנטיסעמיטישע אגיטירער, וועלן זוכען ארויס צונעמען די חלקים וואס ווייזט אויף זיך
אהנלייגען אויף די פובליק טעקס פעיערס , ווען די נומבערס זענען בערך אזוי ווי ברוקלין און קווינס,
און לגבי מיניאפעליס איז דאך קרית יואל אין א פיעל
בעסער מצב , די קרית יואל לאקאל פיהרער דארפען
הייערן א פראופעשענעל פאהרשטייער וואס זאל אפ ענטפערן די רעבעל ראוזערס, ענה כסיל כאולתו
 
איך האב געמיינט אז ס'גייט זיין ערגער
ס"ה לייגט ער א נעגעטיוו קעפל צו באקומען מער views.
 
זייער מעגליך אז מען גייט זעהן דורכאויס די נעקסטע פּאָר וואכן, קאנטענט קריעיטארס און סתם טראולס, וואס גייען אהינגיין אנמאכן פראבלעימען און הארעס׳ן די ארטיגע אידנטום.
הייבט זיך שוין אן.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 0e103b6b-a087-44e4-8a0b-c30571af8ce8.webp
    0e103b6b-a087-44e4-8a0b-c30571af8ce8.webp
    270.1 KB · געזען: 314
ער גרייט נעקסט קיין לעיקוואאד
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_5357.webp
    IMG_5357.webp
    100.7 KB · געזען: 274
עס איז פאני ווי איך הער צוויי אנדערע ריספאנסעס צו די טיילער ווידיא וואס זענען זיך סותר איינער דעם צווייטן. איינס אז עס איז נישט יושר צו האקן אויף א קאמיוניטי וואס נעמט פראגראמען לעגאל, און צווייטענס אז עס איז בכלל נישט אמת אז די עולם ארבעט נישט.
 
איך האב פרובירט צו נוצן מיין שכל (דאס ביסעל וואס איך באזיץ) און פארשטאנען אז מען רעדט פון מענטשן וואס ארבעטן און נאכאלץ מאכן נישט גענוג און ביידע תירוצים גייען אינאיינעם, האב איך עפעס פארזען?
 
איך האב פרובירט צו נוצן מיין שכל (דאס ביסעל וואס איך באזיץ) און פארשטאנען אז מען רעדט פון מענטשן וואס ארבעטן און נאכאלץ מאכן נישט גענוג און ביידע תירוצים גייען אינאיינעם, האב איך עפעס פארזען?
אויף א טייל מענטשן ביסטו זיכער גערעכט, איך האף אז דו ביסט אינגאנצן גערעכט.
 
די פראבלעם איז אז קרית יואל זעהט נישט אויס ווי א פלאץ וואו עס וואוינען אזא גרויסע פראצענט מענטשן בארעכטיגט פאר פראגראמען. עס מוז זיין אז דאס איז צוליב עשירים וואס גיסן גרויסע געלטער אויף קאמיוניטי געברויכן.
 
איז עס דען נישט אזוי?
 
איין אנמערקונג וואס מיך האט געשטערט וואס קיינער רעדט נישט דערוועגן איז די שוואכע קאמיוניקאציע סקילס וואס פעלט אין די קאמיוניטי. הגם ביי די ליטוואקס איז עס טויזענט מאל בעסער.

רוב עולם זענען אזוי ווי לעמעלעך... קאם אן ביסט אן אדאלט!! ביסט נישט קיין בעיבי..!
א באנדע פחדנים.. אן קיין שום זעלבסט ווערדשאפט, וואס גלייבן נישט באמת אין זיך.
ס'טוט עכט וויי צו וואטשן.

פארוואס זאל מען דארפן זאגן פאר מענטשן נישט צו רעדן מיט די מעדיא? לערן זיי אויס צו זיין אדאלטס און קאמיוניקאציע טאלאנטן.
 
אבער איינער וואס קומט מיט שלעכטע כוונות און גייט ממילא שטיקלען נאר וואס אים געפעלט האט טאקע נישט קיין פשט צו רעדן מיט אים
 
אבער איינער וואס קומט מיט שלעכטע כוונות און גייט ממילא שטיקלען נאר וואס אים געפעלט האט טאקע נישט קיין פשט צו רעדן מיט אים
מסכים. אבער ווען די עולם האט נארמאלע קאמיוניקאציע סקילס, וואלט ער נישט געקענט מאכן אזא ווידעאו.
 
איין אנמערקונג וואס מיך האט געשטערט וואס קיינער רעדט נישט דערוועגן איז די שוואכע קאמיוניקאציע סקילס וואס פעלט אין די קאמיוניטי. הגם ביי די ליטוואקס איז עס טויזענט מאל בעסער.

רוב עולם זענען אזוי ווי לעמעלעך... קאם אן ביסט אן אדאלט!! ביסט נישט קיין בעיבי..!
א באנדע פחדנים.. אן קיין שום זעלבסט ווערדשאפט, וואס גלייבן נישט באמת אין זיך.
ס'טוט עכט וויי צו וואטשן.

פארוואס זאל מען דארפן זאגן פאר מענטשן נישט צו רעדן מיט די מעדיא? לערן זיי אויס צו זיין אדאלטס און קאמיוניקאציע טאלאנטן.
די פרויען האט מען ארויסגעריסן די פעמעניזעם, אין די מענער האבן נישט קיין זכרות.

איך וואלט אים געראטן צו קומען שמחת תורה ביי די הקפות אויף די ברענטשעס, דאלמאטס וועט ער טרעפן אונזער מעסקאלינעטי... 😂
 
איין אנמערקונג וואס מיך האט געשטערט וואס קיינער רעדט נישט דערוועגן איז די שוואכע קאמיוניקאציע סקילס וואס פעלט אין די קאמיוניטי. הגם ביי די ליטוואקס איז עס טויזענט מאל בעסער.

רוב עולם זענען אזוי ווי לעמעלעך... קאם אן ביסט אן אדאלט!! ביסט נישט קיין בעיבי..!
א באנדע פחדנים.. אן קיין שום זעלבסט ווערדשאפט, וואס גלייבן נישט באמת אין זיך.
ס'טוט עכט וויי צו וואטשן.

פארוואס זאל מען דארפן זאגן פאר מענטשן נישט צו רעדן מיט די מעדיא? לערן זיי אויס צו זיין אדאלטס און קאמיוניקאציע טאלאנטן.
עס איז אמת אבער אויך נישט אמת.

למעשה האבן מיר א סעט פון וועליוס וואס איז זייער שווער צו בארעכטיגן פארן ווייסן גוי:

1. האבן אנלימיטעד קינדער (נקמה אין היטלער, תכלית אויף דער וועלט, מען גיבט וויפיל עס איז באשערט וכו') אפילו מען זעט נישט קיין וועג עס צו סאסטעינען פינאנציעל, וואס מיינט פאלן אויף די גאווערמענט (דעם גוי'ס טעקסעס) פאר הילף.

2. דאס ווילן דווקא וואוינען אלע אין די פאר פלעצער וואס ברענגט מוראדיגע ארויף ריעל עסטעיט פרייזן, אין א נארמאלע ארימע קאמיוניטי מופט מען וואו דאס לעבן קאסט ביליג, דא וואוינען אלע אויף איין פלאץ (משפחה, מוסדות, כשר עסן וכו') און מען מוטשעט זיך טאקע געפערליך אבער מען מופט בשום אופן נישט אוועק.

3. עס איז נישטא אין רוב יודישע שטעט "רייכע און ארימע" געגנטער, דער יוד וואס איז ווערט $100 מיליאן וואוינט נעקסטע טיר צום ארימען כולל יונגערמאן וואס נוצט אלע פראגראמען, דאס מאכט אז ווען דער גוי קוקט אויף אזא "ארימע שטאט" ווי קרית יואל און זעט יוקאנס און קעדילעקס איבעראל שרייט עס הויעך "פראוד", גיי זיי מסביר אז האלב שטאט זענען מלמדים און כולל יונגעלייט און דרייוון ביליגע קארס.

4. דער קאנצעפט פון "תורתו אומנותו", א כולל יונגערמאן/מלמד וואס מאכט קוים צו קאווערן און און ווערט סובסידירט דורך די פעדעראלע און סטעיט גאווערמענט איז עפעס וואס איז נארמאל צו אונז אבער דער גוי קען נישט פארשטיין.

5. דאס אז מען זעט ריזיגע לוקסוריעזע מוסדות בנינים שטימט נישט מיט די "ארימע שטאט", גיי זיי מסביר אז דער גאוועלעיר האט א תאווה צו זען זיין נאמען אויף בנינים (און דווקא אויף שיינע) איז גרייט צו גיסן $10 מיליאן דערפאר.

6. אין יעדע אנדערע "ארימע" געגנט זעט מען דעם עולם אנגעטאן אין וואלמארט און גודוויל קליידער בשעת ביי אונז זעמער אלע געקליידעט ווי "בני מלכים" מיט קריספ אויסזעענדע לוקסוריעזע סוטס און פרויען קליידער, גיי זיי אים מסביר פארוואס אן ארימאן "מוז" גיין מיט $500 קליידער יעדן טאג.

און דאס איז נאך בעפאר ער ווערט געוואויר אז מיר צאלן עקסטער שכר לימוד, $8,000 פאר א הוט וואס מען טוט אן איין טאג א וואך און מאכן חתונה פאר $100,000+ פער זייט...

בעסער זאל קיינער נישט רעדן צו זיי און שוין
 
Back
Top