נייעס פון טעמפא, פלארידא

וואס ברענגסטו ארויס מיט דעם?
ס'איז מיר געווען אינטערסאנט די גרויסע נייעס אז עפעס א תושב בלי שם האט געהאט א בעבי אין טעמפא, האב איך פארציילט אז עפעס א תושב אין קריית יואל האט אויך געהאט א בעבי..
 
ס'איז מיר געווען אינטערסאנט די גרויסע נייעס אז עפעס א תושב בלי שם האט געהאט א בעבי אין טעמפא, האב איך פארציילט אז עפעס א תושב אין קריית יואל האט אויך געהאט א בעבי..
מ'רעדט דא פון א פיצעלע קאמיונעטי וואס האלט זיך אינמיטן בויען, אסאך זענען סקעפטיש אויב ס'גייט זיך אויסארבעטן, איז גוט צו הערן אז מ'פראוועט דארט שמחות פינקט ווי ביינונז.
 
מזל טוב צו איינע פון די תושבים פון קרית יואל, ער האט אויך געהאט א בעבי.. די וואכנאכט וועט זיין די וואך איין טאג אויב די בעבי וועט נישט זיין געהל...

אהוי... נאך א בעבי נאך א בעבי וכו'...
זייער שיין, אבער ביטע לייגן אין די קרית יואלע שנירל.
 
ס'איז מיר געווען אינטערסאנט די גרויסע נייעס אז עפעס א תושב בלי שם האט געהאט א בעבי אין טעמפא, האב איך פארציילט אז עפעס א תושב אין קריית יואל האט אויך געהאט א בעבי..
איין מינוט אויב איינער האט גיהאט א מיידל און די צוויטע א אינגל אפשר קען מען שוין אנטראגן א שידוך?
 
איין מינוט אויב איינער האט גיהאט א מיידל און די צוויטע א אינגל אפשר קען מען שוין אנטראגן א שידוך?
דערמאן מיך אין 18 יאר ארום און אפשר על איך דיר געבן אביסל פון די שדכנות געלט.
 
איין מינוט אויב איינער האט גיהאט א מיידל און די צוויטע א אינגל אפשר קען מען שוין אנטראגן א שידוך?
קודם ברויכסטו זיכער מאכן אז די מחותּנים און מחותּנעיסטעס שטימען, והוא העיקר במחנינו
 
קודם ברויכסטו זיכער מאכן אז די מחותּנים און מחותּנעיסטעס שטימען, והוא העיקר במחנינו
דאס קען מען שוין זיכער מאכן, מ'דארף נישט ווארטן אכצן יאר

די שאלה איז צו די אינגל בעבי וועט וועלן וואוינען אין טעמפא פלארידא, א פלאץ ווי ס'איז א נייעס אז איינער האט געהאט א בעבי...
 
דאס קען מען שוין זיכער מאכן, מ'דארף נישט ווארטן אכצן יאר
נעה, ס'נישט אזוי פשוט. דו רעדסט פון די מענטשן וואס זענען שייף עייל שייף נפיק זיי פארן א גאנץ לעבן אויף איין טרעק, די רירן זיך נישט אוועק פונעם געגענט ווי זייערע שוויגער און באבעס וואוינען, די סארט מענטשן ציען זיך נישט קיין טעמפּא פלארידא, ניטאמאל מופן זיי פופצן מינוט אוועק פון זייערע שעלווס ווי זיי זענען געבוירן און אויפגעוואקסן
 
דאס קען מען שוין זיכער מאכן, מ'דארף נישט ווארטן אכצן יאר

די שאלה איז צו די אינגל בעבי וועט וועלן וואוינען אין טעמפא פלארידא, א פלאץ ווי ס'איז א נייעס אז איינער האט געהאט א בעבי...
די פלאץ גייט שוין זיין אסאך גרעסער דעמאלטס.
 
יעצט איז די צייט צי טראכטן וועגן פּסח!

פארברעגטס דאס יאר פּסח אין טעמפּא פלארידא, אין האט׳ס אן אמת׳ען זמן חרותינו!

דאס הויז האט פין די שענסטע אין די בעסטע, אנגעהויבן פין א הערליך שיינע גענצליך אפּגעזונטערטער pool, ביז שפילערייען פאר די קינדער אין ביציקלעך אין סקוטערס, אלעס אריינגערעכנט אינעם פרייז!!!

עס זענען נאך דא געציילטע הייזער פארבליבן!!!

פאר מער אינפארמאציע, פארבונדט אייך צי
Wave Kosher Villas
+1 (786) 763-0699

https://chat.whatsapp.com/Io026AQSbcoLmDszMp8cVX
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20250302-WA0026.jpg
    IMG-20250302-WA0026.jpg
    1.4 MB · געזען: 34
🚚 *ויהי בנסוע* 🚚

אזוי ווי אויף נאך יו״ט פסח גרייטן זיך אראפצומופן אפאר פאמיליעס דא אין *טעמפא פלארידא* און מיר ארבייטן צו פארברייטערן די קלאסן אין די מוסדות מיט עלטערע כיתות אויף די קומענדיגע שנת הלימודים. דעריבער ווילן מיר געבן די געלעגענהייט פאר אלע וואס האבן זיך נאכגעפרעגט במשך די לעצטע שטיק צייט איבער די שטעטל בכלל און איבער די מוסדות און אירע כיתות בפרט, זיך צונויפצוקומען אונטער איין דאך *מיט די באטייליגונג פון די ראשי הקהלה והמוסדות אין שפיץ פונעם דיין שליט״א - נשיא הקהלה והמוסדות*, און זיך אויסשמועסן איינער מיטן אנדערן, צו פארזיכערן אז יעדער האט א פלאץ אין די מוסדות פאר זייער קינד׳ס יארגאנג.

עס זענען אריינגעקומען פארלאנגען פון פארשידענע שטעט איבער ניו יארק, דעריבער כדי זיכער צו מאכן אז מיר קומען אן צו יעדן איינעם, ביטע ריפלייען צו *ר׳ יושע לערנער* 917-624-7457 אדער צו *ר׳ איתמר טובי׳ פריעדמאן* 845-662-3684 אויב איר ווילט זיך משתתף זיין ביים אווענט און הערן ערשטהאנטיג די אפדעיטס פון אלעס ארום דעם שטעטל.

עס איז פארשטייט זיך נישט קיין שום צוזאג אז מען דארף מופן, עס איז בלויז צו הערן פארשריט איבער די שטעטל און די מוסדות, סיי פאר די וואס ווילן מופן אין די נאנטע צוקונפט, און סיי פאר די וואס קלערן דערוועגן סיי ווען עס וועט זיין מעגליך.

די פונקטליכע דעטאלן ווי און ווען עס וועט אלס פארקומען די אווענטן, וועט געמאלדן ווערן פריוואט פאר אלע משתתפים.

נ.ב. אויב ווייסט איר פון איינעם וואס וואלט געווען אינטערעסירט דערין, ביטע האט אים אינזין און שיקטס ארום די מעסעדזש.

🏝️ *טעמפא פלארידא* 🏝️

טעמפּא נייעס און אפּדעיטס #3
 
די קלינע פרידזשדער קומט שוין מיט א כשר לפסח עמינעם. m&m
 
שוין לאנג נישט געשריבן אפדעיטס מחוסר זמן אבער מען קען מיך אייביג אנפרעגן אין דיזע שנירל.

לכבוד יום טוב האט זיך אנגעזעהן אסאך געסט אינעם שטעטל, אויך פון די באקאנטע סעקטע לב טהור זענען געקומען עטליכע מיטגלידער צו וויילן אויף א וויילע.
 
טעמפא איז נישט פון די ערב רב?
 
Back
Top