נייעס פון טעמפא, פלארידא

זאג אים , אז זיי זאלן קודם בויען א מקוה טהרה פאר נשים דארט מיט א הכשר פון היימישע חסידישע אנגענומענע רבנים , איינמאל זיי האבן רבנים וועלן זיי מצליח זיין בעזר השם
זיי עקספעקעטן מענטשן צו מופן צו א שטאט ווי חסידישע אינגעלייט וואינען אן קיין מקוה טהרה?
ס'טאקע נישט דא??
 
ווי איך האב שוין געשריבן פריער, וואוין איך נישט דארט אבער איך האב באקאנטע און איך פרוביר צו ברענגען נייעס פון דארט.
עס איז דא א כשר'ע מקוה מיט די הכשר פון די לאקאלע דיין ר' יהושע הערשקאוויטש, די מקווה איז גרייט געווארן לעצטע יו"ט.
עס איז דא א גראסערי גלייך אינדרויסן פון געגנט (בערך 4 מינוט מיט א קאר) וואס פארקויפט אויך פלייש.
באלד וועל איך שרייבן נאך.
 
עס וואוינען ארום 30 פאמיליעס, פון אלע מינע אבער בעיקר חסידישע עס איז דא 1 בית מדרש וואס מען נוצט א גאנצע וואך און נאך 1 וואס מען נוצט נאר שבת.
דזשאבס איז שווער צו טרעפן אבער מעגליך.
מוסדות איז דא ביז 9 יאר, אבער אסאך עלטערן שיקן די קינדער צו אנדערע מוסדות ווי חב"ד און חפץ חיים.

נאך עפעס?
 
ווען מען וווינט אין טעמפא איז די לעבן געלאסענער און מען האט מער צייט צושרייבן אויף קרעמל אדער איז דאס א סימן אז מען בענקט זיך און מען איז לאנגווייליק?
 
ווען מען וווינט אין טעמפא איז די לעבן געלאסענער און מען האט מער צייט צושרייבן אויף קרעמל אדער איז דאס א סימן אז מען בענקט זיך און מען איז לאנגווייליק?
ברויכסט פרעגן די ארטיגע אידן.
 
ווען מען וווינט אין טעמפא איז די לעבן געלאסענער און מען האט מער צייט צושרייבן אויף קרעמל אדער איז דאס א סימן אז מען בענקט זיך און מען איז לאנגווייליק?
בענקט זיך צו וואס? די סערווער פון קרעמל מאכט נישט קיין חילוק צו מ'איז דארט אדער אין די טריי סטעיט.
 
צעטלך פון די וואך.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20251128-WA0075.webp
    IMG-20251128-WA0075.webp
    122.6 KB · געזען: 254
  • IMG-20251128-WA0076.webp
    IMG-20251128-WA0076.webp
    344.5 KB · געזען: 167
ווען מען וווינט אין טעמפא איז די לעבן געלאסענער און מען האט מער צייט צושרייבן אויף קרעמל אדער איז דאס א סימן אז מען בענקט זיך און מען איז לאנגווייליק?

מען קען אויך פרעגן פארקעדט.
ווען מען וואוינט אין נ״י איז די לעבן אזוי פארביטערט אז מען מוז אנטלויפן צי קרעמל, אדער איז עס א סימן א נו יארקערס זענען סתם לאזערס.
 
*א גוטע וואך*

האלט מיט דעם רייכן אינפארמאטיוון און העכסט אינטערעסאנטער לייוו פאנעל דעם קומענדיגן מוצאי שב״ק וישלח הבעל״ט, ווי עס וועט אויסגעשמועסט ווערן מיט *ר׳ איתמר טובי׳ פריעדמאן - פון טעמפא פלארידא* און *ר׳ הלל ליכטענשטיין - פון קאסא גראנדע אריזאנע* ווי ביידע זענען אדורך דעם כל התחלות קשות און ברענגן צום ציבור אלע אינפארמאציע בנוגע זיך אריבערציען צו א נייעם שטעטל און וואס זענען *באמת* די שוועריקייטן און גוטסקייטן וואס קומען מיט דערמיט.

האלט מיט די כסדר׳דיגע אפדעיטס דא אויפן גרופ.

🏝️ *טעמפא פלארידא* 🏝️

טעמפּא נייעס און אפּדעיטס #3

פאר אפדעיטס אין קאסא גראנדע אריזאנע, קליקט דעם לינק דא.
🌴 Casa Grande 365 🌵📣 - 2⃣
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20251129-WA0055.webp
    IMG-20251129-WA0055.webp
    740.2 KB · געזען: 187
גאנץ קיוט די צוויי חברה
 
*הכנסת ספר תורה אפדעיט #3*

שטייענדיג היינט דאנערשטאג בלויז 3 טעג אפגעריקט פונעם געהויבענעם *הכנסת ספר תורה* פילט זיך שוין די שמחה אין די לופט, קינד אין קייט איז גרייט פארן גייסטרייכען מעמד וואס איז לעצט פארגעקומען גאנצע 2 יאר צוריק.

משפחת *ר׳ משה שווארץ* הנכבדה גרייט זיך אפצורעכטן א גרויסן שבת התוודעת דעם היינטיגן שבת בא אין בעפארגרייטונג צום הכנסת ספר תורה דעם זונטאג, ווי עס קומען צו גיין פון אלע עקן וועלטן די געשוויסטער פונעם בעל שמחה *ר׳ משה ני״ו.*

שבת אינדערפרי וועט אפגעראכטן ווערן א גרויסארטיגן קידוש לכבודו פונעם בעל שמחה - אינעם צענטעראלן ביהמ״ד ווי עס וועט אריינגעגעבן ווערן די ספר תורה - מיט די באטייליגונג פון די פילע געסט, און ווי אויך אלע געסט אין שטאט וואס וויילן דא פאר אפרוה (און פאר אלע וואס זענען אוועקגעלאפן פון די שניי…) ווי אויך ווערט אנגעגרייט א שיינעם שלוש סעודות דורך *ר׳ משה הי״ו.*

עס ווערט אצינד אויסגעארבייט די לעצטע דעטאלן דורך די עסקנים צו פארזיכערן די מאקסימום הצלחה מיט די ריכטיגע זיכערהייט מאסנאמען. מיר וועלן דא ארויפלייגן אלע מודעות פונעם מעמד, זיך מיטצופרייען מריחוק מקום וקירוב לב.

*די שטעטל איז אויפגעהייטערט מיט די שמחת התורה.*

🏝️ *טעמפא פלארידא* 🏝️

טעמפּא נייעס און אפּדעיטס #3
 
עטליכע מודעות פון די לעצטע פאר וואכן.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20260121-WA0113.webp
    IMG-20260121-WA0113.webp
    83.7 KB · געזען: 33
  • IMG-20260121-WA0114.webp
    IMG-20260121-WA0114.webp
    82 KB · געזען: 37
  • IMG-20260213-WA0098.webp
    IMG-20260213-WA0098.webp
    75.2 KB · געזען: 42
  • IMG-20260213-WA0099.webp
    IMG-20260213-WA0099.webp
    323 KB · געזען: 66
*א גוטע וואך*

האלט מיט דעם רייכן אינפארמאטיוון און העכסט אינטערעסאנטער לייוו פאנעל דעם קומענדיגן מוצאי שב״ק וישלח הבעל״ט, ווי עס וועט אויסגעשמועסט ווערן מיט *ר׳ איתמר טובי׳ פריעדמאן - פון טעמפא פלארידא* און *ר׳ הלל ליכטענשטיין - פון קאסא גראנדע אריזאנע* ווי ביידע זענען אדורך דעם כל התחלות קשות און ברענגן צום ציבור אלע אינפארמאציע בנוגע זיך אריבערציען צו א נייעם שטעטל און וואס זענען *באמת* די שוועריקייטן און גוטסקייטן וואס קומען מיט דערמיט.

האלט מיט די כסדר׳דיגע אפדעיטס דא אויפן גרופ.

🏝️ *טעמפא פלארידא* 🏝️

טעמפּא נייעס און אפּדעיטס #3

פאר אפדעיטס אין קאסא גראנדע אריזאנע, קליקט דעם לינק דא.
🌴 Casa Grande 365 🌵📣 - 2⃣
אין קאסא גראנדע איז דא א שיינע הערליכע קהילה פון הרב רובין א חשובע יונגערמאן את זון פונעם דינוב'ע רבי וואס וואוינט אין קאסא גראנדע, משא"כ הלל ליכטענשטיין איז איינער פון די קהילת הפרושים פון קאסא גראנדע, מאדנע אז איתמר טוביה האט אים גענומען פאר א שמועס, ער פארשעמט זיך אין קאסא גראנדע, ער וואלט ענדערש באלאנגט אינעם ירידת הדורות אשכול פאר ווער ס'קען אים. פארוואס נעמט איתמר טוביה א קאמפעניען פון א דורכגעפאלענע קהילה ווען ער וואלט געקענט רעדן מיט די אריגינעלע שפרודלדיגע קהילה?

אפשר טאקע דאס האט איתמר טוביה געוואלט, מיינענדיג אז מיט דעם וועט ער ארויפהייבן טעמפא איבער קאסא גראנדע...

דער הלל רעדט דאך פאר פייער און פאר וואסער, לדגומא זיין סטעיטמענט אז מען דארף נישט חושד זיין זייער קהילת הפרושים אז זיי עסן יום כיפור, און נאך אזאנע נערישע סטעיטמענטס,
 
איך ווייס נישט פארוואס איתמר טוביה האט גערעדט דווקא מיט עם, אין די פארגאנגענהייט איז שוין געווען א שמועס פון זאבי פעלדמאן מיט יצחק גרין.

איך בין שוין געווען אויף ביידע פלעצער און איך קען מענטשן אין ביידע פלעצער.
 
Back
Top