בג"ץ האט היינט געפסק'נט אז עיריית תל אביב האט נישט קיין רעכט צו פארבאטן תפילות בהפרדה במרחב הציבורי אויף יום כיפור.
די אורטייל וואס איז אין א געוויסן זין א שטארקע שאק, נאך וואס בג"ץ איז נישט ידוע פאר איבריגע ליבשאפט צו פרומקייטן, האט צעמישט אלע קארטן, די רעכטע וואס די לעצטע פאר יאר זוכן זיי כל מיני אופנים אונטערצוברענגען די בג"ץ און בכלל די כח פון געזעץ איבער וועלער, פרייען זיך ביזן הימל מיטן פסק. און די לינקע וואס זענען די שטארקע חסידים און שטיצער פון די בג"ץ, פילן זיך אפגעפאטשט.
די אורטייל איז געגעבן געווארן אן קיין נימוקים, און באמת איז עס לכאורה גאר א שטארקע תמיהה'דיגע פסק, וואס פארא רעכט קען מען אפטיילן ג'ענדערס במרחב הציבורי? און וואס וועט זיין אויב א געוויסע רעליגיע וואס האלט אז שווארצע דארפן שטיין אונטער א מחיצה, וועט מען עס אויך צולאזן?
לעניות דעתי וויפיל די פרומע פרייען זיך מיט דעם פסק, איז עס א קלארע רעסעפי פאר א מיאוס'ן יום כיפור שלאכט, וואס די חברה גרייטן זיך שוין צו, שפירנדיג אז די פרומע (וואס לשיטתם קומען א גרויס חלק אפילו נישט פון תל אביב, נאר פון אנדערע שטעט, מיט א ציל צו פארפרומען די עיר העברית הראשונה) נעמען דא צו זייער פרייע שטח, אנצייכענענדיג אז בג"ץ האט טאקע געפסק'נט אז מ'קען זיי נישט צוריקהאלטן פון דאווענען בהפרדה, אבער ס'נישטא קיין איסור פאר פרויען צו שפאצירן עסן און זינגען האלב נאקעטיג אין די מענער אפטיילונג, און אזוי אויך געי'ס וכו'. דער הויפט פון די אפאזיציע לפיד האט טאקע גערופן דעם ציבור אז קיינער זאל נישט קומען דארט פראוואקירן, ווייל דאס איז די גאנצע וואס די ארגאנעזירער ווילן, דאך גלייב איך אז גענוג חברה וועלן זיך אנרוקן. פון די אנדערער זייט האט דער ראשל"צ (לשעבר, אקארשט ארויסגעטרויטן פון אמט) געשריבן א בריוו ווי ער בעט זיך אז מ'זאל נישט אפהאלטן קיין מנינים במרחב הציבורי, ווייל ס'וועט אנברענגען מחאות און קריגערייען און חילול יום טוב.
דא זעט מען נאך א דוגמא, וואו די חרדים פרובירן ארויף צו צווינגען זייער רעליגיעזע אנשויאינגען אויפן ברייטן ציבור, אבער ס'וועט לכאורה צוריקפאטשן מיט א געזונטע פראסק.
כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאותיכם לפני ה' תטהרו.
View attachment 807
קריגערייען פאריעריגע יום כיפור צווישן מתפללים און פרייע מוחים, נאך וואס די עירייה האט געאסר'ט צו לייגן מחיצות, און די ארגאנעזירער האבן גענוצט פענער צו מאכן מיט דעם א מחיצה.