נייעס און קרישקעלעך

גדעון סער'ס רעאקציע
 
בייגעלייגטע פיילס

  • בית המשפט עשה צדק בתל אביב.jpeg
    בית המשפט עשה צדק בתל אביב.jpeg
    73.4 KB · געזען: 24
דאס איז למשל א אינטרעסאנטע נקודה.
אלע רעדנער און ווייסעכוואס חברה וואס רעדן מיט קאך איבער די עולה וואס די עירייה האט דא געטון, שרייען היתכן אז די עירייה פארהאלט תפילות פון יודן אום יום כיפור, וכן על זה הדרך.
די אמת איז אבער אז עיריית תל אביב האט קיינמאל נישט געאסר'ט צו דאווענען במרחב הציבורי, נאר צו דאווענען בהפרדה במרחב הציבורי.
און די קשיא איז, אויב ביזסטו גערעכט פארוואס דארפסטו פארדרייען פון די מציאות, און רעדן אויף א אופן וואס וועט מער אויפקאכן דעם ציבור.
און די קשיא איז אסאך מאל, און בעיקר ביי די רעכטע פרעדיגער.
 
קיינער 'קומט נישט אין זיין שטאט טוישן די לופט' אדער 'מחזיר בתשובה זיין' (כאטש כ'פארשטיי זייער פחד דערפון), להוי ידיעה אז די מתפללים-ות ביי די יוכ"פ מנין זענען ריין תושבי תל אביב, זיי צאלן די זעלבע רענט און שטייערן ווי די פארפירערס און שרייערס און הונט פרעסערס וואס זאגן 'קומט נישט טוישן מיין שטאט', כ'האב געזעהן א אינטערוויאו אויף כאן אדער חדשות 14 מיט אפאר 'פרייע פרויען' וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין די געריכט קלאגע קעגן דעם דאווענען פארבאט, זיי טענה'ען אז זיי זענען נישט פרום אבער ווילן יא האבן א יוכ"פ ענווייראמענט אין זייער שטאט, ומאי חזית אז די שרייערס זענען גערעכטער ווי די וואס ווילן עס יא האבן.

(כ'האב אנגערופן חולדאי א הונט פרעסער, וויבאלד ער האט זיך אמאל געגרויסט צו די פרעסע אז ער האט געפרעסן א הונט אין טשיינע)
שקר שקר שקר
קיינער קומט נישט מחזיר בתשובה זיין ???
די ארגעניזאציע ׳ראש יהודי׳ וואס האט געוואלט מאכן די תפלה, זאגן קלאר אז זיי ווילן דווקא אין די פרייע תל אביב, צו רייניגן די אוויר פון שטאט, און זיי ברענגן מענטשן פון די גאנצע לאנד, איך האב אמאל געזען א אינטערוויו פון זייערע מענטשן וואס זאגן אז זיי קומען טאקע פארדעם.

און זאגן אז עס איז דא אינטערוויו, פון פרייע וואס זאגן אז זיי וואינען אין ת״א און זיי ווילן דאווענען בהפרדה, מוז איך נישט גלייבן עיין ערך די ניין פרשה פון ערוץ 14 מיט שטעפענשט.
 
מוזט טאקע נישט גלייבן - אויב דיין אגענע וויל אזוי - כאטש וואס די פרייע פרויען וואס ווילן עס, אידענטיפיצירן זיך אפן מיט זייערע נעמען

קען זיין אז ראש יהודי וויל דאס (רייניגן דעם תל אביבער אויר), אבער זעהט אויס אז ס'איז נאך פארהאן קופצים דערפאר אין תל אביב (בכללם פרייע) וואס ווילן עס אויך, ב"ה, עדיין נצח ישראל לא שיקר

אגב, ס'איז אנגענומען אז בערך 60 פראצענט לאנד, אדער עטוואס מער, פאסט יום כיפור, זאל עס גערעכנט ווערן פאר א זכות פאר אידישע קינדער
 
לעצט רעדאגירט:
מיינע צוויי צענט איבער די אישו:

'ראש יהודי' ארגאניזירט תפילת נעילה אין תל אביב שוין זייט 2020, רוב רובו פון די באטייליגטע זענען ארטיגע איינוואונער, און קיינער האט נישט אויפגעמאכט קיין מויל ביז לעצטע יאר ווען ס'געווען אנגעהיצט די געמיטער צוליב די רפורמה משפטית. די עירייה האט זיך אפילו שטאלצירט דערמיט (זעה בילד). די טענות איבער הדרת נשים און הפרדה מגדרית, חוץ וואס איז אבסורד - די פרויען אליין ווילן די הפרדה + די הפרדה איז סימבאליש און נישט ממש א מחיצה און אויך נאר אין א קליינע חלק- איז אחיזת עיניים. דאס איז נישט די נושא בכלל. די ליבעראלן אין תל אביב פילן זיך געסטראשעט (און מיט רעכט) און דעפאר באשלאסן אויסטון די הענטשיקעס און פראווען באלשעוויקיש שטיק.

וואס ראש יהודי טוט איז נישט קיין פראוואקאציע, ישראל זעירא איז מציע עפעס וואס איז דא פארלאנג דערצו מצד די איינוואונער. ער איז נישט אנדערש פון חב"ד, ארגון רבני צהר אדער אגודה למען הלהט"ב וואס שטעלן צו א געוויסע סערוויס ווי עס איז נאר דא א פארלאנג. און.. ער האט אויך אגענדע וואס ער וויל פארשפרייטן, שומו שמיים. ער קומט נישט צווינגן, ער זאגט דאס קלאר אין די אינטערוויו, ער קומט ארויסלייגן זיין פעקל אין פובליק ענדליך צו די טויזענט עמותות, קרנות און ארגונים אין די מדינה וואס שטופן זייער אגענדעס און סדר יום ווי מען קער נאר.

דא איז א שטיקל פון אן אינטערוויו מיט קובי אוז ווי ער לייגט אראפ וויאזוי ער האט הנאה געהאט פון די תפילות:

View: https://x.com/Gidon_Dokow/status/1844064766857499080
 
בייגעלייגטע פיילס

  • GZhL7CiXUAwUZTH.jpeg
    GZhL7CiXUAwUZTH.jpeg
    92.2 KB · געזען: 13
לעצט רעדאגירט:
וואס ראש יהודי טוט איז נישט קיין פראוואקאציע, ישראל זעירא איז מציע עפעס וואס איז דא פארלאנג דערצו מצד די איינוואונער. ער איז נישט אנדערש פון חב"ד, ארגון רבני צהר אדער אגודה למען הלהט"ב וואס שטעלן צו א געוויסע סערוויס ווי עס איז נאר דא א פארלאנג. און.. ער האט אויך אגענדע וואס ער וויל פארשפרייטן, שומו שמיים. ער קומט נישט צווינגן, ער זאגט דאס קלאר אין די אינטערוויו, ער קומט ארויסלייגן זיין פעקל אין פובליק ענדליך צו די טויזענט עמותות, קרנות און ארגונים אין די מדינה וואס שטופן זייער אגענדעס און סדר יום ווי מען קער נאר.https://x.com/Gidon_Dokow/status/1844064766857499080
ראש יהודי איז נישט קיין פראוואקעציע? האסט אמאל געהרט שמעוסן פון דעם זעירא? ער ברענגט אינגערלייט און פרויען פון די גאנצע לאנד און ער זאגט דאס בריש גלי
 
ראש יהודי איז נישט קיין פראוואקעציע? האסט אמאל געהרט שמעוסן פון דעם זעירא? ער ברענגט אינגערלייט און פרויען פון די גאנצע לאנד און ער זאגט דאס בריש גלי
ער שטעלט צו א זאך וואס איז דא א פארלאנג דערצו מצד איינוואונער. וויאזוי איז דאס א פראוואקאציע?

איך האב נישט געהערט שמועסן פון אים חוץ פון די אינטערוויו. אדרבה ברענג אהער
 
ריכטיג, אבער עירית לינור – ויקיפדיה זאגט אז זי וויל האבן די רעכט צו דאווענען וויאזוי זי וויל אן קיין אגענדע צו טוישן די פרייע גאס
יא, אבער זי איז נישט פון די אנפירער.

און כ'וועל נישט אריינגיין יעצט פונקטליך אז אין ערוץ 14 האט זי א תפקיד צו ערפילן, וואס די רעכטע אגענדע שטופט.
 
מוזט טאקע נישט גלייבן - אויב דיין אגענע וויל אזוי - כאטש וואס די פרייע פרויען וואס ווילן עס, אידענטיפיצירן זיך אפן מיט זייערע נעמען
קען זיין אז ראש יהודי וויל דאס (רייניגן דעם תל אביבער אויר), אבער זעהט אויס אז ס'איז נאך פארהאן קופצים דערפאר אין תל אביב (בכללם פרייע) וואס ווילן עס אויך, ב"ה, עדיין נצח ישראל לא שיקר
אפילו ראש יהודי זאל ווען יא זיין א איידעלע ארגאנעזאציע, וואס קומט פשוט צו ערפילן די געברויך פונעם תל אביב'ער ציבור צו דאווענען יום כיפור. ווילאנג די שטימונג אין גאס און ביי רוב פרייע איז אז זיי זענען דא צו פרום מאכן די פרייע, טארן זיי לכאורה נישט על פי תורה דאווענען דארט, וכמש"כ דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום, און נישט דורכן פארפיינטן דעם באשעפערס נאמען צווישן זיינע פארפרעמדטע קינדער, און גורם זיין זיי זאלן בדוקא נישט פאסטן וכדו'.
און גוט האבן זיי טאקע געטון אז זיי האבן צוריקגעצויגן, און זיי גייען דאווענען אין א שול, ס'קומט זיך זיי אסאך קרעדיט פארדעם.
 
און גוט האבן זיי טאקע געטון אז זיי האבן צוריקגעצויגן, און זיי גייען דאווענען אין א שול, ס'קומט זיך זיי אסאך קרעדיט פארדעם.
נע, דאס איז ווייל די בית משפט האט מתיר געווען, און מילא איז דאס נישט קיין זיי דארן אין אויג
 
ער שטעלט צו א זאך וואס איז דא א פארלאנג דערצו מצד איינוואונער. וויאזוי איז דאס א פראוואקאציע?

איך האב נישט געהערט שמועסן פון אים חוץ פון די אינטערוויו. אדרבה ברענג אהער
ער זאגט קלאר אז זיין ציל איז צו רייניגן די אוויר פון שטאט און מחזיר בתשובה זיין די איינוואינערס און נישט ווייל איינוויאינערס האבן געבעטן ביי אין עס טוהן

ביי די ציונים איז דא מושג פון שליחים (אזוי ווי חב״ד) וואס משיקט צו כל מיני פלעצער צו מחזק זיין מיט ישראלזים און ביי די מזרחי שיקט מען שליחים צו מחזק אין תורה ע״פ ציונות ער טענה׳ט וואס דארף מען שיקן אין דערווייט לאמיר קודם מקרב זיין דא אין ער האט אויפגעשטעלט א ישיבה אין די עיר רבתי תל אביב די צענטער פון די פרייע וועלט און שלאגט זיך כסדר מיט די איינוואינערס

איך ווייס נישט ווי צו טרעפן די לינק׳ס בשעתו האב איך עס געזען ווען מהאט געוואלט מפרסם זיין ברבים מה טיבו (נישט קיין געשניטענע שטיקלעך נאר גאנצע דרשות ווי ער גיסט פעך און שוועבל אויף די פרייע איינוואינערס
 
אהרן ברק זאגט עס כסדר אין זיינע אינטערוויוס מיט פרומע, אז די חרדים דארפן זיין די ערשטע צו שטיצן די בג"צ ווייל אויב מ'גייט איין טאג וועלן אוועקנעמען זייערע רעכטן איז די בג"צ די איינציגסטע וואס וועט זיכער מאכן אז ס'זאל נישט געשען. מ'קען אבער אסאך דן זיין בדבריו, כאטש וואס כמובן איז דא א שטיקל נקודה דערין.
די נקודה איז זיכער אמת ווען מ'באטראכט וואס ס'גייט פאר בנוגע די רדיפות פון גור קעגן קהילת ר''ש אלתר, וואס די קארופטירטע פאליציי טוט גארנישט, און די איינציגסטע פלאץ וואו מ'נעמט זיך אמאל אן אויף זיי איז אין די געריכט הייזער. כ'האב מיך דערמאנט דערפון ווייל ס'היינט געווען אין די נייעס אז די בית משפט האט באפוילן פאר חינוך העצמאי צו באצאלן 120 טויזנט שקל (פלוס 40 טויזנט שקל הוצאות) פאר א טיטשער וואס איז אוועקגאנגען פון גור און געליטן רדיפות דין סקול, און ס'איז נישט די ערשטע מאל.
 
כ'וויל עפעס שרייבן, אבער כ'האלט מיך איין.

כ'וועל נאר נאכברענגען א ציטוט מלשונו, ווי ער שרייבט וועגן זיך מתגייס זיין:
אני יודע מצויין את המשמעות של מענדל הלובש מדים ירוקים והופך להיות לוחם בצה״ל. לא אעשה דבר כזה אם אינני יכול לקחת אחריות מלאה על אמירה כזו מול הדור החרדי הצעיר.
והמבין יבין, ומי שלא יום טוב לו. ;)
 
זיי נישט קיין כובש נבואתו און האלט דיך נישט איין...
 
כ'וויל עפעס שרייבן, אבער כ'האלט מיך איין.

כ'וועל נאר נאכברענגען א ציטוט מלשונו, ווי ער שרייבט וועגן זיך מתגייס זיין:
מענדל ראטה האט געשריבן:
אני יודע מצויין את המשמעות של מענדל הלובש מדים ירוקים והופך להיות לוחם בצה״ל. לא אעשה דבר כזה אם אינני יכול לקחת אחריות מלאה על אמירה כזו מול הדור החרדי הצעיר.

והמבין יבין, ומי שלא יום טוב לו. ;)
נאך אלעס איז ער א רבי׳ש קינד און דאס איז די שפראך
ס׳ליגט אינטערדעם פונקט ווי עס ליגט אונטער ווען זיין טאטע (און פאר די אלע קליינע קעפיקעס לאוו דווקא זיין טאטע נאר כל הדומה לו) זאגט עס
 
דראמא אין איזראעל!
ביבי האט געפייערט זיין שר הביטחון גלנט, לכאורה ווייל ער האט נישט געהאלטן ביים שטימען בעד די חוק המעונות.

ביבי'ס מתנגדים האבן געטענה'ט לעצטע יאר צייט, אז אויב ביבי פייערט גלנט, גייט זיין ליל גלנט 2. יעצט פרובירן זיי עס אונטערצוצינדן, לאמיר זעהן צו ס'גייט זיי געלונגען.
 
גוטע נייעס מען האט לעגאליזירט jaywalking (אריבער גיין די גאס שלא כהלכה) אין ניו יורק, לחיים לחיים.
 
Back
Top