נייעס אין דער טעכנאלאגישער וועלט

די קאמפעני האנאר קומט ארויס מיט א דינערע פאון ווי די נייע דינע געלעקסי S25 עדזש.

און סאיז נאך פאלדעבל אויך און מיט א גרעסערן בעטערי
האסט עפעס מער אינפארמאציע איבער די קאמפעני בכלל? איך האב לעצטנס באגעגנט זייער טעבלעט (האנאר-פעד 9) און עס זעט אויס א געלונגענע זאך, איך מיין זיי זענען רעלאטיוו ביליג אויך.
 
האסט עפעס מער אינפארמאציע איבער די קאמפעני בכלל? איך האב לעצטנס באגעגנט זייער טעבלעט (האנאר-פעד 9) און עס זעט אויס א געלונגענע זאך, איך מיין זיי זענען רעלאטיוו ביליג אויך.
כהאב געוואלט שרייבן וועגן דעם אלס את חלק פון דעם
כבין נאכנישט אנגעקומען דערצו
כהאף עס צולייגן שפעטער
 
האסט עפעס מער אינפארמאציע איבער די קאמפעני בכלל? איך האב לעצטנס באגעגנט זייער טעבלעט (האנאר-פעד 9) און עס זעט אויס א געלונגענע זאך, איך מיין זיי זענען רעלאטיוו ביליג אויך.
האנאר איז א טשייניז קאמפעני
זיי האבן זיך געפענט און 2013 אלס א חלק פון Huawei צו קאמפיטן מיט מיד רעינדש דעווייסעס, און דאן געבענעד די גאנצע הוואי קארפ ביי די יו עס גאווערמענט און 2019 ביז זיין האבן עווענשועלי פארקויפט די האנאר ברענד און נאוועמבער 2020.

מיין עדווייז, אויב גייסטע האלטן עני וויכטיגע אינפארמאציע אויפן דעווייס, דאן איז עס א גראבן נא נא.
אויב איז עס סתם פאר נעטפליקס און טשיל, דאן פארוואס נישט, אבער עקספעקט נישט קיין גרויסע מציאות פון דעם.
 
טראמפ לייגט ווידער פרעשור אויף עפל צו רוקן זייער פרודוקציע ליניע צו די יונייטעד סטעטס, עטליעסט פאר די דעווייסעס וואס זיי פלאנען צו פארקויפן אין די סטעיטס.
(וואס אגב, זיי דאמירן די מארקעט מיט 60 מיליאן שטיק פארקויפן יערליך)

עס אוו נאו פראדוצירן זיי נאך מאוסט אויף זייערע דעווייסעס אין טשיינע, אבער זיי האבן לעיטלי אנגעפאנגען אריבער ריקן די פראדוקציע ליניע צו אינדיע, צו רעדוצירן די טעקסעס פון 54% צו 26%

אבער טראמפ איז נישט העפי, ער וויל אז די דעווייסעס וואס זיי ווילן פארקויפן דא זאלן ווערן פראדוצירט דא.

Screenshot_20250525-033021.png
 
גראק (טוויטער/ אילאן מאסק'ס AI) קומט צו טעלעגרעם.

בקרוב וועלן באנוצער אויפן טעלעגרעם אפליקאציע קענען האבן עקסעס צו גראק, לויט ווי פאוועל דורוב האט געפאוסט
Screenshot_20250530-045826.png

אילאן וועט באצאלן דריי הונדערט מיליאן דאלער אין קעש + טעלעגרעם וועט מאכן 50% פון די סעילס פון גראק אויף טעלעגרעם

אילאן האט רעספאנדעד מיט א טוויט, להד"ם מהאמער קיינמאל אזאנס נישט געסיינט, און פאוועל האט רעספאנדעד, געסיינט טאקע נישט אבער עגריעד און פרינצעפל....
Screenshot_20250530-050355.png
 
עפל האט געמאלדן אז די קומענדיגע iOS סאפטוועיר גייט זיין א שפרינג פון 18 צו 26 נישט נאר אויף iOS נאר אויכעט אויף macOS וואס האלט יעצט ביי 16 און watchOS וואס האלט ביי 12
די נאמבער 26 איז אויף די יאר וואס עס גייט ארויסקומען
 
האסט מיר אויסגעכאפט....
די זעלבע מיט watchOS צו 26

די גרעסטע שפרינג גייט זיין פאר די VR גלעזער, פון visionOS 2.4 צו visionOS 26...
 
לעצט רעדאגירט:
דר פיליפ ניטשקע, אױכעט אָנגערופן 'דר. טױט', אַן אדװאקאט פאר יוטהענײזיע, דאמענסטרירט זײן טױטן בעט - א קאַפסול אין װעלכער דער מענטש לײגט זיך ארײן, דרוקט א באטטאן און איז טױט אונטער צען מינוט דורך נײטראָדזשען גאז, װאס ער קלײמט, איז א װײטאגלאזע טױט.

ניטשקע האט אױך ערפונדן װאס ער רופט א 'דאָבּל דאָטש', פאר קאפלס צושטארבן צוזאמען...

1761618468479.webp
 
איך האב נישט געקענט באשליסן אויב דאס דארף א באזונדערע שנירל אדער נישט. קודם לייג איך עס דא.

xAI, געגרינדעט דורך אילאן מאסק, האט געמאכט א נייע ענציקלאפעדיע Grokipedia.com, געטריבן דורך AI. אילאן זאגט אז ער מאכט אן אלטערנאטיוו פאר וויקיפידיע, ווייל עס האט פיל פראפאגאנדע. זיין ציל איז עס צו מאכן "open source" און ארויפשיקן קאפיעס צו מארס און די לבנה, צו פרעזערווירן פאר'ן צוקונפט.

פאר מער זעה: Grokipedia - Wikipedia איראניש, איז נאכנישט דא א גראקפידיע בלאט אויף גראקפידיע.
View: https://x.com/elonmusk/status/1982983035906842651
 
איך פארשטיי אז דאס דארף צו זיין מער אקוראט ווי וויקיפדיה, אבער פאני איז אז סתם מענשטן קענען נישט רעדאקטירן גרוקפדיה, און אפילו די וואס קענען יא גייט עס אריבערגיין א אויפזיכט פון עקספערטן וכו'.
אבער העי, מער אקוראט און ווייניגער בייעסד ווי וויקיפעדיע... :ROFLMAO: נישטא ווער זאל לאכן.
 
פארוואס דארף מען אן AI וויקי ווען כ'קען אים סתם פרעגן יעדע מאל איך וויל וויסן א נושא
וואס איז די פאוינט פון די דאטא בעיס ?
 
איך פארשטיי אז דאס דארף צו זיין מער אקוראט ווי וויקיפדיה, אבער פאני איז אז סתם מענשטן קענען נישט רעדאקטירן גרוקפדיה, און אפילו די וואס קענען יא גייט עס אריבערגיין א אויפזיכט פון עקספערטן וכו'.
אבער העי, מער אקוראט און ווייניגער בייעסד ווי וויקיפעדיע... :ROFLMAO: נישטא ווער זאל לאכן.
View: https://x.com/i/status/1982997895747121468
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב נישט אויסגעטשעקט דעם נייעם גראקיפידיע (הערט זיך שוין באלד ווי גראף-פאדאצקי..) אבער פון מיין עקספיריענס מיט די chat ווערסיעס פון AI'ס קומט מיר אויס אז גראק איז דאס מערסטע אקוראט ווען ס'קומט צו נאכברענגען און צוזאמקלייבן אינפארמאציע.
GPT איז געוואלדיג צום שמועסן אבער אקוראטע אינפארמאציע איז ווייט פון זיין שטארקע פוינט, גראק לעומת זה איז געוואלדיג מיטן ברענגען מקורות און רעלעוואנטע דאטא, אבער שמועסן שמועסט עס ווי אן אוטיסט.. Gemini איז עפעס אזא אינדרוגינוס אינצווישן, מיר זעט אויס ווי עס זוכט צו געבן די קורצטע תשובה וואס ער קען, ווי כאילו יעדע ווארט זיינע קאסט אים געלט..
 
Gemeni געבט ביי מיר גאר לאנגע תשובות. ביסט זיכער אז די האסט נישט אנגעשטעלט געמעניי צו ענטפערן קורץ?

Gemini קומט שוין כמעט מיט געמעניי 3.0.
גי בי טי און גראק זענען לעצטענס (שפעטער ווי גוגל) ארויס מיט נייע מאדעלן ווי גי בי טי 5 און גראק 4.

לאמיר זען וואס גייט געשעהן.
 
Back
Top