א נייע וויליאמסבורג אין לעיקפראנט, פלארידע?

די חילוק איז אין אנדערע שטעט האסטו אפציעס ווס. דא ביסטו סטאק אין א מדבר שממה מיט איין מוסד.
 
View: https://youtu.be/L3TpqERfsQE?si=ShUYRCHLKT3gYSN8


ער ברענגט ארויף אסאך נקודות.

איך האב גאר אסאך צו זאגן אויף לעיקפראנט, אבער איך האף אז עס ארבעט זיך אויס.

זיי פארקויפן אסאך ליגנטס.
ער איז אריינגעקומען היפש נעגאטיוו. אבער זיינע נקודות זענען נישט סתם אוועקצומאכן.

איך האב ליב די פאקט אז ער איז נעגאטיוו און פראבירט צו ארויפברענגען מעגליכע פראבלעמאטישע חסרונות, וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט דורך די וואס זענען ביהיינד דעם פראיעקט.

די ציבור אונזערע ווערט גאנץ גרינג אפגעקויפט דורך געלונגענע מארקעטינג קאמפיינען, וואס אין דעם פאל איז דאס גארנישט קיין וויץ.

ס'איז זעלבסטפארשטענדליך אז די וואס זענען באצאלט געווארן דאס צו פארשפרייטן, וועלן די חסרונות קיינמאל דערמאנען, און פראבירן דאס צו פארטיידיגן מיט ציין און נעגל.

אויב איז דא נאר איין זייט, די וואס ווערן באצאלט דערפאר, איז דאס א טרעֶפּ.
ביינונז איז קאנטראלירן די מידיא, א פראקטישע עצה.
 
ער איז אריינגעקומען היפש נעגאטיוו. אבער זיינע נקודות זענען נישט סתם אוועקצומאכן.

איך האב ליב די פאקט אז ער איז נעגאטיוו און פראבירט צו ארויפברענגען מעגליכע פראבלעמאטישע חסרונות, וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט דורך די וואס זענען ביהיינד דעם פראיעקט.

די ציבור אונזער ווערט גאנץ גרינג אפגעקויפט דורך געלונגענע מארקעטינג קאמפיינען, וואס אין דעם פאל איז דאס גארנישט קיין וויץ.

ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז די וואס זענען באצאלט געווארן דאס צו פארשפרייטן, וועלן די חסרונות קיינמאל דערמאנען, און פראבירן דאס צו פארטיידיגן מיט ציין אין נעגל.

אויב איז דא נאר איין זייט פאזיטיוו, די וואס ווערן באצאלט דערפאר, איז דאס א טרעֶפּ.
ביינונז איז קאנטראלירן די מידיא, א פראקטישע עצה.
איך האלט אז ער האט נאר ערגער געמאכט
ער וואלט זיך געדארפט צוגרייטן.
ער זאגט אז ס'איז נישט דא קיין וואל-מארט אדער קיין שפיטאל אין די געגנט האבן די מארקעטערס ארויסגעלייגט סקרין שאטס פון גוגל מעפס אז ס'איז יא דא.
למעשה די נקודה איז נישט אינגאנצן ליגנט ווייל ס'איז נישט דא קיין טשעיס באנק אין די גאנצע געגנט און ס'איז יא דא צוויי dollar general דאס ווייזט אז ס'איז טאקע אביסל in the middle of
nowhere
(מ'קען אויך נישט זאגן אז ס'איז אין א מדבר ווייל ס'איז ס"ה א שעה+ צו וועסט פאלם ביעטש בקוצר מ'דארף איינער וואס איז נישט באצאלט אבער ער רעגט זיך נישט צו מאכן א אנאליז אויף דעם גאנצן געגנט)
 
ס'קומט צו לאכן ווי אפרים פעדער איז פון די גרויסע מארקעטינג קנאקערס ביי דעם פריעקט וואס איז דא צו העלפן 'לינדערן' די דירות קריזיס, אבער ער מיט די אימפעריעל ריעל עסטעיט פירמע ווי ער ארבעט זענען די גורמים פאר איינס פון די גרעסטע דירות קאטאסטראפעס וואס האט נאר אנגעטראפן די יהדות החרדית. לעיקוואד איז געווען ממש א ישועה פאר טויזנטע אידן וואס האבן זיך אריבערגעצויגן צו א גוטע שטאט מיט ביליגע דירות, ביז אימפיריעל איז געקומען און ארויפגעקנאקט די פרייזן אזוי אז ס'שוין נישט אפארדעבל צו קויפן אין לעיקוואד. אויף די ווידיאו טוט מען זיך אויף אז לעיקפראנט פרייזן גייען בלייבן נידעריג פאר לאנגע יארן ווייל ס'דא ענדלאזע שטחים ווי צו בויען. איך געדענק ווען מען האט געזאגט די זעלבע וועגן לעיקוואד, און דארטן איז נאך יעצט דא אסאך שטחים צו בויען. אז מען קען בעטן טייער, גייען זיי בעטן טייער, זיי זענען דא פאר זייער טאש מער ווי פאר לייזן סיי וועלכע דירות קריזיס.
 
ער איז אריינגעקומען היפש נעגאטיוו. אבער זיינע נקודות זענען נישט סתם אוועקצומאכן.

איך האב ליב די פאקט אז ער איז נעגאטיוו און פראבירט צו ארויפברענגען מעגליכע פראבלעמאטישע חסרונות, וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט דורך די וואס זענען ביהיינד דעם פראיעקט.

די ציבור אונזער ווערט גאנץ גרינג אפגעקויפט דורך געלונגענע מארקעטינג קאמפיינען, וואס אין דעם פאל איז דאס גארנישט קיין וויץ.

ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז די וואס זענען באצאלט געווארן דאס צו פארשפרייטן, וועלן די חסרונות קיינמאל דערמאנען, און פראבירן דאס צו פארטיידיגן מיט ציין אין נעגל.

אויב איז דא נאר איין זייט פאזיטיוו, די וואס ווערן באצאלט דערפאר, איז דאס א טרעֶפּ.
ביינונז איז קאנטראלירן די מידיא, א פראקטישע עצה.

עס איז זיכער אז די פלאץ האט חסרונות אזויווי יעדע פלאץ האט חסרונות, אבער וואס טוט ער אויף פון פלעין זאגן ליגענט?
 
עס איז זיכער אז דעי פלאץ האט חסרונות אזויווי יעדע פלאץ האט חסרונות, אסער וואס טוט ער אויף פון פלען זאגן ליגענט?
איך גלייב נישט אז ער איז פלעין געקומען זאגן ליגענט
לויט ווי ס'זעהט אויס איז ער נישט געווען צוגעגרייט, און ער ברענגט ארויס וואלידע פוינטס.
בעיקר אז ס'איז א מדבר שממה און די סענס אז מ'האט שוין אריינגעלייגט יארן ארבעט אין די יעצטיגע היימישע געגענטער.
סיי אין די אייגענע עקאנאמיע און סיי מיט גאווערמענט קאנעקשאן'ס.
די עיקר איז נישט אז די קענסט דרייוון מיט סוספענדירטע לייסענס
 
ס'קומט צו לאכן ווי אפרים פעדער איז פון די גרויסע מארקעטינג קנאקערס ביי דעם פריעקט וואס איז דא צו העלפן 'לינדערן' די דירות קריזיס, אבער ער מיט די אימפעריעל ריעל עסטעיט פירמע ווי ער ארבעט זענען די גורמים פאר איינס פון די גרעסטע דירות קאטאסטראפעס וואס האט נאר אנגעטראפן די יהדות החרדית. לעיקוואד איז געווען ממש א ישועה פאר טויזנטע אידן וואס האבן זיך אריבערגעצויגן צו א גוטע שטאט מיט ביליגע דירות, ביז אימפיריעל איז געקומען און ארויפגעקנאקט די פרייזן אזוי אז ס'שוין נישט אפארדעבל צו קויפן אין לעיקוואד. אויף די ווידיאו טוט מען זיך אויף אז לעיקפראנט פרייזן גייען בלייבן נידעריג פאר לאנגע יארן ווייל ס'דא ענדלאזע שטחים ווי צו בויען. איך געדענק ווען מען האט געזאגט די זעלבע וועגן לעיקוואד, און דארטן איז נאך יעצט דא אסאך שטחים צו בויען. אז מען קען בעטן טייער, גייען זיי בעטן טייער, זיי זענען דא פאר זייער טאש מער ווי פאר לייזן סיי וועלכע דירות קריזיס.

עס איז דא איין חילוק פון דער פלאץ און לעיקוואד, ווייל דא רעדט מען פון די זעלבע אינוועסטארס וואס זיי אוינען ריזיגע שטחים, און אויב זיי גייען ארויפגיין מיט די פרייזן האקן זיי זיך אליין אונטער די פיס, ווייל עס גייט זיך אפשטעלן, צוליב דעם וואס עס וועט זיך מער נישט לוינען צו גיין פאר די העכערע פרייז, משא"כ אין לעיקוואד איז טאקע דא ריזיגע שטחים וואו מען קען נאך בויען, אבער יעדע אינוועסטאר [צוזאמען מיט די בראוקערס] האבן געזוכט ארויסצונעמען די מערסטע וואס זיי קענען יעצט, און דאס וואס זיי האקן אונטער די פיס, אז עס וועט זיך מער נישט לוינען צו קומען קיין לעיקוואד, ווייל עס וועט מער נישט זיין עפארדעבל, דאס איז פאר די אנדערע מענטשן וואס אוינען יענע שטחים.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז דא איין חילוק, פון דער פלאץ, און לעיקוואד, ווייל דא רעדט מען פון די זעלבע אינוועסטארס וואס זיי אוינען ריזיגע שטחים, און אויב זיי גייען ארויפגיין מיט די פרייזן האקן זיי זיך אליין אונטער די פיס, ווייל עס גייט זיך אפשטעלן, צוליב דעם וואס עס וועט זיך מער נישט לוינען צו גיין פאר די העכערע פרייז, משא"כ אין לעיקוואד, איז טאקע דא ריזיגע שטחים וואו מען קען נאך בויען, אבער יעדע אינוועסטאר [צוזאמען מיט די בראוקער'ס] האבן געזוכט ארויסצונעמען די מערסטע וואס זיי קענען יעצט, און דאס וואס זיי האקן אונטער די פיס, אז עס ווע טזיך מער נישט לוינען צו קומען קיין לעיקוואד, ווייל עס וועט מער נישט זיין עפארדעבל, דאס איז פאר די אנדערע מענטשן וואס אוינען יענע שטחים
אז מען קויפט נישט מאכן זיי נישט קיין געלט, איז זייער פיס אויך אפגעהאקט. דער פוינט איז אז זיי בעטן וויפיל מען איז גרייט צו צאלן, זיי זענען נישט דא סתם צו טון חסד און צושטעלן דירות פאר ביליג.
 
מיט אזוינע תקנות גלייב איך שווער אז ס'וועט זיך אויסארבעטן, טאמער אינפארסירן זיי אזעלכע תקנות מיינט אז זיי זוכן אויסצושליסן אלע "אפען מיינדעד" מענטשן וואס האבן עפעס אנדערש אין לעבן חוץ די אבסעסיע אקעגן דענים, ווארום דאס צייגט אז זיי זענען א מוסד וואס איז הויפטזעכליך קאנצעטרירט מחנך צו זיין די עלטערן - נישט די קינדער, און פאר די מענטשן וואס זוכן דייקא אזא ארכי-חסידישע מוסד קומט די ווארט "פלארידא" בכלל נישט אין באטראכט, זייענדיג א פלאץ וואס סאכדעס הרבנים האט גע'אסר'ט צו באזוכן, ווידעראום אויב זענען זיי גענוג אפען מיינדעד צו פארשטיין אז מ'מעג זיך אוועקציען פון די הייליגע טריי-סטעיט עריע, מקום אשר דשו בו אבותינו ורבותינו זצוקלל"ה נבג"מ, דאן איז אזא ליסטע פון תקנות א NO NO.

אין אנדערע ווערטער: כדי א נייע שטאט זאל זיך אויסארבעטן און מענטשן זאלן באוויליגן זיך אהינצוציען, מוזטו האבן א באזע פון "אפען מיינדעד" מענטשן! ווארום די פארמאכטע יושבי חושך וועלן אויף קיין פאל נישט ארויסקאלערן פון די באקס 'אפילו דו מאכסט א שטאט מיט די שטרענגסטע תקנות', די מענטשן וואס פארכטן זיך פון דענים, ציטערן פון סיי וועלכע טויש [איבערהויפט אזא דראסטישע טויש ווי מופן צו אזא ארץ לא זרועה ווי די פארווארפענע אקעטשאבי], ממילא לדעתי אז דו קומסט ארויס מיט אזא צעטל נארישע קטנות'דיגע תקנות וואס האט כמעט נישט איינגעלייגט מיט אידישקייט און 0 איינגעלייגט מיט חינוך הבנים, האסטו פארלוירן (אפילו די ערליכע) אפען מיינדעד מענטשן, און קענסט פארגעסן פון עס אקופירן מיט חרדים.
כ'מיין אז די מארקעטער זענען עטוואס אוט אוו טאטש מיט זייערע טארגעטעד קלייענטעל

אז דו פראבירסט צו ציען (אויסדריקליך נאר די) מענטשן וואס זענען אזוי אויסגעשפראכן קעגן דענים און אויפשריפטן אויף די העמעדער, פארוואס אין די גיהנם האסטו גערופען אפרים פעדער צו מארקעטן?

ווער איז אפרים פעדער'ס קלייענטעל? ווער וואטשט זיינע ווידעא'ס? מענטשן וואס נוצן אינטערנעט פאר אונטעהאלטונג, און האבן נישט קיין פראבלעם צו וואטשן די (גע'אסר'טע כלי הנקרא) ווידעא, כ'זאג דיר צו אז סיי ווער ס'וואטשט אפרים פעדער וויל דוקא יא האבן א סווימינג פול אין פלארידע, און ווער ס'האט א פראבלעם מיט דענים האט א גרעסערע פראבלעם מיט אפרים פעדער'ס סאציאלע מידיא

פאר די דאזיגע מענטשן וואלסטו געברויכט אדווערטייזן אויף קול מבשר אדער אין 'דער איד'
 
ער טארגעט אייוועלט אידן וואס ניצן יא די אינטערנעט פאר אונטערהאלטונג אין די זעלבע צייט שטעלט מען אן די פרומע פנים פון דענים און פאר סלייס קאפל איז עק וועלט.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'מיין אז די מארקעטער זענען עטוואס אוט אוו טאטש מיט זייערע טארגעטעד קלייענטעל

אז דו פראבירסט צו ציען (אויסדריקליך נאר די) מענטשן וואס זענען אזוי אויסגעשפראכן קעגן דענים און אויפשריפטן אויף די העמעדער, פארוואס אין די גיהנם האסטו גערופען אפרים פעדער צו מארקעטן?

ווער איז אפרים פעדער'ס קלייענטעל? ווער וואטשט זיינע ווידעא'ס? מענטשן וואס נוצן אינטערנעט פאר אונטעהאלטונג, און האבן נישט קיין פראבלעם צו וואטשן די (גע'אסר'טע כלי הנקרא) ווידעא, כ'זאג דיר צו אז סיי ווער ס'וואטשט אפרים פעדער וויל דוקא יא האבן א סווימינג פול אין פלארידע, און ווער ס'האט א פראבלעם מיט דענים האט א גרעסערע פראבלעם מיט אפרים פעדער'ס סאציאלע מידיא

פאר די דאזיגע מענטשן וואלסטו געברויכט אדווערטייזן אויף קול מבשר אדער אין 'דער איד'​
ער טארגעט כולל יונגערלייט, אלע יונגעלייט וואס זיצן א גאנצע טאג אויף אלע יודישע ווידיא סייטס, וואס האבן נישט קיין געלט צו וואוינען דא ווייל זיי ארבעטן נישט.
 
ער טארגעט כולל יונגערלייט, אלע יונגעלייט וואס זיצן א גאנצע טאג אויף אלע יודישע ווידיא סייטס, וואס האבן נישט קיין געלט צו וואוינען דא ווייל זיי ארבעטן נישט.
גייט זיין דארט א כולל?
אויב נישט ווי אזוי גייען אלע כולל אינגעלייט קענען באצאלן זייער מארטגעדזש?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
גייט זיין דארט א כולל?
אויב נישט ווי אזוי גייען אלע כולל אינגערלייט קענען באצאלן זייער מארטגעדזש?
וואס פארשטייסטו נישט?! די כולל טשעק, + שכר לימוד דארף מען כמעט נישט צאלן, + זיין פוינט איז צו פארקויפן די הויז. ווהאט דאָז הי קעיר צו יענער קען צאלן די מארטגעדזש?!

מ'דארף טראכטן ביזנעסדיג.
 
Back
Top