אנקעטע נייע ישוב ערווארטעט אין פענסילוועניע

בקיצור די רעדסט פון בויען א פרישע דעוועלעפמענט פון ברענד ניו הייזער ? א מעשה פון אפאר יאר ארום ,איך הער , דעמאלטס גאר ביליג קען עס שוין נישט זיין, טאמער שטעלסטו צו מוסדות וכדומה, דארפסטו באצאלן פאר עס ,עיין ערך לעיק פראנט,
און אז די בויעסט פון פרישע ,קענסטו טין די זעלבע אין קעטסקילס, ווען אידישע אינפרעסטרוקטשער האסטו דארט מער , און נעעטער צו עקזיסטינג אידישע ישובים ווי די האסט מער זשאבס.
די דארפסט נישט מופן אין מאנטיסעלאו,קענסט מאכן א ישוב אין יעדע שטעטל אין די קעטסקילס, אנגעהויבן פון ווארטסבערו ביז ליווינגסטען מענאר ,
געמיינט אז מען רעדט פון מופן אין אלטע הייזקעס ווי די חבד'סקע פאר שפאט ביליג,
אקעי לאמיר ווארטען און זען אי"ה

די קעטסקילס האט כהיום שיינע הערליכע געגענטער , אנגעהויבן מיט
קרית יטב לב-בלומינגבערג
קרית ברסלב-ליברטי
שכונת מאנטיסעלאו
וויזניץ-קיימישע
ישיבות סאוט פאלסבורג-ליטווישע
די געגענט אין וואודרידש

טאמער זאגסטו אז די אלע בערך טויזענט משפחות כן ירבו שפייען ניקעלס, דעמאלטס אידן אין די אנדערע ישובים שפייען בלוט, די אלע משפחות לעבן באשיידן און די לעבן קאסט ביליגער ווי אין אנדערע ישובים.

און די דארפסט נישט ווארטען צוויי יאר צו בויען,קענסט יעצט עפענען א יושב אין פאלסבורג ,לאק שעלדריק, ווארטסבעראו, עלענוויל, וואדבערען ועוד ועוד ,ביליגע הייזער ,בתי מדרשים און מקוואות,כשר'ס און וואס נישט
ניו יארק סטעיט האט אסאך חסרונות, מארטגעדזש טעקס (סתם אבי א גניבה וואס אנדערע סטעיטס האבן נישט) פראפערטי טעקס איז אין אלגעמיין הויעך, שכר לימוד קאסט אסאך.

אין פענסלוועניע האסטו סקול טשויס בערך אזוי ווי פלארידע, טעקס איז ביליג, און ס'איס א מעלה אז סאיז א סווינג סטעיט.

איך האב קיינמאל פארשטאנען די לעיקפראנט חברה, פארוואס קריכן 3 שעה מיט א פליגער און נאך פארן נאך א שעה פלאס צו א פארשטיפטע מדבר אין פלארידא ווען די קענסט טון די זעלבע אינעם נאנטן פענסעלוועניע.
 
ברוך השם די זאך איז
ברוך השם די זאך איז מסודר מהעט אייך איינמעלדן ווען בעזר הוי''ה מקען קויפן הייזער,אדער א אפען הויז ווייזונג וכו'
אז _-\\\
ברוך השם די זאך איז מסודר מהעט אייך איינמעלדן ווען בעזר הוי''ה מקען קויפן הייזער,אדער א אפען הויז ווייזונג וכו'
אז סאיז מסודר איז דאך זיכער גוט, געמיינט אז די זיכסט נאך עס צו מסדר זיין ,וויל מיר רעדן אין עטליכע יאר ארום
 
עלענוויל האט אויכעט א גאנץ יאריגע סעקשאן 8 קליינע קאמיוניטי
שוין לאנג נישט, סאיז עכט ממש נאר געווען פאר אפאר חדשים וואס אינגעלייט האבן דארט געוואינט פול טיים, עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, בעיקר די לאקאל טאון האבן אויסגעטיילט רשעות טריט און שריט
 
לעצט רעדאגירט:
א פרישע טאג ,א פרישע דעוועלעפמענט ,דאס האט מען שוין גערעדט אפאר יאר צוריק, און יעצט גיסט מען שוין פאנדעישענס ב"ה ,
ביזדערווייל ווילאנג מען מופט אויף קינגסטאן קען מען דא מופן ווער עס וויל
 
לעצט רעדאגירט:
אמת אז ביליגע פראפערטי טעקס און סקול טשויס אין פענסילוועניע איז א מורא'דיגע זאך , פראפערטי טעקס אין ניו יארק איז א שרעק, לאמיר האפן עס וועט זיך אויס ארבעטען , וועט זיין א מורא'דיגע דערגרייכונג
 
לעצט רעדאגירט:
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
האסט א פוינט אז מענטשן קענען נישט באדשעטן, אבער די פרייז צו קויפן א פשוטע נארמאלע הויז איז ממש נישט שייך כהיום אין די היימישע געגנטער פאר א פשוטע פארדינער. מאנסי? לעיקוואד? אלעס שטייט שוין איבער א מיליאן.

אה דעס איז א עקסטערע פראבלעם ווייל זיי האבן זיך געכאפ שפעט

ס'איז דאך דא א זמן צו קויפן אויך... פארשטייסט ביי די 17 קוקט מען נאך און ביי 19 האט מען שוין חתונה ביי 20 איז שוין דא א בעבי און ביי 23 האט מען שוין א הויז... ביז אהער שטימט יא אלעס?

אזוי ווי חתונה געהאט שפעט? די וואס קענען נישט יעצט קויפן קענעו שוין נישט קויפן... ווייל ביז היינט האט אויסגעזעהן אז מ'קען... Are you picking up what I'm putting down? 😜😜
 
אמת אז ביליגע פראפערטי טעקס און סקול טשויס אין פענסילוועניע איז א מורא'דיגע זאך , פראפערטי טעקס אין ניו יארק איז א שרעק, לאמיר האפן עס וועט זיך אויס ארבעטען , וועט זיין א מורא'דיגע דערגרייכונג
נישט אזוי סך אין ניו יארק סיטי ווי די סוברבס רעלאטיוו צו איר ווערט
 
קרית ברסלב-ליברטי
אן איינפאכער קולט
איך האב קיינמאל נישט געגליכן די קאנצעפט פון וואוינען אפסטעיט, אדער קאסא גראנדא, ניו דזשורזי, וועיגאס, פלארידא, ארלאנדא, אדער גארנישט. מ'גייט נישט אין קיין שטאל מיט צוויי סטאפ סיינס, דאס איז א רעד פלעג ביי מיר.

קוק או אפילו קאנעטיקוט האט זיך נישט אויסגעארבעט אין וואטערבערי, (נאך פאר בלומינגבורג האט מען געקלערט דארט)
שכונת מאנטיסעלאו
ווער וואוינט דארט טאקע? מ'רעדט שוין יאאאאאארררן דערפון
וויזניץ-קיימישע
ישיבות סאוט פאלסבורג-ליטווישע
די געגענט אין וואודרידש
וועלכע געגנט וואדרידזש?
טאמער זאגסטו אז די אלע בערך טויזענט משפחות כן ירבו שפייען ניקעלס, דעמאלטס אידן אין די אנדערע ישובים שפייען בלוט, די אלע משפחות לעבן באשיידן און די לעבן קאסט ביליגער ווי אין אנדערע ישובים.

און די דארפסט נישט ווארטען צוויי יאר צו בויען,קענסט יעצט עפענען א יושב אין פאלסבורג ,לאק שעלדריק, ווארטסבעראו, עלענוויל, וואדבערען ועוד ועוד ,ביליגע הייזער ,בתי מדרשים און מקוואות,כשר'ס און וואס נישט
 
דאס איז חוץ וואס אויף די קעטסקילס פרייזן מיין איך מיר זענען מחולק, און די מאנטיסעלא קאמיוניטי איז נישט געאייגנט פאר יעדן איינעם, ודי לחכימא ברמיזא ותן לחכם ויחכם עוד

וואס איז די פראבלעם מיט מאנטיסעלא?
 
שוואכערע קוואליטי אפ לייף, מ'האט שוין פרובירט דארט. דריליאן יאר צוריק

א נייע שטעטל - קרית הרחבת הדעת - $40,000 א דירה! - אידישע וועלט פארומס
האט מען דען פרובירט? מען האט געחלומט, גראדע האט מען געטין, אבער נישט געטין גענוג , די תירוץ איז בקלומפיש דארט וועגן 2008, טין מיינט דורעכברעכן מויערען אז עס זאל געשען, אזא זאך קומט נישט אן גרינג בכלל,
 
א פרישע טאג ,א פרישע דעוועלעפמענט ,דאס האט מען שוין גערעדט אפאר יאר צוריק, און יעצט גיסט מען שוין פאנדעישענס ב"ה ,
ביזדערווייל ווילאנג מען מופט אויף קינגסטאן קען מען דא מופן ווער עס וויל
יאפ יעדער דארף זעהן זיינע אפציעס,,, אבער ווי פארשטענדליך דיין דעוועלאפמענט וועט זיין סאטמאר געשטימט, נאך פארן אנהייבן רעדט מען פון נישט פריוואטע הייזער (ווי באריכטעט און דיין שנירל) מילד גערעדט , דאפלט די פרייז קעגן אינזער קינגסטאן ,שכר לימוד געשוואלענע, ציפעדיגע פראפערטי טעקס ,נישט אינטערשאצן די נ"י אינקאם טעקס, אן זעלבסטשטענדיגע מוסדות ד.מ. א יונק פון ק"י אויף אלע געביטן וכו' מיר ווינטשן אייך הצלחה!
 
די דעוועלאפמענט האט נישט מיט מיר, אבער איך וועל מיר זייער פרייען צו הערן אז סיי וואלדען און סיי קינגסטאן וועט געלונגען.

אבער ווי דו זאגסט איז דיין דעוועלאפמענט הערשט אפאר יאר ארום, וועלן מיר זיך טרעפן אי"ה עטליכע יאר ארום. אז דו ווייסט יעצט אז אין אפאר יאר ארום קענסטו צושטעלן פריוואטע הייזער פאר 289 מיט מוסדות און אלעס ארום, האט מיר פשוט געכאפט אין שאק.
 
אה דעס איז א עקסטערע פראבלעם ווייל זיי האבן זיך געכאפ שפעט

ס'איז דאך דא א זמן צו קויפן אויך... פארשטייסט ביי די 17 קוקט מען נאך און ביי 19 האט מען שוין חתונה ביי 20 איז שוין דא א בעבי און ביי 23 האט מען שוין א הויז... ביז אהער שטימט יא אלעס?

אזוי ווי חתונה געהאט שפעט? די וואס קענען נישט יעצט קויפן קענעו שוין נישט קויפן... ווייל ביז היינט האט אויסגעזעהן אז מ'קען... Are you picking up what I'm putting down? 😜😜
כ'האב נישט קיין אנונג וואס דו זאגסט דא.

קויפן א הויז איז א נארמאלע זאך, די אמעריקאן דרים. היינטיגע אינגעלייט קענען נישט, אמאל האט מען יא געקענט. אלעס איז צודרייט טייער.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
האט מען דען פרובירט? מען האט געחלומט, גראדע האט מען געטין, אבער נישט געטין גענוג , די תירוץ איז בקלומפיש דארט וועגן 2008, טין מיינט דורעכברעכן מויערען אז עס זאל געשען, אזא זאך קומט נישט אן גרינג בכלל,
כ'פרעג דיר, קענסט איינעם וואס וואוינט דארט חוץ אברהם גאלדשטיין און זיינע פאר חסידים?
ווייל איך קען איינער וואס האט צוריקגעמופט און פון אברהם מיין איך ס'פאלט נאר נישט קומט צו...

קען זיין מ'האט נישט פרובירט אזוי ווי היינט, איך האב נישט דורכגעליינט די אלע בלעטער, אבער וויפיל איך געדענק דעמאלטס האט מען געזעהן די reluctance
צו אנטלויפן פון די לייפסטייל און נעמען די ריסק, טראץ וואס ס'איז אזוי "ביליג"
 
יאפ יעדער דארף זעהן זיינע אפציעס,,, אבער ווי פארשטענדליך דיין דעוועלאפמענט וועט זיין סאטמאר געשטימט, נאך פארן אנהייבן רעדט מען פון נישט פריוואטע הייזער (ווי באריכטעט און דיין שנירל) מילד גערעדט , דאפלט די פרייז קעגן אינזער קינגסטאן ,שכר לימוד געשוואלענע, ציפעדיגע פראפערטי טעקס ,נישט אינטערשאצן די נ"י אינקאם טעקס, אן זעלבסטשטענדיגע מוסדות ד.מ. א יונק פון ק"י אויף אלע געביטן וכו' מיר ווינטשן אייך הצלחה!
לדעתי קינגסטאן וועט נישט גיין צו ווייט. ס'איז א טריפ פון 3 שעה אן טרעפיק פון סיטי, און וואס האסטו דארט? מ'דארף אלס זיין זייער סוספישעס ווען מ'זאגט דיר "ביליג" אפשר גיי אביסל ווייטער וואוין מיט די אמיש אין לענקעסטער? ס'פעלט לאנד דארט? ס'איז דאך ביליגער? סארסאוטע אדער קלירוואטער אין פלארידא איז ביליג... קאנעיטיקוט איז ביליג... קענסט טרעפן 285,000 רעינדזש... ביז פענסילוועניע? אה אבער וואו ביליגער אלס ווייניגער אפורטוניטי און אויבידזשיווייען און שפיטעלער...

נאר וואדען? ס'איז נישט קיין נייעס אז די עולם איז זייער פארכאפט אין וואוינען "אין די מייל" מ'קוועטשט מ'קוועטשט צו וואוינען אין די outskirts אונטער די מאמע'ס פארטוך, מ'דארף די ווילחאוויץ, די הייוו, the crew און שוין.

economy wise? רוב אינגעלייט און עלטערע מידל עידזש אפגערעדט ארבעטן אין די פרומע עקנאמיעס - דארפן אוועמופן פון דעם וויל מען געווענליך נישט קומען טרעוולען, מיינט דאס אז מ'קען זיך געזעגענען פון לאקאלע אפורטוניטי, יא אפילו דארט וועט אויך זיין, ס'דארף אבער זיין פאר וועם עס צו פארקויפן אדער גענוג דעליווערי באקסעס צו מאכן א דאלער צו צאלן דעם קעשיר אויב האט ער נאכנישט אן אייגענע ביזנעס. און ווי ערליך צו נישט מ'איז, ס'איז דא א פראקטישע סיבה אויך פארוואס מ'אנטלויפט נישט אין קיין אנדערדעוועלפד רורל טאון.

חזקי טויסיג האט עס זייער קלאר צונומען אויף אקאיטשאובי אויב די פינף צען מייל ארום דיר קענסטו טרעפן א הויז פאר א מיליאן דאלער שטימט צו וואוינען פאר דריי הונדערט, אבער אויב די הייזער ארום דיר זענען פיר פיר פופציג אדער די זעלבע, איז נישט דא קיין מארקעט.

פראפערטי טעקס? איך האב נישט געהערט פון איין מענטש וואס מופט ארויס וועגן פראפערטי טעקס. קען זיין ס'איז דא.

אבער האוזינג און קאסט אף ליווינג? וואס איז שלעכט מיט ניו דזשערסי? איסט איסליפ לאנג איילענד? אויך קאוסטעל, אויך ביליג, און אויך נאנט... די פאקט ווייזט אז נאנט האט אלס געזיגט ווייט, קוק אויף סטעיטן איילענד, לינדען, טאמס ריווער, דזשערזי סיטי און נאכדעם קוק אויף מאנטיסעלא, ליבערטי, בלומינגבורג, אינדיאנא, אפילו קאסא גראנדא אין א וועג... קוק אפילו אויף גיבערס! יארן אויף יארן האט עס גענומען, און ווער וויל גיין פון ניו יארק סיטי א רוישיגע מעטראפאליטען הו הא קיין גיבערס? ס'גייט זיין א ריזיגע טשעינדזש,

די רבינו יואל האט קודם געחלומ'ט פון דאווער ניו דזשערזי קענסט גיין אויף זילאו זעהן פרייזן דארט... און ס'איז ניו דזשערזי! וואו אידן וואוינען שוין דורות... און די כלל איז אז די קאטעגאריע פון געגנטער האבן אסאך א שנעלערע horizon פון ארום 5 יאר. גיין צו א קינגסטאן אדער א אקיטשאובי איז אזוי ווי גיין קויפן א vacant land און אנהייבן פון קמץ א' ס'איז משוגע ריסקי, און פאליטיק וועם מ'נעמט יא און וועמענס הויזן איז צו שמאל מיט די קולט מענטאליטי וואס מ'ברענגט מיט פון די אלטע פלאץ העלפט נישט און ס'ווערט פייטס. לינדען און קאסא גראנדא יוכיח

איך ארבעט נישט פאר קיין איין פראיעקט.
 
Back
Top