אנקעטע נייע ישוב ערווארטעט אין פענסילוועניע

בקיצור די רעדסט פון בויען א פרישע דעוועלעפמענט פון ברענד ניו הייזער ? א מעשה פון אפאר יאר ארום ,איך הער , דעמאלטס גאר ביליג קען עס שוין נישט זיין, טאמער שטעלסטו צו מוסדות וכדומה, דארפסטו באצאלן פאר עס ,עיין ערך לעיק פראנט,
און אז די בויעסט פון פרישע ,קענסטו טין די זעלבע אין קעטסקילס, ווען אידישע אינפרעסטרוקטשער האסטו דארט מער , און נעעטער צו עקזיסטינג אידישע ישובים ווי די האסט מער זשאבס.
די דארפסט נישט מופן אין מאנטיסעלאו,קענסט מאכן א ישוב אין יעדע שטעטל אין די קעטסקילס, אנגעהויבן פון ווארטסבערו ביז ליווינגסטען מענאר ,
געמיינט אז מען רעדט פון מופן אין אלטע הייזקעס ווי די חבד'סקע פאר שפאט ביליג,
אקעי לאמיר ווארטען און זען אי"ה

די קעטסקילס האט כהיום שיינע הערליכע געגענטער , אנגעהויבן מיט
קרית יטב לב-בלומינגבערג
קרית ברסלב-ליברטי
שכונת מאנטיסעלאו
וויזניץ-קיימישע
ישיבות סאוט פאלסבורג-ליטווישע
די געגענט אין וואודרידש

טאמער זאגסטו אז די אלע בערך טויזענט משפחות כן ירבו שפייען ניקעלס, דעמאלטס אידן אין די אנדערע ישובים שפייען בלוט, די אלע משפחות לעבן באשיידן און די לעבן קאסט ביליגער ווי אין אנדערע ישובים.

און די דארפסט נישט ווארטען צוויי יאר צו בויען,קענסט יעצט עפענען א יושב אין פאלסבורג ,לאק שעלדריק, ווארטסבעראו, עלענוויל, וואדבערען ועוד ועוד ,ביליגע הייזער ,בתי מדרשים און מקוואות,כשר'ס און וואס נישט
ניו יארק סטעיט האט אסאך חסרונות, מארטגעדזש טעקס (סתם אבי א גניבה וואס אנדערע סטעיטס האבן נישט) פראפערטי טעקס איז אין אלגעמיין הויעך, שכר לימוד קאסט אסאך.

אין פענסלוועניע האסטו סקול טשויס בערך אזוי ווי פלארידע, טעקס איז ביליג, און ס'איס א מעלה אז סאיז א סווינג סטעיט.

איך האב קיינמאל פארשטאנען די לעיקפראנט חברה, פארוואס קריכן 3 שעה מיט א פליגער און נאך פארן נאך א שעה פלאס צו א פארשטיפטע מדבר אין פלארידא ווען די קענסט טון די זעלבע אינעם נאנטן פענסעלוועניע.
 
ברוך השם די זאך איז
ברוך השם די זאך איז מסודר מהעט אייך איינמעלדן ווען בעזר הוי''ה מקען קויפן הייזער,אדער א אפען הויז ווייזונג וכו'
אז _-\\\
ברוך השם די זאך איז מסודר מהעט אייך איינמעלדן ווען בעזר הוי''ה מקען קויפן הייזער,אדער א אפען הויז ווייזונג וכו'
אז סאיז מסודר איז דאך זיכער גוט, געמיינט אז די זיכסט נאך עס צו מסדר זיין ,וויל מיר רעדן אין עטליכע יאר ארום
 
עלענוויל האט אויכעט א גאנץ יאריגע סעקשאן 8 קליינע קאמיוניטי
שוין לאנג נישט, סאיז עכט ממש נאר געווען פאר אפאר חדשים וואס אינגעלייט האבן דארט געוואינט פול טיים, עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, בעיקר די לאקאל טאון האבן אויסגעטיילט רשעות טריט און שריט
 
לעצט רעדאגירט:
א פרישע טאג ,א פרישע דעוועלעפמענט ,דאס האט מען שוין גערעדט אפאר יאר צוריק, און יעצט גיסט מען שוין פאנדעישענס ב"ה ,
ביזדערווייל ווילאנג מען מופט אויף קינגסטאן קען מען דא מופן ווער עס וויל
 
לעצט רעדאגירט:
אמת אז ביליגע פראפערטי טעקס און סקול טשויס אין פענסילוועניע איז א מורא'דיגע זאך , פראפערטי טעקס אין ניו יארק איז א שרעק, לאמיר האפן עס וועט זיך אויס ארבעטען , וועט זיין א מורא'דיגע דערגרייכונג
 
לעצט רעדאגירט:
האסט א פוינט אז מענטשן קענען נישט באדשעטן, אבער די פרייז צו קויפן א פשוטע נארמאלע הויז איז ממש נישט שייך כהיום אין די היימישע געגנטער פאר א פשוטע פארדינער. מאנסי? לעיקוואד? אלעס שטייט שוין איבער א מיליאן.

אה דעס איז א עקסטערע פראבלעם ווייל זיי האבן זיך געכאפ שפעט

ס'איז דאך דא א זמן צו קויפן אויך... פארשטייסט ביי די 17 קוקט מען נאך און ביי 19 האט מען שוין חתונה ביי 20 איז שוין דא א בעבי און ביי 23 האט מען שוין א הויז... ביז אהער שטימט יא אלעס?

אזוי ווי חתונה געהאט שפעט? די וואס קענען נישט יעצט קויפן קענעו שוין נישט קויפן... ווייל ביז היינט האט אויסגעזעהן אז מ'קען... Are you picking up what I'm putting down? 😜😜
 
אמת אז ביליגע פראפערטי טעקס און סקול טשויס אין פענסילוועניע איז א מורא'דיגע זאך , פראפערטי טעקס אין ניו יארק איז א שרעק, לאמיר האפן עס וועט זיך אויס ארבעטען , וועט זיין א מורא'דיגע דערגרייכונג
נישט אזוי סך אין ניו יארק סיטי ווי די סוברבס רעלאטיוו צו איר ווערט
 
קרית ברסלב-ליברטי
אן איינפאכער קולט
איך האב קיינמאל נישט געגליכן די קאנצעפט פון וואוינען אפסטעיט, אדער קאסא גראנדא, ניו דזשורזי, וועיגאס, פלארידא, ארלאנדא, אדער גארנישט. מ'גייט נישט אין קיין שטאל מיט צוויי סטאפ סיינס, דאס איז א רעד פלעג ביי מיר.

קוק או אפילו קאנעטיקוט האט זיך נישט אויסגעארבעט אין וואטערבערי, (נאך פאר בלומינגבורג האט מען געקלערט דארט)
שכונת מאנטיסעלאו
ווער וואוינט דארט טאקע? מ'רעדט שוין יאאאאאארררן דערפון
וויזניץ-קיימישע
ישיבות סאוט פאלסבורג-ליטווישע
די געגענט אין וואודרידש
וועלכע געגנט וואדרידזש?
טאמער זאגסטו אז די אלע בערך טויזענט משפחות כן ירבו שפייען ניקעלס, דעמאלטס אידן אין די אנדערע ישובים שפייען בלוט, די אלע משפחות לעבן באשיידן און די לעבן קאסט ביליגער ווי אין אנדערע ישובים.

און די דארפסט נישט ווארטען צוויי יאר צו בויען,קענסט יעצט עפענען א יושב אין פאלסבורג ,לאק שעלדריק, ווארטסבעראו, עלענוויל, וואדבערען ועוד ועוד ,ביליגע הייזער ,בתי מדרשים און מקוואות,כשר'ס און וואס נישט
 
דאס איז חוץ וואס אויף די קעטסקילס פרייזן מיין איך מיר זענען מחולק, און די מאנטיסעלא קאמיוניטי איז נישט געאייגנט פאר יעדן איינעם, ודי לחכימא ברמיזא ותן לחכם ויחכם עוד

וואס איז די פראבלעם מיט מאנטיסעלא?
 
שוואכערע קוואליטי אפ לייף, מ'האט שוין פרובירט דארט. דריליאן יאר צוריק

א נייע שטעטל - קרית הרחבת הדעת - $40,000 א דירה! - אידישע וועלט פארומס
האט מען דען פרובירט? מען האט געחלומט, גראדע האט מען געטין, אבער נישט געטין גענוג , די תירוץ איז בקלומפיש דארט וועגן 2008, טין מיינט דורעכברעכן מויערען אז עס זאל געשען, אזא זאך קומט נישט אן גרינג בכלל,
 
Back
Top