- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,783
- רעאקציע ראטע
- 6,391
- פונקטן
- 943
אפשר טאקע אויך אסור
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
אפשר טאקע אויך אסור
איך געדענק אין ישיבה האט מיין ראש ישיבה געהייסן די קעכער שניידן די פיצא געקעסטלט, ווייל ס'פאסט נישט פאר חסידישע בחורים צו עסן פיצא...יא יא און די זעלבע מיט א רונדיגע נישט טרייענגל פיצא איבער געדעקט מיט א שיינע ציכטיגע חלה דעקל מיט א שבת קודש מעסער אין דער זייט
איך געדענק מיט יארן צוריק האט מען נישט געטארט פארקויפן פיצא אין ירושלים, איז אבער געווען איין געשעפט אורי'ס פיצא דאכצעך אויף גאולה און ער האט יא פארקויפט אבער בתנאי אז ס'איז געשניטן rectangular ניטאמאל פיר עקעדיג, יעצט טראכט איך אז ס'קען זיין אז אויב וואלט עס ווען געווען פיר עקיג דאן וואלט ווען געקענט זיין א חשש צו דורך שניידן שיף און ס'וועט אויסזעהן ווי א נארמאלער פיצא במילא האבן די חכמים געמאכט א תקנה אז ס'מעג נאר זיין rectangular כדאי צו מונע זיין מכשולים.זעהט אויס אז ס'איז נישט דריי עקיג האט עס נישט די חלות פון א דין פיצא..
די ווארט פון די אייסקריעם וועגן תאווה און גאווה זאגט מען נאך פון ר' שבתי וויגדער ז"לפיצה אורי עד היום הזה זעהט זייער פיצא נאך אויס בערך ווי א חלה ארויפגעגאסען קעטשאפ און טשיז, די טייג איז אזוי גראב אז מען קען טיילן שיריים דערפון.
רעדענדיג פון מילכיגע קיגל געדענק איך א עלטערע איד וואס פלעגט רופן אייסקרים, קאלטע קוגל ווייל ס׳פאסט נישט פאר א חסידישער אינגערמאן צי עסן אייסקרים.
עניוועי געוועהן אמאל צוויי שיינע אידן אויווען-אן און מען האט אריינגעברענגט די אייסקרים, איינער האט געגעסען אייסקרים און פאר די אנדערע האט נישט געפאסט צי עס עסן, האט דער וואס האט געגעסן זיך אנגערופן, אונז וועלן ביידע כאפן אויווען אין הימל, איך פאר תאווה און די פאר גאווה, די חילוק איז נאר אז איך האב למעשה געהאט אייסקרים און די נישט.