ניצן א סעלפאון שבת

יא יא און די זעלבע מיט א רונדיגע נישט טרייענגל פיצא איבער געדעקט מיט א שיינע ציכטיגע חלה דעקל מיט א שבת קודש מעסער אין דער זייט
איך געדענק אין ישיבה האט מיין ראש ישיבה געהייסן די קעכער שניידן די פיצא געקעסטלט, ווייל ס'פאסט נישט פאר חסידישע בחורים צו עסן פיצא...

זעהט אויס אז ס'איז נישט דריי עקיג האט עס נישט די חלות פון א דין פיצא..

ס'איז א מיליכיגע קוגל...
 
זעהט אויס אז ס'איז נישט דריי עקיג האט עס נישט די חלות פון א דין פיצא..
איך געדענק מיט יארן צוריק האט מען נישט געטארט פארקויפן פיצא אין ירושלים, איז אבער געווען איין געשעפט אורי'ס פיצא דאכצעך אויף גאולה און ער האט יא פארקויפט אבער בתנאי אז ס'איז געשניטן rectangular ניטאמאל פיר עקעדיג, יעצט טראכט איך אז ס'קען זיין אז אויב וואלט עס ווען געווען פיר עקיג דאן וואלט ווען געקענט זיין א חשש צו דורך שניידן שיף און ס'וועט אויסזעהן ווי א נארמאלער פיצא במילא האבן די חכמים געמאכט א תקנה אז ס'מעג נאר זיין rectangular כדאי צו מונע זיין מכשולים.
 
פיצה אורי עד היום הזה זעהט זייער פיצא נאך אויס בערך ווי א חלה ארויפגעגאסען קעטשאפ און טשיז, די טייג איז אזוי גראב אז מען קען טיילן שיריים דערפון.
רעדענדיג פון מילכיגע קיגל געדענק איך א עלטערע איד וואס פלעגט רופן אייסקרים, קאלטע קוגל ווייל ס׳פאסט נישט פאר א חסידישער אינגערמאן צי עסן אייסקרים.
עניוועי געוועהן אמאל צוויי שיינע אידן אויווען-אן און מען האט אריינגעברענגט די אייסקרים, איינער האט געגעסען אייסקרים און פאר די אנדערע האט נישט געפאסט צי עס עסן, האט דער וואס האט געגעסן זיך אנגערופן, אונז וועלן ביידע כאפן אויווען אין הימל, איך פאר תאווה און די פאר גאווה, די חילוק איז נאר אז איך האב למעשה געהאט אייסקרים און די נישט.
 
לעצט רעדאגירט:

די ווארט פון די אייסקריעם וועגן תאווה און גאווה זאגט מען נאך פון ר' שבתי וויגדער ז"ל
 
איך האב געטראכט א חידוש!

מ'טאר נישט מחלל שבת זיין אפילו מוצאי שבת, וויבאלד מוצאי קוקט מען אויס ווי שבת,

פונקט אזוי ווי מ'טאר נישט שבת טאן זאכן וואס קוקט אויס וואכענדיג, טאר מען נישט טוען וואכענדיגע זאכן ווען מ'איז שבת'דיג..

ס'קוקט אויס ווי דעי בחור האלט ווי מיר :ROFLMAO:

Back
Top