ניצוצי כס"ף

מיין נייע אוועטאר:

Untitled design.webp

קרעדיט: החכם השלם @שושני שליט"א
 
לעצט רעדאגירט:
אינטרעסאנט אז פונקט די וואס האלטן אז מ'טאר גארנישט נאכגעבן פאר די פאלעסטינער, ווייל 'מען טאר נישט געבן קיין מתנה פאר טעראר', האלטן אז ענגלאנד האט איבערגעגעבן ישראל פאר די ישראלים, בזכות די טעראר פון די רעכטע נאציאנאליסטן...
 
די כאפס'ט וואס די האסט געשריבן???
 
יא. דו נישט?
 
ארץ ישראל קומט זיך פאר 'אידן' און אונז האבן עס באקומען ציווישן אנדערע דורך מעשי טעראר
און יעצט דארף מען טאקע אכטונג געבן אז די ישמעאלים זאלן נישט באקומען א חלק צוליב זייער טעראר
שטימט נישט??
 
טעראר איז נישט די 'סיבה' פארוואס עס קומט זיך אונז די לאנד, עס איז די מיטל וויאזוי אונז האבן עס צוריקבאקומען
 
אז איך האב שוין די שופר אין די האנט וואלט איך דיך געוואלט פרעגן וואס איז טאקע פשט פון דיין לינקע שטעלונג?
איז עס די וועג וויאזוי די האלטסט מ'דארף איבערקומען טעראר?? איז עס 'חופש דת' (כפיי' חילונית...) ?? אדער סתם העצע אויף נתניהו ווייל די קוקסט ערוץ 12???
 
ועוד יש לחלק, די יידן האבן קיינמאהל נישט סתם
גישטאכן אין גיהארגעט ציווילע מענטשן , יידן האבן
איינגיהאנדלט קרקעות אין ארץ ישראל פאר טבין ותקילין, מען האט גיצאהלט פאר די מוכרים ביליאנען, מען האט אהנגיהויבן א יישוב ביז עס איז גיווארן אנטוויקלט אין א ארץ מבורכת, עס איז גיוועהןא מדבר שממה פאר די יידן זענען אהנגיקומען , און עס אריין גיקומען א ברכה ונתנה הארץ יבולה, און אזוי ווי דער רמב״ן זאגט אז זייט די גלות איז ארץ ישראל א מדבר ישיימון, ווייל עס איז נישט מקבל קיין נכרים, אזוי איז גיווארן - וגם ה׳ יתן הטוב וארצכם תתן יבולה - ווען די פאלסטינער וואלטן וועהן מסכים גיוועהן צו זיין ארנטליכע שכנים א לאנד נעבן א שכן, וואלט וועהן גיוועהן שלום בארץ
 
ארץ ישראל קומט זיך פאר 'אידן' און אונז האבן עס באקומען ציווישן אנדערע דורך מעשי טעראר
און יעצט דארף מען טאקע אכטונג געבן אז די ישמעאלים זאלן נישט באקומען א חלק צוליב זייער טעראר
שטימט נישט??
כ'האב געזאגט אז ס'שטימט נישט? כ'האב געשריבן אז ס'איז אינטרעסאנט.
 
אז איך האב שוין די שופר אין די האנט וואלט איך דיך געוואלט פרעגן וואס איז טאקע פשט פון דיין לינקע שטעלונג?
איז עס די וועג וויאזוי די האלטסט מ'דארף איבערקומען טעראר?? איז עס 'חופש דת' (כפיי' חילונית...) ?? אדער סתם העצע אויף נתניהו ווייל די קוקסט ערוץ 12???
איך כאפ נישט פונקטליך דיין קושיא.
איך דארף א תירוץ פארוואס איך בין א לינקער?! מיר זעט אויס אז זייערע השקפות און מהלך החיים איז ריכטיגער ווי די רעכטע השקפה און מהלך החיים.

ואגב, איך קוק ווייניגער ערוץ 12 ווי ערוץ 14. סאו, בארוהיג זיך.
 
אנטשילדוגט
איך האב דיר נישט פארגעהאלטן איך בין פשוט אינטערסירט צי הערן 'וועלכע חלק' פון די לינקע השקפה די האלטסט איז ריכטיג
נאר אויב די ווילסט ענפערן, די האלסט פון זייער 'מהלך' פון לחימה בטרור? אדער מער די דת עניינים, אדער אפשר ביידע.... איך וויל פשוט הערן אביסל פון זייער זייט
 
איך קען דיר פרובירן צו ענטפערן (ווי ווייט איך ווייס, און פארשטיי) בנוגע ספעציפישע נושאים, אויב איך וועל האבן צייט.

אבער וואס האסטו געמיינט? אז איך גיי דיר שרייבן אז איך בין א לינקער ווייל 'סתם העצע אויף נתניהו ווייל איך קוק ערוץ 12'?!.... ;)
 
אינטרעסאנט אז פונקט די וואס האלטן אז מ'טאר גארנישט נאכגעבן פאר די פאלעסטינער, ווייל 'מען טאר נישט געבן קיין מתנה פאר טעראר', האלטן אז ענגלאנד האט איבערגעגעבן ישראל פאר די ישראלים, בזכות די טעראר פון די רעכטע נאציאנאליסטן...
די חילוק איז נאר אז ענגלאנד האט נישט איבערגעגעבן וועגן טעראר אדער מרצונם הטוב נאר זייער גאנצע פירערשאפט אין ארץ ישראל איז געווען בלויז א מאנדאט אין אידיש א שליחות מטעם די League of nations גלייך נאך די ערשטע וועלט מלחמה און איז אריין אין קראפט אין יארע 1922 און אין 1947 האבן זיי איבערגעגעבן דעם מאנדאט צו די UN און אין נאוועמבער 1947 האט די UN געוואויט פאר די באקאנטע Partition plan און ס'האט גענומען נאך עטליכע חדשים ביז ענגלאנד האט ארויסגעצויגן פון דארט זייער מאנדאט רעגירונג מיט זייער מיליטער. אבער אין ריעליטי האט דעמאלטסדיגע ארץ ישראל/ פאלעסטין קיינמאל נישט באלאנגט פאר ענגלאנד נאר ביזן ערשטע וועלט מלחמה איז עס געווען א חלק פון די אטומאנישער (היינטיגער טערקיי) אימפעריע און נישט נאר ארץ ישראל/פאלעסטין נאר אויך ירדן, לבנון, איראק און סיריע.

און די מאנדאט וואס די League of nations האבן צוגעטיילט האט געזאלט דינען ווי א פראפעזארישע גאווערמענט ביז די לענדער וועלן קענען אליין געפירט ווערן. לבנון און סיריע זענען צוגעטיילט געווארן פאר פראנקרייך און ארץ ישראל, ירדן און איראק אינטער ענגלאנד.

אויב דו ביסט אינטערעסירט צו וויסן אביסעל פרטים איבער יענע תקופה קענסטו גוגל'ן אדער ליינען דעם לינק https://www.google.com/url?sa=t&sou...wQFnoECBkQAQ&usg=AOvVaw2pCXidTm0gAv7VvgviR70T
און וועט דיר געבן אביסעלע נאלעדזש איבער וואס האט זיך אפגעשפילט אין יענע אינטערעסאנטע תקופה
 
Back
Top