לאמיר פארגינען

די פילינג איז לכאורה ריין קנאה…🤭
אזוי גייט עס, יעדע עושר איז אומגליקלעך… יעדער וואס געווינט די לאטערי פאלט דערנאך אריין אין א מרא שחורה… ועוד ועוד. דאס איז דאך די סיבה פארוואס איך האב געעפנט די שנירל, כדי מען זאל דיירעק יא קוקן מיט גלעזער די גוטע זייט פון אזא ״קאפל״ א.ד.ג.
קען זיין ס'איז זשעלאסי, הגם דו דארפסט זעהן מיין לאוו לייף... אוי וואלסטו געווען זשעלעס...

איך זאג עס נישט ווייל איך וויל זיי זאלן זיך גט'ן אדערוואס

ס'איז סתם אזא געפיל וואס איז בעיסד אויף די אלע מעשיות וואס די פוטער ברויט איז דווקא געפאלן מיט די פוטער אראפ

א רעגולער מעריזש וואס צוטיילן זיך גייט קיינעם נישט אן, ס'געשעהט יעדן טאג

אבער איינער וואס איז דא צו ווייזן, קוק ביי אונז גלאנצט, ביי אונז שיינט, אזעלכע מעריזשעס ווען זיי צוטיילן זיך איז עס מער פאני, און מער נייעס ווערט, און פארדעם קען מען ערווארטן אז ס'גייט טאקע געשעהן, אלס די נאטור פון די סארט זאכן

דאס אליינס אז איינער שפירט אז ער דארף שטארק ווייזן די ליבשאפט אינדרויסן, קען אמאל זיין א סימן אז סובקאנטשעסלי איז ער נישט אינגאנצן הונדערט פראצענט אז ער איז העפי און צופרידן סאו ער דארף ווייזן פאר יעדן אז ס'איז מוראדיג.

ס'איז נישט אזוי ביי יעדע קעיס, איינער האט דא דערמאנט העכט, איך האב געהאט געטראכט פון העכט בשעת'ן שרייבן די מעסעזש, איך האב נישט געוואלט דערמאנען קיין נעמען, אבער אז איינער זאגט עס שוין איז עס טאקע א גוטע ראיה
 
זיין ס'איז זשעלאסי, הגם דו דארפסט זעהן מיין לאוו לייף... אוי וואלסטו געווען זשעלעס...
איך דערמאן זיך ווען איך בין געווען א בחור האב איך געלערנט אין א פרימע ישיבה. ווען איך פלעג זעין אינגעלייט מיט שיינע גלעזער פלעג איך אלץ טראכטן אז זיי זוכן צו זיין cool.

שפעטער נאך מיין חתונה, ווען איך האב אביסל געלאנדעט און אויסגעפינען ווער איך בין און וואס איך האב ליב, האב איך אויך אנגעטאן שיינע גלעזער, נישט מחמת ווילן זיין א רייסער, נאר פשוט ווייל איך גלייך די סארט גלעזער. פלוצלינג האט זיך אלעס געטוישט, ווען איך זעי א מענטש מיט שיינע גלעזער טראכט איך בכלל נישט אז ער זוכט עפעס צו זיין אויפרייסעריש, נאר סתם ער טוט דאס אן צוליב וואס ער גלייכט דאס, און נישט מער.

היוצא לנו מזה. ווען די שלום בית איז נישט אזוי איי איי, ווען מען זעיט א צווייטן לאכן מיט דאס פּארל, גלייך וועט דאס מוח׳ל לויפן אז אפשר איז עס א פאלשע אפגעשפילטע רילעישאנשיפ…

ווידעראים ווען די שלום בית איז באמת גוט, און מען זעיט א צווייטן שמייכלען מיט זיין ווייב, נאטירלעך וועט מען טראכטן לכאורה איז דאס אמת׳ע ליבשאפט.

ליידער ליידער, א גרויס חלק פון כלל ישראל האבן נישט קיין ליבע מיט דאס פּארל, ממילא וועסטו אלעמאל זעין ווי מען וועט צום ערשט לויפן צום מסקנא אז לכאורה אינטער פארמאכטע טירן רייסט מען זיך ביי די נאז…
 
לעצט רעדאגירט:
ליידער ליידער, א גרויס חלק פון כלל ישראל האבן נישט קיין ליבע מיט דאס פּארל, ממילא וועסטו אלעמאל זעין ווי מען וועט צום ערשט לויפן צום מסקנא אז לכאורה אינטער פארמאכטע טירן רייסט מען זיך ביי די נאז…
💯
וואס ס׳קומט פאָר ווען די קאמערע איז אויסגעלאשן ווייסמער טאקע נישט, אבער קרעדיט קומט זיך זיי זיכער פארן ווייזן א ביישפיל וויאזוי מערידזש דארף צו זיין…

אגב, דאס אז זיי קומען זיך דורך בשעת די ריקארדינג איז לכאורה א פאקט וואס מ׳קען נישט אוועקצומאכן.
 
איך פלעג זעין אינגעלייט מיט שיינע גלעזער פלעג איך אלץ טראכטן אז זיי זוכן צו זיין cool.
וואס איז די פראבלעם פון וועלן זיין קיל.

אין די סעקולארע וועלט איז אנגענימען צו זיין קיל. פארשטייט זיך נישט איבערגעטריבן אויף א נערישע וועג, אבער אויב איינער גייט אנגעטון סטייליש אדער דיפערענט איז עס בכלל נישט עפעס וואס איז אינטער פראגע צייכן.

יא איך וויל זיין קיל. איך וויל דרייוון אן עקס 7 קאָווערט מיט טינקל גרין מאַט.

איך וויל האבן א קילע האר סטייל.

איך וויל טון וואטעווער עס מאכט מיר שפירן קיל!

עס פארלאנגט זיך א שנירל פאר זיך. לייביש גא אהעד
 
איך מיין אז עס איז א טעות אז די גלאנץ קאפל ווייסט זייער לאוו פארן פאבליק, איך מיין אז זיי ווייזן פשוט זייער טרעוולינג.
 
וואס איז די פראבלעם פון וועלן זיין קיל.
אין אמת׳ן אריין איז דאס בכלל נישט קיין פראבלעם.

וואס איך ברענג ארויס אז פאר א אינגע פרומע תמימות׳דיגע בחור, איז פענסי גלעזער בבחינת ״פריקות עול״… מענטשן ווערן נעגעטיוו אפגעסטעמפלט מיט זייער חיצונית׳דיגע לבושים פונעם פרומען בחור׳ס וכו׳ פערספעקטיוו.
די רגע אבער דו ביסט אין א מצב ווי דו ביסט באקוועם מיט די סארט גלעזער, און מען זעיט אז שיינע ברילן איז בכלל נישט קיין מאנסטער.

אינטערשטע נקודה:
א מענטש וואס איז רייך אין מאכט א מיליאן דאלערדיגע חתונה, און ער זעיט ווידיאו אויף סאושעל מידיא פון א צווייטער וואס מאכט אזא סארט טייערע חתונה, טראכט דער עושר נישט אז מסתמה האט נישט יענער געלט… נאר די ארימעלייט וואס קוקען מיט קנאה וועלן צום ערשט טראכטן לכאורה פרבירט יענער זיך אהער צו שטעלן פארן שטאט ווי אן עושר, אבער שטילערהייט האט ער נישט קיין לחם לאכול…

פארשטייסט די פאוינט.
 
איך מיין אז עס איז א טעות אז די גלאנץ קאפל ווייסט זייער לאוו פארן פאבליק, איך מיין אז זיי ווייזן פשוט זייער טרעוולינג.
זיי ווייזן לכאורה ביידע.

זייער מעסידזש פארן כלל איז מסתם אז מקען זיין חתונה׳געהאט און זיך פארט ליבן…
 
זיי ווייזן לכאורה ביידע.

זייער מעסידזש פארן כלל איז מסתם אז מקען זיין חתונה׳געהאט און זיך פארט ליבן…
איך גלייב נישט אז זיי שיקן א מעסידזש פארן כלל, זיי לעבן א אינטערעסאנט לעבן און דאס ווייזן זיי.
 
א מענטש וואס איז רייך אין מאכט א מיליאן דאלערדיגע חתונה, און ער זעיט ווידיאו אויף סאושעל מידיא פון א צווייטער וואס מאכט אזא סארט טייערע חתונה, טראכט דער עושר נישט אז מסתמה האט נישט יענער געלט… נאר די ארימעלייט וואס קוקען מיט קנאה וועלן צום ערשט טראכטן לכאורה פרבירט יענער זיך אהער צו שטעלן פארן שטאט ווי אן עושר, אבער שטילערהייט האט ער נישט קיין לחם לאכול…
מן הסתם פארגינסטו נישט קיינעם, וועגן דעם טראכסטו אז קיינער פארגינט נישט, וועגן דעם עפענסטו א שנירל אז מ׳דארף זיך פארגינען…

א מענטש טראכט אויכט לויט זיין עקספיריענס, אין קאנטרי איז געווען אסאך מענטשן וואס פלעגן זיין דארט אפט אינמיטן די וואך, ס׳איז אבער געווען איין קאפּל וואס האבן 24/7 ארום געוואקט צוזאמען און געשמוסט, זיי פלעגן ארום גיין די קאנטרי פאר שעות אין א צי, ויהי היום (אין ויהי אלא לשון צער) הערט מען אז זיי האבן זיך גע׳גט מיט א שטוב מיט קינדער, ס׳איז זייער נארמאל אז ווען מ׳זעהט איינער האט משוגענע לאוו אינדערויסן פאר די גאס אז די מח זאל אנהייבן טראכטן נאכן מיטהאלטן אדער הערן אזא מעשה אז ס׳איז נישט אזוי גלאנציג ווי ס׳זעהט אויס פונדערויסן, קיינער גייט אבער נישט זאגן די זעלבע זאך אויף די אנדערע יונגערלייט וואס פלעגן זיין אינדערהיים אסאך העלפן די ווייב און פארברענגען מיט די קינדער אז זיי האבן נישט קיין שלום בית.

אפשר ביזטו גערעכט אז ס׳קען זיין אז פרעצענטיש איז דא מער מענטשן וואס ווייזן ארויס ליבשאפט אויף די גאס און האבן עס טאקע, ס׳איז אבער א זאך וואס מ׳קען נישט וויסן באוועם ס׳יא אמת אדער נישט, איינמאל די מח האט אפגעמאכט אז יענער האט די בעסטע שלום בית, און נאכדעם הערט ער פון איינעם פון איין מינוט צו די צווייטע און אסאך מאל ווייניגער ווי א טאג נאכן זעהן זייער לאוו אז מ׳האט זיך סעפּערעט, איז נארמאל אז מ׳זאל טראכטן די זעלבע אויף אנדערע מענטשן. (די זעלבע זאך ווען א מענטש איז איבערצייגט אויף אפאר זאכן וואס מהאט אים אייביג אויסגעלערנט אז ס׳איז די יסודות פון אידישקייט, און נאכדעם ווערט ער געוואר אויף די עלטער אז ס׳איז סך הכל א פסק פון איין גדול וואס האט געלעבט הונדערט יאר צוריק, איז נארמאל צו אנהייבן טראכטן אויף אנדערע זאכן אין אידישקייט וואס שטייט נישט אין די תורה אז אפשר איז עס אויכט נישט אזוי ווי מ׳האט אים אויסגעלערנט)
ווען מ׳הערט אז איינער האט זיך גע׳גט און יענער האט קיינמאל נישט געשפילט לאוו אויף די גאס טראכט מען אז ער האט מן הסתם קיינמאל נישט געהאט שלום בית.
 
לעצט רעדאגירט:
מן הסתם פארגינסטו נישט קיינעם, וועגן דעם טראכסטו אז קיינער פארגינט נישט, וועגן דעם עפענסטו א שנירל אז מ׳דארף זיך פארגינען…
רוב מענטשן פארגינען נישט א צווייטן! פרביר עס אויס ווען די געווינסט די לאטערי… א שטודיע ווייזט (ס׳איז איז נישטא קיין פינקטליכע נומערן, אבער בערך יא) אז צווישן 60-70 פרצענט מענטשן שפירן קנאה ווען ביי א צווייטן גייט פיעל בעסער.
 
און דעיס איז לייוו

יא איך בין מקנה איינעם וואס גייט בעסער פון מיך.
 
און דעיס איז לייוו

יא איך בין מקנה איינעם וואס גייט בעסער פון מיך.
מקנא זיין מיט נישט פארגינען זענען 2 באזונדערע זאכן
קנאה מיינט איך וויל אויך
נישט פארגינען קען אפילו זיין ווען איך האב די זעלבע זאך
און בפרט אויב איך האב עס נישט פארנעם איך נישט ווילאנג יענער האט עס והבן
 
די פילינג איז לכאורה ריין קנאה…🤭
אזוי גייט עס, יעדע עושר איז אומגליקלעך… יעדער וואס געווינט די לאטערי פאלט דערנאך אריין אין א מרא שחורה… ועוד ועוד. דאס איז דאך די סיבה פארוואס איך האב געעפנט די שנירל, כדי מען זאל דיירעק יא קוקן מיט גלעזער די גוטע זייט פון אזא ״קאפל״ א.ד.ג.
עס איז נישט קנאה. עס איז דא אסאך באקאנטע קאפעלס וואס זיי מיזן ווייזן פאר די וועלט ווי שטארק זיי האבן זיך ליב .... און נאכדעם הערט מען נישט גוטע בשורות למשל ארי מיט בלימי און נאך אסאך אנדערע וואס איך וויל זיי נישט אדערוועטייזן
 
וואס איז די מעשה מיט ארי און בלימי?
 
Back
Top